ⓘ Free online encyclopedia. Did you know? page 134

לאסלא סאבא

לאַסלאָ סאַבאָ איז געווען אַן אונגערישער שאכשפיל גרויסמײַסטער. סאַבאָ איז געבוירן געוואָרן אין בודאַפּעשט, אונגערן, דעם 19טן מאַרץ, 1917. אין 1935, צו 18 יאָר, האָט ער געווּונען די אונגערישע שאָך מײַסטערשאַפֿט, אַן אינטערנאַציאָנאַלער טורניר אין ...

רחל בת משה לוי

רחל בת משה לוי איז געווען די צווייטע ווייב פון חיד"א. זי איז געקומען פין איטאליע פון דער שטאט פיסא. זי איז נפטר געווארן אין יאר התקס"ד זעקס און צוואנציג טאג אין כסלו. עס איז וואונדערליך וואו מען געפינט אין כתבים פון חיד"א וויאזוי ער האט אין יאהר ...

רחל, די ערשטע ווייב פון חיד"א

דער חיד"א האט חתונה געהאט מיט זיין ערשטער ווייב רחל, די ערשטע ווייב פון חיד"א. ביי די פופצן יאר איז ער געווען מיט איר א חתן חיים שאל ח"א דס"ט "ידיד נפשי הארוס". דער חיד"א איז געווען אין תוניס ווען ער איז געוואר געווארן אז זי איז געשטארבן, געווען ...

אליעזר חי שאלתיאל ריקאנאטי

אליעזר ריקאנאטי איז געווען א רייכער מאן און א גרויסער תלמיד חכם אין דער שטאט ליווארנא אין איטאליע, אין די צייטן פון חיד"א אין די יארן תק"ל - תק"נ. ער האט פארמאגט א ישיבה און דער חיד"א איז דארט געווען, ער האט דארט געדאווענט. דער חיד"א איז געווען נ ...

שלום משה הלוי אונגאר

הרב שלום משה הלוי אונגאר איז דער זון פון הרב שמואל דוד אונגאר פון נייטרא, סלאוואקיי, און האט געדינט די נייטרא רבנות פון זיין טאטנס הסתלקות אום אדר תש"ה און שפעטער אין ניו יארק אלס רב פון נייטרא יישוב אין מאונט קיסקא פון איר גרינדונג אין יאר תש"ט ...

מאיר אמסעל

הרב מאיר אַמסעל איז געבוירן געווארן אין ניידאָרף, סלאוואקיי, ח’ טבת תרס”ז צו זיין פאָטער, אברהם אַמסעל, א שוחט אין קאשוי. ער איז געווען או אור-אייניקל פון רבי’ן ר’ אלימלך פון ליזשענסק זי”ע, ווי אויך פון רבי’ן ר’ העשיל פון קראקע, פון מהר”ל פון פּר ...

ראובן אהרנאוויטש

ראובן אהרנאוויטש איז געווען דער דריטער בירגערמייסטער פון בני ברק. אהרונאוויטש האט געדינט אין דעם אמט 10 יאר, צווישן די יארן התשי"ד - התשכ"ו.

צבי הירש גרינוואלד

ר צבי הירש גרינוואלד פון אפאטשנא, באקאנט אלס צבי הירש דישקאס איז געווען א קאצקער חסיד און דער שווער פון דעם צווייטן קאצקער רבין. ער איז געבוירן צו זיין פאטער דוב בער און זיין מוטער דישקא. נאך זיין חתונה האט ער אנגעהויבן פארן צום חוזה פון לובלין. ...

יצחק הוטנער

ר יצחק אייזיק הוטנער איז געווען דער גרינדער און ראש ישיבה פון חיים בערלין אין פלעטבוש, ברוקלין, ער האט זוכה געווען אויפצושטעלן די אמעריקאנער תורה וועלט. ער איז געבוירן אין ווארשע, פוילן אין יאר התרס"ו. ער האט געלערנט אין סלאבאדקע, וואו מהאט אים ג ...

