ⓘ Free online encyclopedia. Did you know? page 126

לאדזשער וואיעוואדעשאפט

די לאדזשער וואיעוואָדעשאַפט, אויך לאדזשער גובערניע איז א וואיעוואדעשאפט אין צענטראל פוילן. זי איז איינע פון די זעכצן פוילישע וואיעוואדעשאפטן געשאפן אין 1999, מיט א שטח פון 18.219 קוואדראט ק"מ און א באפעלקערונג פון 2.48 מיליאן באוואוינער. די הויפט ...

לאשיץ

לאשיץ איז א שטעטל אין מזרח פוילן, 122 ק"מ מזרח פון ווארשא. לאשיץ באדעקט א שטח פון 23.75 קוואדראט ק"מ. די באפעלקערונג איז 7.252.

לובלינער וואיעוואדעשאפט

די לובלינער וואיעוואָדעשאַפט, אויך לובלינער גובערניע, איז א וואיעוואדעשאפט אין מזרח פוילן. זי איז איינע פון די זעכצן פוילישע וואיעוואדעשאפטן געשאפן אין 1999, מיט א שטח פון 25.155 קוואדראט ק"מ און א באפעלקערונג פון 2.135.715 מיליאן באוואוינער. די ...

ליטע

ליטע איז אַ לאַנד אין צפֿון־אײראָפּע. איר הױפּטשטאָט און גרעסטע שטאט איז װילנע. פלאצירט ביים דרום-מזרח בארטן פונעם באלטישן ים,האט ליטע גרענעצן מיט לעטלאנד צו צפון, בעלארוס צו דרום-מזרח, פוילן, און רוסלאנד צו דרום-מערב. ליטע איז א מיטגליד פון נאט" ...

ליכטנשטיין

די פרינציפאליטעט פון ליכטנשטײן איז אַ פּיצל-קלײן לאנד איינגעשלאסן לאנד אין מיטל-אײראָפּע. זי האט א גרענעץ מיט דער שווייץ צו מערב און עסטרייך צו מזרח. איר שטח איז 160 קוואדראט ק"מ און זי האט א באפעלקערונג פון בערך 35.000. איר הױפּטשטאָט איז װאַדוץ ...

ליל

ליל איז די גרעסטע שטאָט אין פראנצויזיש פלאנדערן אין צפֿון פֿראַנקרײַך אויפן דעל טייך. ער איז די הויפטשטאט פונעם נארד פא דע קאלע ראיאן. ליל איז דאס הארץ פון א גרעסערער קאנאורבאציע וואס נעמט איין ליל, רובע, טורקווען און ווילענעוו ד׳אסק, וואס איז די ...

לינץ

לינץ איז די הויפטשטאט פונעם לאנד אויבער עסטרייך, און די דריטע גרעסטע שטאט אין גאנץ עסטרייך אין טערמינען פון באפעלקערונג. אין דער שטאט אליינס וואוינען 203.012 איינוואוינערס, און אין די ביישטעט וועלכע נעמען איר ארום נאך 771.695. די שטאט געפינט זיך ...

מאזאוויער וואיעוואדעשאפט

די מאַזאוויער וואיעוואָדעשאַפט איז א וואיעוואדעשאפט אין מזרח־צענטראל פוילן. זי איז די גרעסטע און די מערסט באפעלקערסטע פון די זעכצן פוילישע וואיעוואדעשאפטן געשאפן אין 1999, מיט א שטח פון 35.579 קוואדראט ק"מ און א באפעלקערונג פון 5.16 מיליאן באוואו ...

מארסיי

מאַרסיי, באקאנט אין די אוראלטע צייטן ווי מאַסאַליאַ, פון גריכיש: Μασσαλία), איז די צווייטע גרעסטע שטאט אין פראנקרייך נאך פאריז, און די הויפט שטאט פון דעם בוש-דו-ראן דעפארטמענט. מארסיי האט א שטח פון 240.62 קוואדראט ק"מ און א באפעלקערונג פון 852.39 ...

נארד ריין-וועסטפאליע

נאָרד רײן־װעסטפֿאַליע איז אַ דײַטשלענדיש לאַנד, װאָס געפֿינט זיך אין מערבֿ־דײַטשלאַנד. די הױפּטשטאָט איז דיסלדאָרף. דאָס לאַנד האָט די גרעסטע באַפֿעלקערונג צװישן אלע דײַטשע לענדער מיט 17.878.000 אײַנװױנערס. דער שטח איז 34.088.01 ק״װ ק״ם: דאָס פֿי ...

