★ Free online encyclopedia. Did you know? page 121

ט שבט

יום ההצלה רעטונגס טאג פון די צוויי הייליגע ברידער, האדמו"ר רבי אהרן רוקח דער בעלזער רב זצ"ל און רבי מרדכי רוקח דער בילגורייער רב זצ"ל. אין דעם טאג, אין יאהר התש"ד 1944, האבן די צוויי ברידער עררייכט די באדן פון דעם הייליגן לאנד נאך א לענגערע געפאר ...

י שבט

התש"י – רבי יוסף יצחק שניאורסאהן, גערופן המהריי"צ, זעקסטער אדמו"ר פון ליובאוויטש געבוירן התר"ם. התשע"ד – אריאל שרון, אָדער אַריק שאַראָן, עלפֿטער פרעמיער מיניסטער פון ישׂראל געבוירן התרפ"ח. התש"ה – הרב ישכר שלמה טייכטאל, דער ראב"ד פון פישטיאן טשע ...

כ"ב שבט

התר"ס - רבי יהודה לייביש לאנדא, אב"ד סאדיגורא, מחבר פון "יד יהודה". התשמ"ח - רעביצין חיה מושקא שניאורסאן, לובאוויטשער רביצין. התרי"ט – רבי מנחם מענדל מארגנשטערן, דער אלטער קאצקער רבי. התשע"ד - רבי יעקב גאלינסקי דער באוואוסטער מגיד מישרים פון בני ...

כ"ג שבט

התרל"ג - אין דעם טאג גרינדעט רבי יהושע רוקח דער מיטלער בעלזער רב די ערשטע חרדישע פאליטישע באוועגונג "מחזיקי הדת", וואס ווערט שפעטער אויסגעשפרייט איבער גאנץ גאליציע און טיילן פון אונגארן און ווייטערע לענדער אין אייראפע. דער מיטלער רב האט זיך דערבי ...

כ"ז שבט

התרכ"ה - רבי עמנואל וועלטפרייד פון פשעדבארזש. התקפ"ו - רבי ישראל ב"ר חיים קלוגער, רב אין טשעבין. התכ"ח - רבי יעקב דוד ב"ר נפתלי צבי הירש פון וויען. התרפ"ו - רבי צבי יעקב ב"ר מיכאל יצחק אופנהיים רב אין קעלם און מח"ס צבי גאון יעקב. התקצ"ז - רבי משה ...

כ"ט שבט

התרס"ד - רבי חנניה יו"ט ליפא טייטלבוים פון סיגעט, דער "קדושת יום טוב". התרפ"ה - רבי יצחק ירוחם דיסקין. התרמ"ו - רבי ישכר בעריש ב"ר יצחק אייזיק פון דאלינע. הת"ר - רבי אליהו רחמים חזן, מח"ס אורח משפט. התשס"ה - רבי נתנאל קווין, מנהל רוחני פון תורה ו ...

תמוז

תמוז איז דער פערטער חודש צו דער ציילונג פון די חדשים וועלכע ווערט געציילט פון ניסן און דער צענטער חודש צו דער ציילונג פון יארן, וועלכע ווערט געציילט פון תשרי.

ג תמוז

בתפ"ט אדער: בת"ץ לויטן מסורת - יהושע בן נון האט געזיגט די פינף מלכים אין מקדה ביי די מלחמות איינצונעמען ארץ ישראל. התרפ"ז באפרייט געווארן דער אדמו"ר ריי"צ פון ליובאוויטש פון דער טורמע שפולערקע בתנאי ער זאל ארויספארן אין גלות צו קוסטראמא. אין ליוב ...

י"ז תמוז

בתמ"ח - משה רבנו קומט אראפ פון הר סיני און צעברעכט די ערשטע לוחות. נח באפרייט די טויב צו דערגיין צי דער מבול האט געענדיגט. גתתכ"ח - די מויערן פון ירושלים ווערן דורכגעבראכן ביים בית שני דורך די רוימען און דער קרבן תמיד ווערט בטל.

כ"א תמוז

התרפ"ו - הרב פינחס מנחם אלטער, דער זעקסטער זיבעטער גערער רבי נפטר אין התשנ"ו. התרל"ח - יאנוש קורטשאק, פירער פונעם יתומים אנשטאלט אין דער ווארשעווער געטא. התשי"ח - ציפי ליבני, כנסת דעפוטאט, מיניסטארקע אין דער ישראל רעגירונג און פירער פון דער קדימה ...