שמואל זיגלבוים

שמואל זיגלבוים איז געווען פון די הויפטן פון דעם בונד אין פוילן, ער האט געוווינט אין לאדזש. ביי דעם קריג איז ער געווען א קורצע צייט א מיטגליד אין דעם ווארשעווער יודנראט. דערנאך איז ער אנטרינען קיין ענגלאנד. אין 1942 איז ער באשטימט געווארן דורך דער ...

משה טארים

משה טארים איז א פוילישער סאטמארער חסיד, ער שטאמט פון קראקע, ער איז געווען פון די אויסגעשפראכענסטע בני יואל. פריער האט ער געוואוינט אין ניי סקווירא. זיין זון הייסט מענדל טארים. ער איז געווען דער שווער פון ר משה אריה פריינד ז"ל און אברהם יצחק גאלדב ...

אדאם טשערניאקאוו

אדם טשערניאַקאוו איז געווען די יודנעלטעסטע פון דער ווארשעווער געטא, פון פאך אויס איז ער געווען אן אינזשעניר, און האט נישט צופיל געהאט מיט די יידישע קהילה פירער, די נאציס אבער, האבן אים אויסגעקליבן צו זיין דער פארשטייער פון דער געטא אין ווארשע. ער ...

שרה לעווין

רביצין שרה לעווין איז געווען די ווייב פון איר שוועסטער קינד הרה"ח פיניע לעווין, גרינדער פון דעם אלטן בית יעקב סעמינאר אין ירושלים, און מוטער פון דעם היינטיקן דירעקטאר פונעם סעמינאר, הרב בונים לעווין. שרה לעווין איז געבוירן אין לאדזש, פוילן אין יא ...

מרדכי צאנין

מרדכי ישעיה צאנין איז געווען א יידישער שרייבער, לינגוויסט און א זשורנאליסט, פון די גרינדער פון דער לייוויק הויז און שאפער פון א יידיש-העברעיש ווערטערבוך אינעם יאר 1982. ער האט לוחם געווען קעגן דער איינפירונג פון דער שפראכן קריג צו רעדן נאר העברעי ...

אלעקסאנדער צעדערבוים

אַלעקסאַנדער אָסיפאָוויטש צעדערבוים איז געווען אַ פוילישער-רוסישער ייד, אן אַרויסגעבער, אַן איבערקלעריקער יידישיסט, און איינער פֿון די גרעסטע "משכילים" אין דעם רענעסאַנס פֿון וועלטלעכער ליטעראַטור אויף העברעאיש און אויף יידיש אין 19טן-יארהונדערט. ...

יודל קאמינער

רבי יהודה הלוי קאַמינער איז געווען א חסידישער תלמיד חכם און סוחר אין פוילן, און דער שווער פונעם גערער רבי׳ן דעם שפת אמת.

שמואל רעשעווסקי

שמואל רעשעווסקי איז געווען א שאך-מייסטער און וואונדער-קינד וועלכער האט שוין אין א אינגען עלטער געשפילט שאך קעגן געלערנטע שאך-שפילער.

חיים יעקב ראטנבערג

הרב חיים יעקב ראטנבערג איז געווען ראב"ד פון דער מחזיקי הדת קהילה אין אנטווערפן און אב"ד פון פאריז, פראנקרייך. הרב חיים יעקב איז געווען א זון פון הרב מרדכי ראטנבערג, אב"ד פון מחזיקי הדת אין אנטווערפן, בעלגיע. ער האט חתונה געהאט מיט מרת רבקה, טאכטע ...

משה בטלן

משה שלמה ווייס, באקאנט מיט זיין צונאמען משה בטלן צי משה גבאי, איז א באקאנטער געהויבענער געשטאלט געווען אין עטליכע גרויסע חסידישע הויפן, אין די יארן נאכן חורבן אייראפע, וואס האט צוריקגעברענגט דאס כאניאקישקייט פונעם אמאליגער וויגעלע פון חסידות, ארי ...

