ⓘ Free online encyclopedia. Did you know? page 135

שלמה גאנצפריד

שלמה גאנצפריד איז געבוירן אין אונגוואר, אונגארן היינט אוקראינע צו זיין פאטער ר יוסף. ער איז פאריתומט פון זיין פאטער ביי אכט יאר. ער האט געלערנט אין דער ישיבה אין באניהאד. שפעטער איז ער צוריקגעקומען קיין אונגוואר און געווארן א סוחר. ער האט מחבר גע ...

אברהם דאנציג

ער איז געבוירן אין יאר תק"ח צו זיין פאטער הרב יחיאל מיכל אין דער שטאט דאנציג היינט גדאנסק, פוילן. אין זיינע יונגערע יארן האט ער געלערנט ביי הרב יוסף ליבערמן. צו אכצן יאר איז ער אריבער צו לערנען ביי דעם נודע ביהודה. אין יענער תקופה האט ער אויך חתו ...

יום-טוב ליפמאן העלער

הרב יום-טוב ליפמאַן הלוי העלער איז געווען שטאטס־רב פון פראג און קראקע. ער איז באוואוסט פאר זיין פירוש "תוספות יום טוב" אויף משניות, און "מעדני יום טוב" און "דברי חמודות" אויף די פסקי הרא"ש.

רבי ר העשיל פון קראקע

רבי אברהם יהושע העשיל פון קראקע, באקאנט אלס דער רבי ר העשיל איז געווען פון די גרעסטע רבנים און פוסקים אין זיין דור. ער האט געדינט ווי ראש ישיבה און שטאט׳ס רב אין לובלין און קראקע.

יעקב יהושע פאלק

הרב יעקב יהושע פֿאַלק איז געווען רב אין לעמבערג, בערלין און פראנקפורט. און פון די גרעסטע אחרונים. ער האט מחבר געווען דעם בארימטן ספר פני יהושע אויף גמרא, רש"י, תוספות וואס איז מפלפל אוועקצושטעלן פשט אין רש"י.

יחזקאל לאנדא

הרב יחזקאל הלוי לאנדא איז געווען א דיין אין בראד און אב"ד פֿון יאמפעלע און פראג, בעהמען. ער האט איז באוואוסט אויפן נאמען פון זיין בארימטן ספר שו"ת נודע ביהודה.

שלמה לוריא

רבי שלמה לוריא, באקאנט אלס מהרש"ל אדער רש"ל, איז געווען פון די גרויסע רבנים אין פוילן אינעם זעכצנטן יאר הונדערט. ער האט מחבר געווען עטליכע ספרים, צווישן אנדערן דעם באוואוסטן ספר ים של שלמה. אין רוב ש"סן ווערן געדרוקט זיינע הגהות אויף תלמוד בבלי א ...

משה פון טראני

קרית ספר אויפן רמב״ם ווענעציע, שי"א שו"ת המבי"ט צוויי בענדער. ביאור ספר הפליאה על פי קבלה, אוסף גרשם שלום פון הספרייה הלאומית אין ירושלים. בית אלהים ווענעציע, של"ו -.

משה סופר

רבי משה סופר זצ"ל, רב אין פרעשבורג, באקאנט אלס דער חת"ם סופר. דער נאמען חת"ם סופר קומט פון די ראשי תיבות פון ח דושי ת ורת מ שה סופר, און איז דער נאמען פון די ספרים וואס רבי משה סופר האט פארפאסט, און דער נאמען מיט וועלכען ער איז באקאנט היינט צוטאג ...

משה סופר (ערלוי)

הרב משה שרייבער, אויך באקאנט ווי הרב משה סופר, איז געווען א חשובער חרדישער רב אין די ת״ר יארן. ער איז געווען דיין אין ערלוי, אונגארן, און זיינע תשובות זענען געזאמלט אינעם ספר יד סופר. ער איז געווען א זון פון הרב שמעון סופר מחבר פון התעוררות תשובה ...

יואל סירקיש

רבי יואל סירקיש אויך באוואוסט אויפן נאמען פון זיין באוואוסטער פארפאסונג בית חדש אויפן טור אלס דער ב"ח, איז געווען א באוואוסטער און אנגענומענער גדול און פוסק, געוואוינט אין פוילן און געדינט אלס רב אין בעלזא, בריסק און קראקע.

יוסף ראזין

הרב יוסף ראזין, באקאנט אלס דער "ראגאַטשאווער גאון" אדער סתם דער "ראגאַטשאווער", איז געווען דער פארפאסער פון די ספרים צפנת פענח און רב פון די חסידים אין דענענבורג. ער איז געווען א קאפוסטער חסיד. ער איז באוואוסט פאר זיין אויסערגעוויינליכן פאטאגראפי ...

שלמה אפרים פון לונטשיץ

רבי שלמה אפרים פון לונטשיץ איז געווען רב אין פראג און מחבר פונעם ספר כלי יקר אויף תורה. ער איז געבוירן אין לונטשיץ, פולין, צו זיין פאטער ר אהרון, וואס האט אים געגעבן דעם נאמען אפרים. אין זיינע עלטערע יארן אין השס"א איז ער געווארן קראנק און מען הא ...

ברוך תאומים-פרענקל

רבי ברוך איז געבוירן אין אסטראווצע אין יאר התק"ך צו זיין פאטער הרב יהושע חזקיה יחזקאל פייוויל תאומים-פרענקל. רב אין אסטראווצע, א זון פון הרב יוסף, רב אין אסטראווצע.