כ"ח תמוז

התרמ"ו - הרב שלמה גאנצפריד, מחבר פונעם "קיצור שולחן ערוך". הת"ר - רבי ישעיה משולם זושא טווערסקי פון טשערנאביל. התרס"ד - רבי נחמן כהנא פון ספינקא, מחבר פון "ארחות חיים". התשמ"ו - רבי חיים פרידלענדער, משגיח אין דער פאנאוועזשער ישיבה, מחבר, שפתי חיי ...

תשרי

פון ווען סאיז באשטימט געווארן דער יידישער קאלענדאר קביעות החדשים, איז תשרי שטענדיג א פולער חודש מלא: א חודש פון דרייסיג טעג. ראש חודש תשרי איז שטענדיג איין טאג: דער ערשטער טאג פון תשרי, וויבאלד אלול איז שטענדיג א פארקערצטער חודש חסר: ער האט שטענד ...

א תשרי

התשכ"א - יצחק הערצאג, פארזיצער פון דער יידישער אגענטור. א - אדם הראשון יציר כפיו של הקב"ה באשאפן לדעת רבי אליעזר. א תתקנ"ט - שרה אמנו, דער ערשטער פון די פיר מוטערס.

ג תשרי

ג תשרי איז געווענליך צום גדליה סיידן עס געפאלט שבת דאן ווערט דער תענית אפגעשטופט אויף זונטאג, און איז דער דריטער טאג פון די עשרת ימי תשובה. די טעג ווען ג תשרי קען געפאלן:

ט"ו תשרי

התש"ד אויפשטאנד אין דעם סאביבאר פארניכטונג לאגער: 14 ס"ס אפיצירן און אוקראינישע שומרים געהארגעט, און מער ווי 300 געפאנגענער זדאנזשן צו אנטלויפן פונעם לאגער.

י"ז תשרי

התרמ"ז - דוד בן גוריון איז געווען דער ערשטער פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל נפטר ו כסלו התשל"ד. התש"ך - ניר בארקאט, דער בירגערמייסטער פון ירושלים און דער פארזיצער פון דער פארטיי "ירושלים וועט באווייזן".

הושענא רבא

הושענא רבא איז דער לעצטער טאג פון דעם יו"ט סוכות, עס מיינט "פילע הושענאס"צוליב די פילע געבעטען וואס מען זאגט ביים דאווענען אין דעם דאזיגן טאג, מיט דעם ווארט "הושענא". אין צייטן פון בית המקדש האבן כהנים ארום שפאנצירט די מזבח מיט בינטלעך ערבות זינג ...

ל"ג בעומר בהלה תשפ"א

פֿארטאגס ל"ג בעומר התשפ"א, דעם 30סטן אפריל איז געווארן א גרויסע בהָלה ביים ציון פון רבי שמעון בר יוחאי אין מירון, ווען 45 מענער און קינדער זענען אומגעקומען און 102 זענען פארוואונדעט געווארן, נאכדעם וואס זיי זענען צעטרעטן געווארן אין א שטארקן געדר ...

רבי שמעון בר יוחאי

רבי שמעון ווערט אריבערגעפירט אהער, פאר אנדערע באדייטן זעט רבי שמעון רבי שמעון בר יוחאי ר"ת: רשב"י איז געווען א תנא און פון די גרויסע תלמידים פון רבי עקיבא, ער ווערט דערמאנט 320 מאל אין משניות. כלל ישראל פייערט זיין יום הילולא אום ל"ג בעומר.

ארבעה מינים

די פיר מינים זיינען לולב, אתרוג, הדס און ערבה. אין די יידישע תורה איז עס איינע פון די מצוות און מען דארף זיי ביי די אלע זיבן טעג פון יום טוב סוכות, אזוי ווי עס שטייט: וּלְקַחְתֶּם לָכֶם בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן פְּרִי עֵץ הָדָר כַּפֹּת תְּמָרִים וַעֲנ ...