חיים צבי פריימאן

חיים צבי פריימאן איז אן אלטער בחור א בעל תשובה וואס האט א גוטן ענגליש. הרב שך האט אים אמאל געהייסן שרייבן פארן יתד נאמן. אבער ער איז געווארן פון די נטורי קרתא און איז אקטיוו אין ארומפארן צו פארשפרייטן די שיטה קעגן די ציונים. מען רופט אים איש ירוש ...

משה אריה פריעדמאן

ר משה אריה פרידמאן איז א קאנטעראווערסיאלער עסקן און זעלבסט געקרוינטער רב און נטורי קרתא אקטיוויסט אין וויען, עסטרייך. ער האט זיך געעפנט אן אייגענע שול ווייל מען האט אים ארויסגעווארפן פעזון אלע אידישע שולן. פון זיינע טריקס וויאזוי צו כאפן די אנטעש ...

שלמה זלמן אולמאן (ביסטריץ)

הרב שלמה זלמן אולמאן (אן אייניקל פונעם יריעות שלמה פון מאקאווא איז געוועזן רב אין דער שטאט ביסטריץ און גלייכצייטיג איז ער געוועזן דער פרעזעס פון דער ארטאדאקסישער קאנצעליי פון זיבנבערגן. ר שלמה זלמן איז געווען דער זון פון הרב משה אולמאן, רב פונעם ...

נח צבי אולמאן

הרב נח צבי אולמאַן איז געווען דער ערשטער אב"ד פון דער מחזיקי הדת קהילה אין אנטווערפן, און מחבר פון "נחלת צבי". הרב נח צבי איז געווען א זון פון הרב משה אולמאן זון פון הרב שלמה זלמן אולמאן, רב פון דער מחזיקי הדת קהילה אין גרויסווארדיין. ער האט געהי ...

מאיר אטלאס

הרב מאיר אטלאס איז געווען פון די גרעסטע רבנים אין ליטא. ער איז געווען שטאטס רב אין סאלאנט, ליבאווע, קאברין און שאוול.

עקיבא אייגער

הרב עקיבא אייגער. איז געווען א רב, ראש ישיבה, פוסק און א טיפער לערנער. זיינע מקורות אויף תלמוד מיטן נאמען גליון הש"ס זענען געדרוקט אין דעם "ווילנער תלמוד בבלי". אויך איז באוווסט זיין ספר תשובות ר עקיבא איגר וואס מען לערנט היינט אין די ישיבות. ער ...

יוסף ישראל אייזנבערגער

רבי יוסף ישראל אייזנבערגער איז דער היינטיגער דיין פון שיכון סקווירא און אומאפציעל דער הויפט רב פונעם אומגעגנד, צו וועמען אלע יונגע רבנים קומען זיך לערנען הוראה און נעמען שימוש. הרב אייזנבערגער איז דער ראש המדברים ביי יעדער רבנישער אסיפה אינעם געג ...

יצחק יעקב אילאוויטש

רבי יצחק יעקב איליאוויטש איז דער דיין אין דעם קאשויער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג, ברוקלין. ער איז א זון פון רבי גבריאל יהודה איליאוויטש און אן איידעם פונעם קאשויער רב, הרב רפאל בלום. ער איז געווארן א דיין בערך אין תש"מ. נאך פסח תשס"ט האט ער געעפענט ...

רפאל אנקאווה

רבי רפאל אנקאווא איז געווען א דענקער, קאָמענטאַטאָר און הלכהישער געלערנטער באַקאַנט אין מאראקא. גערעכנט ווי איינער פון די וויכטיקסטע רבנים אין מאַראָקאָ אין מאָדערנע צייטן. ער איז געווען דער ערשטער הויפט־רב פון מאראקא.