נארד-פא-דע-קאלע

נארד-פאַ דע קאַלע איז איינער פון די 27 ראיאנען פון פראנקרייך. ער שליסט איין די דעפארטמענטן נארד און פא-דע-קאלע, און געפינט זיך אין צפון פראנקרייך, לעבן דעם גרענעץ מיט בעלגיע און מיטן פאראייניגטן קעניגרייך. זיין באפעלקערונג איז 4.02 מיליאן. די הוי ...

ניקאלשבורג

ניקאלשבורג אין איז אַ שטאָט אין טשעכײַ אין דער געגנט פֿון מעהרן װאָס ליגט נעבן דער גרענעץ צו עסטרײַך. דער רבי ר שמעלקע איז געווען אב"ד פון ניקאלשבורג. אין יאר 1938 האבן געוואוינט 472 יידן אין ניקאלשבורג; רוב פון זיי זענען אומגעקומען אין חורבן איי ...

נעמאן

דער נעמאַן אדער ניעמאַן ; ליטוויש: Nemunas ; לעטיש: Nemuna ; פויליש: Niemen ; פרײסיש: Mīmeli ; רוסיש: Неман,‏ ; דייטש: Memel ; זאמוטיש: Nemons) איז דער גרעסטער טייך אין ליטע, און דער דריט־גרעסטער אין בעלארוס. דער שטראמט דורך א לענג פון 937 ק"מ, מ ...

סאנקט פעלטן

סאנקט פעלטן איז די גרעסטע שטאט און די הויפטשטאט פון דעם לאנד נידער-עסטרייך, אין עסטרייך. די שטאט ליגט אויפן ברעג פונעם "טרייזן טייך", אין דעם "וואכאו טאל", און ווערט אריינגערעכנט אין דער ליסטע פון די עלטסטע שטעט אין דעם לאנד. די באפעלקערונג פון ד ...

סוואנזי

סוואנזי איז א שטאָט און א גראפנשאפט אין דרום וויילס, אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך. די שטאט איז פלאצירט אויפן דרום-מערבדיקן בארטן פון וויילס, און האט א באפעלקערונג פון 232.600 באוואוינער.‏ זי איז די צווייט גרעסטע שטאט אין וויילס לויט באפעלקערונג ...

סיטי פון לאנדאן

די סיטי פון לאנדאן איז א קליינער שטח אין גרויסלאנדאן, ענגלאנד וואס איז אריגינעל געווען די שטאט לאנדאן. זי האט דעם סטאטוס פון א שטאט אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך שוין פון אדם הראשוןס צייטן. דער סיטיס גרענעצן האבן זיך כמעט נישט געענדערט זייט דער מ ...

סיציליע

סיציליע איז דער גרעסטער אינזל אינעם מיטלענדישן ים, און אן אויטאנאמישער ראיאן פון איטאליע. די סיצילישע עקאנאמיע איז באזירט מערסטנס אויף לאנדווירטשאפט (בעיקר סעדער פון מאראנצן און לימענעס. סיציליע האט די פארעם פון א דרייעק. צו מזרח, אריבער דעם דורכ ...

סלאוואקיי

סלאָװאַקײַ, אפיציעל סלאוואקישע רעפובליק, איז אַ לאַנד אין צענטראַל אײראָפּע וואס איז לאנד איינגעשלאסן. איר הױפּטשטאָט איז בראַטיסלאַװאַ און איר באפעלקערונג איז העכער פון פינף מיליאן. סלאוואקיי איז א מיטגליד אין דעם אייראפעישן פארבאנד, נאט"א און ד ...

סלאוועניע

סלאָװעניע, אפיציעל די רעפובליק פון סלאוועניע, איז אַ לאַנד אין צענטראַל אײראָפּע צווישן די אלפן און דעם מיטלענדישן ים. זי גרענעצט איטאליע צו מערב, קראאטיע צו דרום און מזרח, אונגארן צו צפון־מזרח און עסטרייך צו צפון. זי באדעקט א שטח פון 20.273 קווא ...