לולב

דער לולב איז איינע פון די פיר מינים וואס מען איז מחויב צו שאקלען אום סוכות, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק: וּלְקַחְתֶּם לָכֶם בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן, פְּרִי עֵץ הָדָר כַּפֹּת תְּמָרִים, וַעֲנַף עֵץ עָבֹת, וְעַרְבֵי נָחַל, וּשְׂמַחְתֶּם, לִפְנֵי יְהוָה ...

סוכה

סוכה איז די פּראָוויזאָרישע כאַטקע וואָס אידן ציען זיך אַרײַן צו וואוינען דאָרטן אין משך פון סוכות. מען עסט און מען שלאָפט אין דער סוכה. אַ סוכה דאַרף זײַן באַדעקט מיט כשרן "סכַך". דאָס ווערט אַרויסגעלערנט פונעם פסוק: בַּסֻּכֹּת תֵּשְׁבוּ שִׁבְעַ ...

סכך

סכך מוז על פי הלכה זיין פון א מאטריאל וועלכע וואקסט ארויס פון דער ערד גידולו מן הקרקע, א שטייגער ווי די אפט-באנוצטע באמבו שטעקנס, לולבים, צי פארשידענע אנדערע סארטן בלעטער און ביימער. די סכך מוז אויך זיין אפגעשניטן פון דער ערד, איז למשל, אויב מאכט ...

שלאק

שלאק איז א צודעק פאר א סוכה, געמאכט צו באשיצן די סוכה פון רעגן. אויך איז דאס א שפּעֶט-נאמען אויף א פרוי וואס איז שלעכט. זי איז א שלאק, דאס מיינט געווענליך אז מען קען זיך נישט דורכקומען מיט איר. צוליב וואס הלכות סוכה פארלאנגט אז די דאך פון די סוכה ...

שמחת בית השואבה

שמחת בית השואבה איז א טאנץ צעראמאניע וואס מען פרייט זיך מיט אויסערגעווענליכע ענטוזיאזם אפצוצייכענען די ניסוך המים עבודה פון די צייטן פון בית המקדש. וויבאלד סוכות איז דער הערבסט יום טוב חג האסיף וואס הייבט זיך אן די רעגן סעזאן, נוצט מען אויס דער מ ...

פורים

פורים איז א יידישער יום טוב וואס ווערט געפייערט י"ד אדר, און ביי פארפאנצערנע שטעט וואס זיינען פארפאנצערט נאך פון יהושע בן נוןס צייטן ווערט ער געפייערט ט"ו אדר, דער טאג ט"ו אדר הייסט אין דער גאנצער וועלט "שושן פורים".

ראש השנה

ראש־השנה איז א יידישער יום טוב אין דעם ערשטן טאָג פון דעם יידישן יאָר, אנהייב חודש תשרי. אין דער קריסטלעכע צייט-רעכנונג, פאלט אויס ראש השנה, אין סעפטעמבער אדער אָקטאָבער. אין דעם טאג פייערט מען דער אנפאנג פון יאר, און מען איז ממליך דער גאט פון די ...

אידישע בית עולם פון הר הזיתים

דאס אידישע בית עולם פון הר הזיתים איז אַ ייִדישע בית עולם וואס באדעקט די שיפועים פון דעם בארג הר הזיתים, דער קידראָן טאל בייַ די פֿיס צו די שפּיץ איבערקוקנדיק די אַלטע שטאָט און הר הבית. עס איז איינע פון די עלטסטע אידישע בית־עולמס, און איז כּולל ...

מיליטערישע בית עולם אויף הר הרצל

דאס מיליטערישע בית עולם אויף הר הרצל איז אַ מיליטערישע בית עולם אין הערצל בארג אין ירושלים, אויך געניצט ווי אַ מיליטעריש בית עולם אין דעם צענטער פון ישראל און די זיכערהייַט קראפטן און די פּאָליצייַ. עס איז פלאציר אין די צפונדיקן טייל פון הערצל בא ...

יוחנן כהן גדול

יוחנן כהן גדול דער ערשטער איז געווען אין די צייט פון צווייטן דור זוגות, פון פערטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה. אין יאר גתרפ"א אדער גתרכ"א - צוויי הונדערט און צוועלף/דרייצן יאר נאך דעם אויפבוי פון בית שני - ביים אויפשטאנד פון די חשמונאים איז שוין ...

