ⓘ Free online encyclopedia. Did you know? page 11

שלום עליכם (פיוט)

שלום עליכם מלאַכי השלום איז א לשון הקודשדיגער פיוט וואס יידן זינגען פרייטאג צו נאכטס פאר קידוש ווען מען קומט אהיים פון שוהל, וואו מע באגריסט די מלאכים וואס באגלייטן דעם מענטש. עס באשטייט פון פיער טיילן: שלום עליכם, בואכם לשלום, ברכוני לשלום און צ ...

שלחן ערוך

שולחן ערוך איז דער אידישער בלופרינט ווי אידן זאלן זיך פירן לויט די געבאטן פון דער תורה. דעם שולחן ערוך האט געשריבן רבי יוסף קארו גערופן דער "מחבר" בערך אין יאר הש, און מען האט אים געדרוקט צום ערשטן מאל אין השכ"ה מיט הגהות פון רמ"א. אין מערסטען פע ...

שלמה המלך

שלמה המלך איז געווען א זון פון דוד המלך און איז געווען דער לעצטער יידישער קעניג אין פארלויף פון 40 יאר אויף אלע שבטים פון כלל ישראל נאך דוד. שלמה האט קיינמאל נישט געפירט מלחמה מיט אנדערע פעלקער, ער האט געהאט גוטע פארבינדיגען מיט מצרים און אנדערע ...

שמואל

שמואל איז דער נאמען פון נביא און פֿון ספֿר שמואל, אין װעלכן עס װערן באַשריבן די ספּורים װעגן שמואל הנביא. דער נאָמען פֿון שמואל הנביא איז געװען בײ ײדן זײער געערט װי משה רבנו און אהרן הכהן און אין תהלים צ״ט װערן זײ דרײ דערמאָנט צוזאמען "משה ואהרן ...

שמונה עשרה

שמונה עשרה איז דער עיקר דאווענען פון אלע 3 תפילות שחרית מנחה ערבית. עס הייסט אזוי ווייל אמאל איז דאס געווען 18 ברכות מען האט צוגעלייגט דערנאך אבער די מינינם. מען שטייט און צאמגעלייגט די פוס, און מדאווענט דאס שטיל.

שמע ישראל

שמע ישראל איז דער פסוק אין ספר דברים וואס זאגט עדות אויף אן איינציגע גאט און איז איינע פון די גרונט-פרינציפן אין די יודישע אמונה. מען זאגט עס ביי קריאת שמע צוויי מאל א טאג און ווי אויך פארן גיין שלאפן. אויך זאגט מען דאס פארן טויט, בפרט ווען איינע ...

תורה

תורה א לשון קודש ווארט וואס מיינט "לערנען", "אנווייזונגען" אדער "געזעצין". עס איז דער צענטראלער און די מערסטע וויכטיגסטע דאקומענט פון אידישקייט פארהייליגט דורכאויס אלע דורות. עס איז געשריבן אין לשון הקודש. אויך באדייט די ווארט "תורה" אלע געזעצין ...

תלמוד בבלי

דער תלמוד, באקאנט צווישן ארטאדאקסישע אידן אלס גְמָרא, איז א זאמלונג פֿון ערקלערונגען אויף דער משנה פֿון די רבנים און תלמידי חכמים וואס זענען באקאנט אלס אַמורָאים. עס איז דא צוויי תלמודים, דער תלמוד בבלי און דער תלמוד ירושלמי. לויט דער טראדיציע הא ...

תלמוד תורה

תּלמוד תּורה אָדער חדר, איז אַ מוסד פאַר קינדער פון 3 ביז 13 יאָר אַלט, וואָס מען לערנט דאָרט כמעט אַ גאַנצן טאָג נאָר לימודי קודש, חומש משניות און גמרא - עיון און בקיאות. די עלטערן ברויכן צו צאָלן שולע געלט. אַזעלכע עלטערן וואָס האָבן נישט צו צא ...

תפילין

תפילין איז א אידישע רעליגיעזע אביעקט וואס איז א מצוה פאר מענער צו אנקניפן יעדן אינדערפרי ווען מען דאווענט שחרית. עס איז צוויי שווארצע קליינע קעסטעלעך געמאכט פון לעדער וואס ליגט אין איר פארשטעקט פיר פרשיות פון די תורה געשריבן אויף פארמעט. די תפילי ...