אשר סופר

רבי אשר סופר איז געווען א זון פון הרב שמעון סופר דער קראקעווער רב, און זיין רעביצין מרים, און אייניקל פונעם חתם סופר. ער איז געווארן אן אויסגערופענער סקווערער חסיד און בעל תוקע ביים רבין ר דודל סקווירער, און פון די חשובע רבנים אין הויף, נאך וואס ...

משה אריה באמבערגער

הרב משה אריה באמבערגער איז געווען אב"ד פון דער חרדישער קהילה אין מעץ, פראנקרייך במשך 42 יאר. ער איז געווען א מיטגליד אין דעם ראט פון אייראפעישע רבנים און צענדליגע יארן איז ער געווען ראש ישיבה פון דער "שאגת אריה" ישיבה אין מעץ. אויך האט ער געפירט ...

רפאל בירדוגא

רבי רפאל בירדוגאָ איז געווען איינער פון די גרעסטע געלערנטע אין מאראקא, א מקובל און א דרשן. זיין משפּחה, די בירדוגאָ משפּחה, איז באַוווסט אין מאַראָקאָ און ספּעציעל אין מעקנעס ווי א דינאסטיע פון ​​רבנים און דיינים, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן אין זי ...

נפתלי צבי יהודה בערלין

רבי הירש לייב בערלין, באקאנט מיט די ר"ת דער נצי"ב פון וואלאזשין, איז געווען ראש ישיבה אין דער עלטסטער און בארימסטער וואלאזשינער ישיבה.

ישראל צבי בראדי

דיין ישראל צבי בראדי איז דער רב פון דער קהילה שערי אורה אין בארא פארק.ער איז א ליטווישער רב און א בריסקער תלמיד. ער איז פון די שטארקע שטיצער פון דעם אריזאנער ווייץ.

יחזקאל גאלד

הרב יחזקאל גאלד איז רב פון בית המדרש שערי חסד אין מאנסי, ניו יארק. ער איז א זון פון ר שמואל זיינוויל גאלד ז"ל און אן איידעם פון ר משה טארים פון קרית יואל. ער איז אמאל געווען דער דיין אין דער סאטמארער קהילה אין מאנסי, אבער מען אים אויפגעזאגט פון ז ...

בנציון דייטש

רבי בנציון דייטש איז דער היינטיגער בוקארעשטער רבי. ער וואוינט אין בארא פארק, אויף דער 9טער עוועניו און 51סטער סטריט אין בארא פארק ניו יארק. רבי בנציון דייטש איז שוין אויפגענומען געווארן אלס שטאטס רב ווען ער איז נאהר געווען א אכצען יעריגע בחור און ...

ישראל האגער (מאנסי)

רבי ישראל האגער, איז דער היינטיגער וויזשניצער רבי און דער ממלא מקום פון זיין פאטער אין מאנסי, פארמאגנדיג די גרעסטע צאל משפחות פונעם מאנסי-וויזשניצער הויף.

ברוך שמשון האגער

רבי ברוך שמשון איז געבוירן געווארן אין יאר התשכ"ד אין אמעריקע צו זיין פאטער, רבי מרדכי האגער, דער פריערדיגער וויזשניצער רבי פון מאנסי, און צו זיין מוטער מרת סימא מירל, טאכטער פון הרה"ק רבי יעקב יוסף טווערסקי פון סקווירא. אין יאר התשמ"ג האט ער געה ...

דוד האגער (לאנדאן)

רבי דוד האגער איז געבוירן געווארן אין אמעריקע צו זיין פאטער רבי מרדכי האגער, וויזשניצער רבי אין מאנסי, און צו זיין מוטער מרת סימא מירל, טאכטער פון רבי יעקב יוסף טווערסקי, דער פריערדיגער סקווערער רבי, און גרינדער פונעם שטעטל שיכון סקווירא. דער רבי ...