סעגעד

סעגעד איז די דריטע גרעסטע שטאט אין אונגארן, די גרעסטע שטאט און דער געביט־צענטער פונעם דרום גרויסן פלוין און די קאנטשטאט פון טשאנגראד. דער אוניווערסיטעט פון סעגעד איז איינער פון די חשובסטע אוניווערסיטעטן אין אונגארן. סעגעד באדעקט א שטח פון 280.84 ...

סעווילא

סעווילאַ איז די פערטע גרעסטע שטאט אין שפאניע און די הויפטשטאט פון אנדאלוסיע. אין 2010 איז די באפעלקערונג געווען 704.198. צווישן די מוזייען אין סעוויל זענען דער ארכעאלאגישער מוזיי און דער פלאמענקא קונסט מוזיי.

סעליש

סעליש איז א שטאט אין דרום-מערב אוקראינע, נאנט צו די גרענעצן מיט אונגארן און רומעניע. די שטאט איז די פינפט גרעסטע שטאט אין זאקארפאטיע גובערניע און געפינט זיך 20 ק״מ מערב פון חוסט און 29 ק״מ מזרח פון בערעגסאז. סעליש איז די הויפט שטאט פון ווינאהראדע ...

סערעט

סערעט איז א שטעטל אין שאץ פראווינץ, צפון רומעניע, און איז פון די עלטסטע שטעטלעך אין, און אן אמאליגע הויפטשטאט פון דער געוועזענער פרינציפאליטעט פון מאלדאוויע. ער געפינט זיך 2 km פונעם גרענעץ מיט אוקראינע, און איז איינער פון די הויפט אדורכגאנג פונק ...

עסטרייך

דאָס עסטרײַך, אפיציעל די רעפובליק פֿון עסטרײַך איז אַ פעדעראלע רעפובליק וואס איז א לאנד איינגעשלאסן לאַנד אין צענטראל-אײראָפּע. זיין הויפטשטאָט איז וויען. עס וואוינען דאָרט מער ווי 8.5 מיליאָן מענטשן, פון זיי עטליכע טויזנט יידן. עסטרייך גרענעצט מ ...

ערפורט

ערפֿורט איז די הויפטשטאט פון טורינגיע, פלאצירט 100 ק"מ דרום־מערב פון לייפציג, 150 ק"מ צפון פון נירנבערג און 180 ק"מ דרום־מזרח פון האנאווער. אין 2010 האט ערפורט געהאט א באפעלקערונג איבער 200.000.

פארטוגאל

פּאָרטוגאַל, אפיציעל די פארטוגעזישע רעפובליק, איז אַ דעמאָקראַטישע רעפּובליק אויפן איבערישן האלבאינזל אין דרום-מערב אײראָפּע. ער איז דאס מערסט מערבדיקע לאנד פון דער יבשה פון אייראפע. דאט לאנד איז אַרומגענומען מיט דעם לאַנד שפאַניע אויף די צפון או ...

פולא

פולאַ איז די גרעסטע שטאט אין איסטריע קאנט, קראאטיע, פלאצירט ביים דרום שפיץ פונעם איסטריע האלבאינזל, מיט א באפעלקערונג פון 62.080. אזוי ווי דער גאנצער ראיאן, איז פולא באוואוסט פאר א צארטן קלימאט, א גלאטן ים און אומפארשטערטע נאטור. די שטאט האט א לא ...

פילאך

פילאך אדער ווילאך, איז די צווייטע גרעסטע שטאט אין דעם פעדעראלן לאנד קארינטיע, וואס געפינט זיך אינעם דרום פון עסטרייך, און די זיבעטע גרעסטע שטאט אין גאנץ עסטרייך. איר באפעלקערונג רעכנט אויס אומגעפער 61.000 איינוואוינערס.

פינלאנד

‫ פֿינלאַנד איז אַ לאַנד אין צפון־אײראָפּע. זײַן הױפּטשטאָט איז העלסינקי. פינלאנד גרעניצט זיך מיט רוסלאנד אויף דער מזרח זייט, שוועדן אויף דער מערב זייט, און נארוועגיע אויף צפון מערב. פינלאד איז דאס אכטע גרעסטע לאנד אין אייראפע. 5.4 מיליאן מענטשן ...

פעטערבורג

פּעטערבורג איז אַ שטאָט אין רוסלאַנד ביים נעווא טייך אויפן שפּיץ פונעם איינגאָס פון פינלאַנד אויפן באַלטישן ים. אין פאַרשידענע תקופות פון איר געשיכטע האָט די שטאָט פאַרמאָגט אַנדערע נעמען, ווי פּעטראָגראַד און לענינגראַד. געגרינדעט פונעם צאר פעטע ...