תרי"ג מצוות

תרי"ג מצוות איז די צאל פון די אידישע מצוות עשהס און לא תעשהס. עס זענען דא פארשידענע מיינונגען איבער די פונקטליכע חשבון, וועלכע מצוות מען קען יא אדער נישט אריינרעכענען אין די צאל פון 613 מצוות. זייער פונקטליכע חשבון איז אין: ספר המצוות להרמב"ם, ספ ...

תשובה

בעל תשובה איז א איד וואס האט נישט פראקטיצירט די אידישע רעליגיע, און האט זיך געטוישט זיין לעבנס שטייגער זיך צו פירן ווי א רעליגיעזער פרומער איד. אין געוויסע פעלער איז א בעל תשובה כמעט אזוי ווי א גר, צוליב וואס זיין פאמיליע איז גענצליך אומוויסנד אי ...

64 באזע

בעיס 64 איז א נומערן סיסטעם וואס איז געבויט אויף באזע פיר און זעכציג. דאס נוצט מען נישט פאר ציילן. דאס נוצט מען געווענליך פאר צולייגן אן אטעטשמענט צו א בליצבריוו.

אבסטראקציע (מאטעמאטיק)

אין מאטעמאטיק, איז אבסטראקציע א צענטראלער פראצעדור פון ראפינירן די פרינציפיעלע אייגנשאפטן פון אן אביעקט און פארלאזן אנדערע קאנקרעטע אייגנשאפטן. דורך אבסטראקציע קען מען גענעראליזירן די אייגנשאפטן פונעם אביעקט. די מערהייט פון מאטעמאטישע געביטן שטאמ ...

אוילער-אידענטיטעט

דער אוילער־אידענטיטעט, אויך גערופן די אוילער־גלייכונג, איז די גלייכונג: e i π + 1 = 0 {\displaystyle e^{i\pi }+1=0} אין דער דאזיגער גלייכונג געפֿינען זיך די פאלגנדע מאַטאַמאַטישע קאנסטאַנטן: i {\displaystyle i}, אימאַגינערער איינס i = √ − 1 {\dis ...

אויסדרוק (מאטעמאטיק)

א מאטעמאטישער אויסדרוק איז אן ענדלעכער סעקווענץ פון סימבאלן וואס פאַסט צו די תקנות פונעם קאנטעקסט. מאטעמאטישע סימבאלן קענען באדייטן נומערן, וואריאבלען, בינארישע אפרעראציעס און פונקציעס. אויך אין יידיש ליינט מען דעם אויסדרוק פון לינקס אויף רעכטס

אומענדלעכקייט

אומענדלעכקייט אדער אומענדיקייט איז אן אבסטראקטער באגריף וואס שילדערט עפעס וואס איז נישט באגרענעצט, וואס איז ניצבאר אין די פעלדער פון טעאלאגיע, פילאסאפיע, מאטעמאטיק און פיזיק. אומענדלעכקייט באדייט א זאך וואס איז גרעסער ווי נארוועלכער אנדערער זאך, ...

אקסיאם

אן אקסיאם איז א פראפאזיציע אין לאגיק וואס ווערט נישט דערוויזן נאר איז א קלארער אמת. ממילא נעמט מען דאס אן אלס אנהייבפונקט פון וואנעט מען לערנט ארויס אנדערע ווארהייטן. אין מאטעמאטיק רופט מען אן אקסיאם א פעסטשטעלונג פון וואס מען קען ארויסלערנען טעא ...

בינארישע סיסטעם

ציילן אין בינאריש איז ענליך ווי צו ציילן אין דער דעצימאלער סיסטעם, נאר אנשטאט ניצן צען ציפער-סימבאלן ניצט מען נאר צוויי, 0 און 1. מען פאנגט אן מיט די ערשטע קאלום אויף דער רעכטער זייט, די "איינסערס" קאלום. מען ציילט 0, 1, ביז מען האט מער נישט קיין ...

געארדנטער פאר

אין מאטעמאטיק, א געארדנטער פאר איז א זאמלונג פון צוויי אביעקטן, וואו דער סדר איז מעכב, ד״ה איינער פון די אביעקטאן איז דער ערשטער, און דער צווייטער אביעקט איז דער צווייטער. א געארדנטער פאר וואס זיין ערשטער קאארדינאט איז a {\displaystyle a} און דער ...