אלעזר משה הורוביץ

רבי אלעזר משה הלוי הורוויץ איז געווען דער רב פון פינסק. ער האט מחבר געווען דאס ספר אהל משה אויפן ש"ס. געבוירן אין צריקאָוו, צו רבי צבי הירש הורוויץ דער זון פון רבי אריה לייב הורוויץ דער רב פון סטאַניסלאַוו; און צו צאַרטיל, אייניקל פון רבי יהושע צ ...

אפרים זלמן היילפרין

הרב אפרים זלמן היילפרין איז געווען א חסידישער רב אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע. שפעטער איז ער ארויף אין ארץ ישראל וואו ער האט געגרינדעט דעם נאציאנאלן צענטער פאר טהרת המשפחה.

שלמה הירשל

הרב שלמה הירשל איז געווען אב"ד פון לאנדאן און הויפט-רב פון גרויסבריטאניע פון תקס"ב ביז זיין פטירה אין תר"ג.‏ ער איז געווען דער זון פון הרב צבי הירש לעווין, וואס אויך געווען אמאל אב"ד פון לאנדאן.

יוסף אליהו הענקין

הרב יוסף אליהו הענקין איז געווען פון די גרעסטע פוסקים אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע אינעם 20סטן יארהונדערט און דער מנהל פון דער "עזרת תורה" ארגאניזאציע.

פישל הערשקאוויטש

אפרים פישל איז געבוירן געווארן אין מונקאטש, טשעכאסלאוואקיי היינט אוקראינע צו זיין פאטער רבי שלמה הערשקאוויטש. געוועזן רב אין שטאט האָליין נאך דער צווייטער וועלט מלחמה, און איז געווען דיין אין דער קלויזענבורגער קהילה פון וויליאמסבורג, און פון די ה ...

יעקב צבי וואלדמאן

רבי יעקב צבי האט זיך געשריבן בריוון און שאלות ותשובות מיט די גרויסע לייבן אין זיינע צייטן ווי לדוגמא דער דברי חיים פון צאנז און דער ייטב לב פון סיגעט, און ער איז געווען א חבר מיטן קול ארי פון בערעגסאז.

משה עזריאל וואלדמאן

רבי משה עזריאל וואלדמאן איז געווען שטאטס רב פון בארשא 29 יאר. רבי משה עזריאל איז געווען א מחותן מיט אסאך גרויסע רביס און זיין ווייב חנה גאלנץ איז געווען א אייניקל פון רבי אריה לייביש ליפשיץ, דער ״אריה דבי אילעי״, אן איידעם פון ישמח משה. רבי משה ע ...

נתנאל ווייל

הרב נתנאל ווייל איז געווען ראש ישיבה אין פראג און שטאטס רב פון קארלסרוע. ער האט מחבר געווען די באוואוסטע פירושים "קרבן נתנאל" אויפן רא"ש פאר די מסכתות אין מועד און נשים, און "נתיב חיים" אויף שולחן ערוך אורח חיים.

אברהם אבא ווערנער

הרב אברהם אבא ווערנער איז געווען א ליטווישער רב, דער הויפט רב פון פינלאַנד און דער ערשטער רב פון דער לאנדאנער ״מחזיקי הדת״ געמיינדע.

חיים וואלאזשינער

רבי חיים וואלאזשינער איז געווען דער הויפט תלמיד פון דעם ווילנער גאון, און האט אויפגעשטעלט די "מוטער ישיבה" אין וואלאזשין.

רפאל ברוך טאלידאנא

הרב רפאל ברוך טאָלידאַנאָ איז געווען רב פון מעקנעס אין מאראקא. ער האט ארויסגעגעבן אן אויסגאבע פונעם קיצור שולחן ערוך מיט הוספות מיט די מנהגים פון מאראקא יידנטום.

חיים יעקב יוסף טויבער

רבי חיים יעקב יוסף טויבער איז דער דיין אין דער באבאווער קהילה. ער דינט אויך ווי דער פוסק פון חברת הצלה אין בארא פארק. רבי חיים יעקב יוסף איז דער עלצטער איידים פון רבי שלמה האלבערשטאם, באבאווער רבי.