פראנקרייך

‫ פֿראַנקרײַך פראַנצויזיש: France פֿראַנס, אפיציעל די פראנצויזישע רעפובליק פראַנצויזיש: République Française רעפובליק פֿראַנסעז, איז אַ לאַנד אין מערב אייראָפּע. זײַן הױפּטשטאָט איז פאַריז. עס ציט זיך אויס פונעם מיטלענדישן ים אין דרום ביזן ענגליש ...

צפון-מאקעדאניע

צפֿון־מאַקעדאָניע, אפיציעל די רעפובליק פון צפון־מאקעדאניע איז א לאנד אין דעם צענטראלן באלקאנער האלבאינזל אין דרום-מזרח אייראפע. זי איז איינע פון די נאכפאלג לענדער פון דער אמאליגער יוגאסלאוויע, פון וועלכער זי האט פראקלאמירט זעלבשטענדיקייט אין 1991 ...

קארדיף

קארדיף איז די הויפטשטאט פון וויילס, איינער פון די פיר נאציעס וואס צוזאמשטעלן דאס פאראייניגטע קעניגרייך. ער געפינט זיך אין דרום פון דער גלאמארגאן גראפנשאפט אויף ברעג ים, אין דעם געגנט וואו דער טאף טייך פלוסט אריין אינעם בריסטאלער קאנאל. אין דעם 20 ...

קארסיקע

קארסיקע איז אן אינזל אינעם מיטלענדישן ים, מערב פון איטאליע, דרום־מזרח פון דער יבשה פון פראנקרייך און צפון פונעם אינזל סארדיניע. זי איז א ראיאן פון פראנקרייך. קארסיקע איז געווארן א טייל פון פראנקרייך אין 1769. נאפאלעאן באנאפארטע איז געבוירן געוואר ...

קיצביהעל

קיצביהעל איז א שטעטל וואס געפינט זיך אין דעם צפון-מזרחדיגן טייל פונעם פעדעראלן לאנד טיראל אין עסטרייך. די שטאט ליגט אויפן ברעג פונעם "קיצביהעלער אכען טייך. קיצביהעל איז אויכעט די הויפטשטאט פון דעם קיצביהעלן באצירק, און איר באפעלקערונג רעכנט אויס ...

קלאגנפורט

קלאגנפורט, איז די הויפטשטאט פון דעם פעדעראלן לאנד קארינטיע, אין עסטרייך. די שטאט ליגט אין דער דרום-מזרחדיגער זייט פון קארניטיע, אויפן ברעג פונעם "גלאן" טייך. די שטאט איז אויפגעשטעלט געווארן אין דעם 12טן יארהונדערט און איר באפעלקערונג באשטייט פון ...

קליינפוילישע וואיעוואדעשאפט

די קליינפוילישע וואיעוואדעשאפט איז א וואיעוואדעשאפט אין דרום פוילן. זי איז געשאפן געווארן דעם 1טן יאנואר 1999 פון די געוועזענער קראקער, טארנער, צאנזער און בילסקער, קאטאוויצער,קעלצער און קראסנער וואיעוואדעשאפטן. דער נאמען פון דעם פראווינץ דעם היסט ...

קנישין

קנישין איז א שטאט אין צפון-מזרח פוילן, וואס געפינט זיך אין פאדלאסיע גובערניע, פריער אין ביאליסטאק גובערניע. זי איז 25 ק"מ צפון-מערב פון ביאליסטאק. א טייל פון פאדלאכיע, זי האט געהערט צו דער גרויס הערצאגשאפט פון ליטע. אין 1569 זי איז געווארן אנעקסי ...

ראטערדאם

ראָטערדאַם איז א פארט שטאט אין האלאנד, און די גרעסטע שטאט אין לאנד נאך אמסטערדאם. דער פארט איז דער גרעסטער פארט אין אייראפע, און דער צווייטער גרעסטער אין דער וועלט. ראטערדאם איז א חשובער אינטערנאציאנאלער האנדל צענטער. די שטאט האט 603.425 איינוואו ...