געזעמלען טעאריע

געזעמלען־טעאריע אדער סכומען־טעאָריע איז די טעאריע פון אָפּטיילן אין מאטעמאטיק איינגעזאמלטע צאלן פון פארשיידענע אביעקטן אין באזונדערע געזעמלען. מען ניצט באשטימטע סימנים, ווי צום ביישפיל: ווען געזעמל A אנטאהלט די נומערן 1.2.3.4, שרייבט מען עס אזוי: ...

געשפרייט

דאס געשפרייט איז דער גרעניצלאזער דריי-דימענסיאלער פלאץ וואָס אין דעם שפילן זיך אפ אלע אביעקטן און געשעענישען, און האָבן רעלאטיווער פאזיציע און ריכטונג. דאס פיזישע געשפרייט איז אָפט אויפגענומען אין דריי שורהדיגע דימענסיעס, הגם היינטצייטיקע פיזיקער ...

גראף (מאטעמאטיק)

אין גראַפן־טעאָריע איז אַ גראַף אַ סכום פון אָביעקטן מיט בונדן, וואָס קניפּן זיי צונויף. די אייגנשאַפטן פון גראַפן ווערן געפאָרשט אין ראַמען פון דער טעאָריע פון גראַפן, ווי אויך אין אינפאָרמאַטיק און קאָמפּיוטער פאָרשונג. גראַפן קומען צו נוץ אין ...

דימענסיע

אין פיזיק און מאטעמאטיק, איז די דימענסיע דער פאראמאטער אדער מאס וואס פארלאנגט זיך צו דעפינירן די כאראקטאריסטיקן פון א אביעקט, די לענג, ברייט, הייך און גרייס פון דער פארעם. אין לינעארער אלגעברע איז די דימענסיע פון א וועקטאר רוים דער קארדינאל פון א ...

דיפערענציאל-גלייכונג

א דיפֿערענציאַל-גלייכונג איז א מאטעמאטישע גלייכונג וואס פארבינדט א פונקציע פון איינע אדער מער וואריאבלן מיט זײַנע דעריוואטיוון. דיפֿערענציאַל-גלייכונגען קומען פון סיסטעמען וואס די פארהעלטעניש צווישן קוואנטיטעטן וואס ענדערן זיך כסדר און זייערע ענד ...

דעצימאל

די דעצימאל סיסטעם איז א נומערן סיסטעם וואס איז געבויט אויף א באזע צען. זי ווערט אנגערופן דעצימאל ווייל דעצימאל קומט פון לאטיין דעצימוס וואס מיינט צען. דאס איז די מערסטע באנוצטע נומערן סיסטעם אין באנוץ היינט, מן הסתם וועגן דעם ווייל מענטשן האבן צע ...

דעריוואטיוו

א דעריוואַטיוו פון אַ פֿונקציע איז דער באַרגנייג אויף דער באַריר־לינע בײַ א פֿונקט. א דעריוואַטיוו באַשרייבט די וואַקסיקייט פון אַ פֿונקציע. דער היפּוך פֿון א דעריוואַטיוו איז אַן אינטעגראל. דער דעריוואַטיוו ווערט געפֿונען געוויינטלעך אין מאַטעמא ...

ווייטקייט

ווייטקייט איז א נומערישער דיסקריפציע ווי ווייט זאכן זענען איינס פון אנדערן. אין פיזיקס פון יעדן טאג קען דאס זיך אויסטייטשן ווי גרויס איז די פיזישע לענג אדער די צייט אפשניט פון גיין ביז אהין.

טאפאלאגיע

טאפאלאגיע איז די מאטעמאטישע שטודיע פון פארעמען און רוימען. זי איז א הויפט געביט פון מאטעמאטיק וואס באהאנדלט די גרונטלעכע אייגנשאפטן פון א רוים, ווי פארבונדקייט, קאנטינואיטעט און גרענעץ. זי איז די שטודיע פון אייגנשאפטן וואס ווערן פרעזערווירט דורך ...

טעאריע פון משמעותדיקייט

טעאָריע פֿון משמעותדיקײַט איז אַ צװײַג פֿון מאַטעמאַטיק, װאָס אַנאַלאַזירט, אױף אַ מאַטעמאַטישן אױפֿן, סײַ װאָסערע נישט זיכערדיקע פֿענאָמען. למשל, װאָס איז די משמעותדיקײַט פֿון װאַרפֿן אַ װערפֿל און זאָל אַרױסקומען זעקס-זעקס. די טעאָריע װערט אַ ס ...