סדר קדשים

סדר קדשים, דער פינפטער סדר פון משניות, איז כולל 11 מסכתות. קדשים איז טייטש הייליגע זאכן, רוב מסכתות אין דעם סדר האבן צו טון מיט קרבנות. דער סדר איז צעטיילט אין די פאלגנדע 11 מסכתות: מסכת קנים וועגן קרבנות פון עופות וואס זענען געווארן אויסגעמישט. ...

קטורת

אין דעם בית המקדש איז קטורת געווען א געמישעכטס פון עלף סארט געווירצן וואס מען האט גערייכערט אויפן מזבח הזהב. די קטורת האט מען מקטיר געווען צוויי מאל א טאג, איין מאל אינדערפרי און איין מאל נאכמיטאג. אינעם טאג יום כיפור האט מען אריינגעפירט די קטורת ...

קרבן חטאת

א קרבן חטאת איז א קרבן וואס מען ברענגט אויפן מזבח אין דעם בית המקדש. איינע וואס האט עובר געווען געוויסע עבירות בשוגג ברענגט א קרבן חטאת. א חטאת איז פון די קרבנות וואס הייסן קדשי קדשים, מען דארף זיי שעכטן אין צפון זייט פון דער עזרה, און די טיילן פ ...

שלמים

שלמים איז א קרבן וואס מען בריינגט אלס א תרומה אדער אלס א נדר כדי צו לויבן אדער בעטן הילף פון גאט. וְכִי תִזְבְּחוּ זֶבַח שְׁלָמִים, לַיהוָה-- לִרְצֹנְכֶם, תִּזְבָּחֻהוּ ויקרא י"ט סהייסט שלמים ווייל דער קרבן מאכט שלום צווישן גאט מיט דער מענטש. אדע ...

מגילת איכה

מגילת איכה ענטהאלט די קינות פון ירמיה הנביא אויפן חורבן ירושלים. זי איז פון די חמש מגילות אין כתובים. אין תנ"ך און אין מדרש ווערט זי אנגערופן קינות אדער מגילת קינות. מען זאגט דעם מגילת איכה תשעה באב ביינאכט נאך מעריב, זיצנדיג אויף דער ערד.

ליל הסדר

די ערשטע נאכט פֿון פסח, די ערשטע צוויי נעכט פֿון פסח, פראוועט מען אין יעדן יידישן שטוב א סדר. ביים סדר ליינט מען די הגדה און מען איז מקיים די אלע מצוות און מנהגים וואס געהערן דערצו. ווי אויך איז א טייל פֿונם סדר א יום-טובדיקע סעודה. וויבאלד פסח א ...

אפיקומן

דער אפיקומן איז דאס לעצטע שטיקל מצה וואס מען עסט ביים סדר פסח ביינאכט, ביים סימן "צָפוּן". מען פירט זיך צו טיילן די מיטעלע מצה אויף צוויי ביים אנהייב פונעם סדר, און די גרעסערע העלפט לייגט מען אוועק פארן אפיקומן. דער מנהג שטאמט פון דער מצוה פון עס ...

הגדה של פסח

די הגדה של פסח שטאמט פון אן אוראלטן מדרש וואס ווערט שוין דערמאנט אין דער משנה.‏ הגדה של פסח איז דער טראדיציאנאלע נוסח באנד, וואס מען זאגט ביים סדר נאכט די ערשטע נעכט יו"ט פסח. די אומצאליגע הגדות, וואס זענען היינט אומשאצבארע אנטיק און סחורה, איז ד ...

כרפס

כרפס איז איינע פון די סימנים פונעם סדר פסח ביינאכט. פסח ביים סדר פירט מען זיך צו איינטינקען א שטיקל כרפס גרינצייג אין זאלץ-וואסער צו געדענקען די טרערן פון די יידן ווען זיי זיינען געוועזן קנעכט אין מצרים. לויטן רמב"ם טינקט מען דעם כרפס אין חרוסת. ...

מה נשתנה

עס איז אויך דא וואס פירן זיך די פאלגנדע מנהגים: מען צינדט אן גרעסער און לענגערע וואקסענע ליכט "מה נשתנה ליכט"פון דאס וואס מען צינדט איין אנדער יום טוב אדער שבת. אויך איז דא א מנהג אז מען ווארפט ניסלעך פאר די קינדער פאר מה נשתנה, דאס איז פארדעם אז ...