רובע

רובע איז אן אַלטע אינדוסטריעלע שטאָט אינעם נארד דעפארטמענט אין צפון פראנקרייך, נאנט צום גרענעץ מיט דער בעלגיע. זי באדעקט אַ לאַנד שטח פון 13.23 ק"מ². די באפעלקערונג פון דער שטאט ביים 2013 צענזוס איז געווען 95.866 איינוואוינער. די שטאָט ליגט צפון- ...

רוים

רױם אויף איטאליעניש און לאטיין: Roma איז די הױפּטשטאָט פֿון איטאליע און פֿון איר לאַציא ראיאן. מיט א באפעלקערונג פון 2.873.598 איינוואוינער אין א שטח פון 1.285 ק״מ 2, איז רוים די פערט-גרעסטע שטאט אינעם אייראפעישן פארבאנד לויט די שטאט גרענעצן. די ...

שטאקהאלם

59°21′N 18°04′E שטאקהאלם איז די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט פון שוועדן. דארט געפינט זיך דאס אפיציעלע וואוינארט פון דעם שוועדישן מאנארך. שטאקהאלם איז דער פאליטישער און עקאנאמישער צענטער פון שוועדן זייט דעם 13טן יארהונדערט. איר באפעלקערונג איז 792.59 ...

שעפילד

שעפילד איז א שטאט אין דרום יארקשיר, ענגלאנד. זי ליגט אויף דעם שיף טייך פון וואנעט זי נעמט איר נאמען. די באפעלקערונג פון דער שטאט איז בערך 534.500. די שטאט איז לאנג באקאנט פאר טיש באשטעק. אין די 19טן און 20סטן יארהונדערטער איז שעפילד געווען א וועל ...

שפאניע

‫ שפּאַניע שפּאַניש: España עספאַניאַ איז א לאנד אין דרום־מערב אײראָפּע אויפן איבערישן האלבאינזל. צו מזרח און דרום ביי בארצעלאנע האט זי א בארטן אויפן מיטלענדישן ים א חוץ א קורצן גרענעץ צו דרום מיט דער בריטישער אויסלענדישער טעריטאריע פון גיבראלטאר ...

אבידזשאן

אַבידזשאַן איז די עקאנאמישע הויפטשטאט און די געוועזענע אפיציעלע הויפטשטאט פון בארטן פון העלפאנדביין. מיט 3.796.677 באוואוינער אין 2006, איז אבידזשאן די גרעסטע שטאט אינעם לאנד, און די דריטע גרעסטע פראנצויזיש־רעדנדיקע שטאט אין דער וועלט, נאך פאריז ...

אלזשיר

אַלזשיר, אפֿיציעל די פֿאָלקס דעמאקראטישע רעפובליק פֿון אלזשיר, איז אַ לאַנד אין צפון אַפֿריקע. ער איז דאס צווייטע גרעסטע לאנד אינעם קאנטינענט אפריקע און דאס 11טע גרעסטע לאנד אין דער וועלט אין פֿלאך מאס. זי גרענעצט זיך מיט טוניסיע צו צפון-מזרח, לי ...

באמאקא

באַמאקא איז די הויפטשטאט און די גרעסטע שטאט פון מאלי. די שטאט געפינט זיך אויפן ניזשער טייך. אין דעם צענזוס פון 2009 האט באַמאקא געהאט א באפעלקערונג פון 1.8 מיליאן באוואוינער.

דאר עס סאלאאם

דאַר עס סאַלאַאַם איז די גרעסטע שטאט אין טאנזאניע. עס געפינט זיך אויפן בארטן פונעם אינדישן אקעאן און האט דעם גרעסטן פארט אין לאנד. דער הויפט פליפארט איז דער יוליוס נירערע אינטערנאציאנאלער פליפארט.

די גאמביע

די גאַמביע, אפיציעל די רעפובליק פון דער גאמביע, איז א לאנד אין מערב אפריקע. זי איז דאס קלענסטע לאנד אויף דער יבשה פון אפריקע, מיט א שטח פון 10.500 קוואדראט ק"מ. צו צפון, מזרח און דרום גרענעצט זי סענעגאל, און אין מערב האט זי א קורצן בארטן אויפן אט ...

דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא

די דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא, פריער זאַאירע, איז א לאנד אין צענטראלער אפריקע, מיט א קורצן בארטן אויפן אטלאנטישן אקעאן. זי איז דאס דריטע לאנד אין אפריקע לויט שטח נאך סודאן און אלזשיר, און דאס 12טע גרעסטע אין דער וועלט. די דעמאקראטישע רעפובליק ...