טעארעם

אין מאטעמאטיק, איז א טעארעם אן ארויסזאג וואס מקען דערווייזן אין א געוויסער אקסיאם סיסטעם. דערווייזן טעארעמען פארנעמט א חשובן פלאץ אין מאטעמאטיק. א טעארעם האט היפאטעזן, ד"ה די באדינגען וואס דארפן האלטן, און מסקנות וואס קומען ארויס פונעם טעארעם לוי ...

לאגאריטם

דער לאגאַריטם פון א נומער איז דער פאטענץ מיט וואס א געוויסער נומער, די באזע, דארף ווערן געהעכערט צו פראדוצירן יענעם נומער. למשל, דער לאגאריטם פון 1000 צו באזע 10 איז 3, ווייל 1000 איז 10 צום פאטענץ 3: 1000 = 10 × 10 × 10 = 10 3. בדרך כלל, אז x = ...

לאגיק

לאָגיק איז די וויסנשאפט פון פארשטאנד און באווייזן. עס איז אן אפטייל פון פסיכאלאגיע און מאטעמאטיק. דורך א לאגישע טעאריע קען מען אנטשיידן צי עטוואס איז אמת אדער פאלש. די יסודות פון לאגיק האט אוועקגעשטעלט דער לאגישער אריסטא. דער באוווסטער ביישפיל פו ...

מאטעמאטישע פיזיק

מאַטעמאַטישע פֿיזיק באדייט די אנטוויקלונג און באניץ פון מאטעמאטישע מעטאדן וואס מען קען זיין אנווענדן צו פראבלעמען אין פיזיק. דער Journal of Mathematical Physics דעפינירט דאס פעלד ווי "די אנווענדונג פון מאטעמאטיק צו פראבלעמען אין פיזיק און די אנטו ...

מאטעמאטישער אנאליז

אַנאַליז שטאמט פון דער פֿעסטער פֿארמולירונג פֿון קאלקולוס. ער איז דער טייל פון מאטעמאטיק וואס באהאנדלט דעם באגריף פון א גרענעץ. ער איז כולל די טעאריעס פון דיפערענציאציע, אינטעגראציע, אומענדיקע סעריעס און אנאליטישע פונקציעס. די טעאריעס שטודירט מען ...

מאטעמאטישער דערווייז

אין מאטעמאטיק איז א דערווייז א דעדוקטיווער ארגומענט פאר א מאטעמאטישן ארויסזאג. אינעם ארגומענט קען מען ניצן ארויסזאגן וואס מהאט פריער פעסטגעשטעלט, ווי למשל טעארעמען. סוף כל סוף כל איז אלץ געבויט אויף אקסיאמען, ד"ה ארויסזאגן וואס זענען קלאר אמת אדע ...

מינוט

א מינוט איז א זעכציגסטעל פון א שעה. מען ניצט דאס אין צייט ווען מען וויל זאגן וויפל איז דער זייגער, דאן מיינט דאס א זעכציגסטעל פון א שטונדע, און האט אין זיך זעכציג סעקונדעס. מען ניצט דאס אין מעסטן לאנד דאן מיינט דאס א זעכציגסטעל פון א גראד, און הא ...

נומערישער אנאליז

נומערישער אַנאַליז איז דער צווייג פון אנגעווענדעטער מאטעמאטיק וואס באהאנדלט די טעאריע און די אלגאריטמען פון געפינען נומערישע לייזונגען צו מאטעמאטישע פראבלעמען. נומערישער אנאליז דערמעגלעכט רעכענען דעם אינטעגראל פון אלע סארטן פונקציעס, און לייזן גל ...

נומערן טעאריע

נומערן טעאריע א צווייג פון מאטעמאטיק וואס שטודירט די נאטירלעכע צאלן. אפטמאל אין נומערן טעאריע איז גאנץ גרינג צו פארשטיין דעם פראבלעם אבער גאר שווער צו לייזן. למשל, פערמאס לעצטער טעארעם, די גאלדבאך השערה אז יעדע גראדע צאל גרעסער פון 2 איז דער סכום ...