מישא אלעקסאנדראוויטש

מיכאל אַלעקסאַנדראוויטש איז געווען א חזן און זינגער. ער איז געווען חזן אין ריגע, מאנטשעסטער און קאוונע.

הערמאן בארנשטיין

הערמאַן באָרנשטיין איז געווען א חזן. ער איז געבוירן געווארן אין פוילן. צום ערשט האט ער געזונגען אין דער אפערע און דערנאך איז ער אריבער צו חזנות. ער איז געווען חזן אין אזעלכע גרויסע שטעט אין אייראפע ווי אין די שוהל "אהבהת רעים"אויף דער שפיטאלנא גא ...

משה גענטשאף

משה גענטשאף איז געווען א חזן אין ניו יארק, אמעריקע. חזן משה גענשאף איז געבוירן אין אדעס, און איז געקומען מיט זיינע עלטערן קיין אמעריקע, אין טאלעדא, אהאיא. ער האט שטודירט ביים בארימטן חזן יעקב ראַפּאָפּאָרט. זיינע ערשטע חזנישע אויפטריטן האבן זיך א ...

מרדכי הערשמאן

מרדכי הערשמאן איז געווען פון די גרויסע חזנים אין דער צייט פונעם מלך החזנים יאסעלע ראזענבלאט, און ער האט קאנקוריט אויפן קרוין אבער יאסעלע האט עס געווינען צוליב זיינע פילע אייגנארטיגע מעלות.

שלמה הערשמאן

שלמה הערשמאן איז געווען א חזן און יונגערער ברודער פונעם באקאנטן חזן מרדכי הערשמאן. די מבינים זאגן אז ער איז נישט געווען ווייניגער חזן ווי זיין ברודער, ער האט זיך נאר באגענוגנט מיטן זיין א חזן אין א שוהל און נישט געווען אינטרעסירט צו ווערן באוואוס ...

יושע ווידער

יהושע ווידער איז געווען א בארימטער חזן, בעל מנגן און קאמפאזיטאר. פארן צווייטן וועלט קריג האט ער געדינט אלס חזן אין "קהל ספרדים"אין מישקאלץ. ער איז געווען א סיגעטער חסיד.

דוד ווערדיגער

ר אלתר דוד יצחק ווערדיגער איז געווען א זינגער און א חזן. ער איז געבוירן אין קראקע און איז א גערער חסיד. פארן צווייטן וועלט קריג פלעג ער זינגען יום טוב אין דער קאפעלע ביים גערער רבין, דעם אמרי אמת. ער איז דער פאטער פון דעם זינגער מרדכי בן דוד. ער ...

נח זאלודקאווסקי

נח זאַלודקאווסקי איז געווען א חזן און גלייכצייטיג א גרויסער ת"ח, אזש ער האט באקומען סמיכה פאר רבנות פונעם ראגאטשאווער גאון. זאלודקאווסקי איז געבוירן אין יאר תרי"ט אין א קליין שטעטל באווראץ, וואס געפינט זיך נעבן גראדנא הוראדנא, ליטע. שוין פון קינד ...

בערעלע חגי

בערעלע איז געבוירן צו זיין פאטער ר יצחק חגי וואס איז געווען חזן אין א שטעטל דאַגדע, רוסישע אימפּעריע היינט אין לעטלאנד. אלס קינד פון פיר יאר האט ער שוין געהאלפן זיין פאטער ביים עמוד, און ביי די ניין יאר האט ער שוין געהאלטן קאנצערטן. ביי די אכצן א ...

שלום כ"ץ

שלום כ"ץ איז געווען פאררעכנט צווישן די בעסטע חזנים אין דער תקופה פון נאכן קריג. שלום כ"ץ איז געבוירן אין גרויסווארדיין, אונגארן, אין יאר תרע"ט. ביי די זיבן יאר אלט האט ער שוין אנגעהויבן צו זינגען אין א כאר. ער איז אויפגענומען צו זיין חזן אין קעשע ...

Encyclopedic dictionary

Translation
Free and no ads
no need to download or install

Pino - logical board game which is based on tactics and strategy. In general this is a remix of chess, checkers and corners. The game develops imagination, concentration, teaches how to solve tasks, plan their own actions and of course to think logically. It does not matter how much pieces you have, the main thing is how they are placement!

online intellectual game →