נומערן סיסטעם

א נומערן סיסטעם איז א וועג פון אויסדרוקן נומערן דורך שרײַבן; דאס הייסט, נוצן ציפערן צו רעפרעזענטירן א צאל. יעדע שפראך האט זיך זײַנע ווערטער ווי אזוי צו זאגן נומערן, אבער ווי אזוי צו שרײַבן אדער רעכענען איז נישט אלעמאל גלײַך. און דאס איז וואס א נו ...

סדרדיקע צאל

סדרדיקע צאל איז א וועג צו צייגן נומערן לויט זייער פלאץ אין א סעריע. ווי צום ביישפיל: דער "דריטער" פרעזידענט, דעם "אכטן" פעברואר, די "טויזנטסטע" ארטיקל אד"ג.

פארמל

א פֿאָרמל אדער פֿארמולע אין מאטעמאטיק איז א באשטימטע מאטעמאטישע אויסלייג כדי צו פארגרינגערן צו רעכענען קאמפליצירטע חשבונות. צום ביישפיל: דער פיטאגאראס פרינציפ: a 2 + b 2 = c 2 {\displaystyle a^{2}+b^{2}=c^{2}\,} איז א פארמל צו רעכענען דעם קוואדרא ...

פונקציע

אין מאטעמאטיק איז א פונקציע די צופאסונג צווישן צוויי סכומען. איין סכום איז דער עיקרדיקער סכום און דער צווייטער סכום איז א צווייטרייאיקער סכום. די פונקציע אסאציאירט מיט יעדן עלעמענט אינעם עיקרדיקן סכום גענוי איין צופאסטן עלעמענט אינעם צווייטרייאיק ...

פלאכטע

אין מאטעמאטיק איז א פלאַכטע א טאפאלאגישער רוים וואס לאקאל איז ענלעך צו אן אויקלידישן רוים לעבן יעדן פונקט. איין־דימענסיאנעלע פלאכטעס שליסן איין שטריכן און קרייזן, אבער נישט קיין פיגור אכט, וואס האט א קנופ און דארט איז נישט ענלעך צו אן אויקלידישן ...

פראצענט

פראָצענט איז א וועג ארויסצוברענגען א ציאונג אדער פראקציע פון א גאנצן נומער. א נומער ווי "45%" איז למעשה א פארקירצונג צו דעם נומער 45/100. ווי למשל, די אויסדרוקן, "45 פראָצענט פון מענשטן." איז למעשה א וועג צו זאגן: "45 פון א יעדע 100 מענטשן." אדער ...

צאל

צאל ווערט געניצט צו ציילן און מעסטן פארשידענע אייגנקייטן. מיט א צאל קען מען רעכענען וויפיל מאסע, צייט, ווייט, הייסקייט און אזוי ווייטער. צאלן זענען פון די יסודות פון מאטעמאטיק.

ציפער

ציפער איז א סימבאל וואס ווען מען שטעלט איטליכע צוזאם ווערט זי א צאל. דער ציפער איז אין אלגעמיין א נומער, אבער דאס קען אויך זיין אן אות פון אנדערע נומערן סיסטעם.

קאלקולוס

קאַלקולוס איז די מאטעמאטישע שטודיע פון ענדערונג, גענוי ווי געאמעטריע איז די שטודיע פון פֿארעם און אלגעברע איז די שטודיע פון אפעראציעס און זייערע אנווענדונג צו לייזן גלייכונגען. ער האט צוויי הויפט צווייגן, דיפערענציאל-קאלקולוס, און אינעטגראל-קאלקו ...

קאמפלעקסע צאל

א קאמפלעקסע צאָל איז א צאל וואס באשטייט פון א רעאלן און אן אימאַגינערן טייל. מען קען זי שרייבן אין דער פארעם a + bi, וואו a און b זענען רעאלע צאלן, און i איז די אימאגינערע איינהייט מיט דער אייגנשאפט i 2 = −1. די קאמפלעקסע צאלן נעמען איין די רעאלע ...

Free and no ads
no need to download or install

Pino - logical board game which is based on tactics and strategy. In general this is a remix of chess, checkers and corners. The game develops imagination, concentration, teaches how to solve tasks, plan their own actions and of course to think logically. It does not matter how much pieces you have, the main thing is how they are placement!

online intellectual game →