דוב בעריש תאומים-פרענקל

רבי דוב בעריש איז געבוירן אין יאר התקפ"ה אומגעפער, צו זיין פאטער הרב יהושע העשיל תאומים-פרענקל פון קאמארנא, א זון פון הרב ברוך תאומים-פרענקל, רב אין לייפניק, באקאנט אלס דער ברוך טעם.

יהושע העשיל תאומים-פרענקל

רבי יהושע העשיל איז געווען פון די גרויסע תלמידים פון חוזה פון לובלין, דער חוזה האט אים געוואלט באשטימען אלס זיין ממלא מקום אין גאליציע, אבער רבי יהושע העשיל האט זיך אנטזאגט. נאך זיין חתונה האט רבי יהושע העשיל געוואוינט אין קאמארנא לעבן זיי שווער. ...

יחזקאל שרגא פייוויש תאומים-פרענקל

רבי יחזקאל שרגא פייוויש איז געבוירן אין יאר התק"ף אומגעפער, צו זיין פאטער הרב יהושע העשיל תאומים-פרענקל פון קאמארנא, א זון פון הרב ברוך תאומים-פרענקל, רב אין לייפניק, באקאנט אלס דער ברוך טעם.

חיים סאלאווייטשיק

ר חיים איז געבוירן אין וואלאזשין צו זיין פאטער ר יאשע בער דער "בית הלוי" אין יאר תרי"ג, ער איז געווען א גרויסער עילוי, און האט מחדש געווען א נייער גאנג אין לערנען עיון, ער האט מחבר געווען די ספר רבינו חיים הלוי אויפן רמב"ם, זיין שיטה אין לערנען א ...

יאשע בער הלוי סאלאווייטשיק

דער ארטיקל דיסקוטירט דעם "בית הלוי". טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט יוסף דוב הלוי סאלאווייטשיק באדייטן. הרב יוסף דוב הלוי סאלאווייטשיק באקאנט ווי רבי יאשע בער, איז געווען דער בריסקער רב און מחבר פונעם ספר "בית הלוי".

יוסף דוב הלוי סאלאווייטשיק

דער ארטיקל דיסקוטירט דעם רב אין באסטאן. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט יוסף דוב הלוי סאלאווייטשיק באדייטן. הרב יוסף דוב ״יאשע בער״ הלוי סאלאווייטשיק, א רב, א אריגענאלער דענקער און פילאסאף, פון די אנפירער פון מזרחי, און פון די פירער פון דע ...

מאיר סאלאווייטשיק

רבי מאיר הלוי סאלאווייטשיק האט געפירט א בריסקער ישיבה אין דער אחווה געגנט פון ירושלים. ער איז געווען א זון פון הרב יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק, דער "בריסקער רב".

משה האלבערשטאם (שינאווא)

רבי משהלי איז געבוירן געווארן ט מנחם אב התר"ב, צו זיין פאטער הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם, דער שינאווער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב. און צו זיין מוטער מרת דבורה א טאכטער פון הרב מרדכי זילברשטיין, רב פון האלאשיץ, אן איידעם פון, ...

דוב בער פרידמאן

רבי בערניו איז געבוירן אין טשארטקאוו, אין יאר התרל"ד, צו זיין פאטער הרב ישראל פרידמאן, פון טשארטקאוו, א זון פון הרב דוד משה פרידמאן פון טשארטקאוו א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם ...

אברהם שמואל יהודה געשטעטנער

אברהם שמואל יהודה געשטעטנער פון מאנסי האט מייסד געווען דעם שער המשפט וואו ער דינט. געשטעטנער איז א זון פון א שטריימעלמאכער, נתן געשטעטנער.‏ ער האט אויך פארדינט אלס בי"ד שמרו משפט. היינט איז איינע פון זיינע הויפט פונקציעס צו שטיין צו אלע קראנקע וו ...

יוחנן וואזנער

ר יוחנן סג"ל וואזנער איז אפיציעל דער ראב"ד פונעם בי"ד פון סקווירא חסידות אין דער וועלט, און דומ"ץ פון סקווערער קהילה אין מאנטריאל, קאנאדע. אבער אומאפיציעל, איז ער פון די העכסטע רבנישע אויטאריטעטן אין דער חרדיש-ארטאדאקסישער געמיינדע אין קאנאדע, וו ...

חיים יוסף דוד ווייס

הרב חיים יוסף דוד ווייס איז דער סאטמארער דיין פון די זאליס אין אנטווערפן. הרב ווייס איז מייסטנס באקאנט פאר זיינע פדיון שבויים אקטיוויטעטן אין וועלכע ער איז שטארק באשעפטיגט.

גרשון לאפיאן

הרב גרשון לאפיאן איז געווען א רב אין עדזשווער, לאנדאן און א דיין אין דער פעדעריישן קהילה. ער איז געווען א זון פון רבי לייב לאפיאן, א ראש ישיבה אין גייטסהעד, און אן אייניקל פון רבי אליהו לאפיאן.

משולם זושא לוריא

רבי משולם זושא איז געבוירן געווארן אין יאר תרפ"ט אין רומעניע צו זיין פאטער רבי אהרן יוסף. נאך דער צווייטער וועלט קריג איז ער ארויפגעקומען מיט זיין משפחה קיין ארץ ישראל און האט זיך באזעצט אין טבריה. אלס בחור האט ער געלערנט אין דער וויזשניצער ישיבה ...

מנחם פישער

ר מנחם פישער איז דער דיין פון דער וויענער קהילה אין מאנסי, ניו יארק. דער הכשר פון קהל עדת יראים וויען איז אונטער זיין אויפזיכט. ער איז געווען פון די באליבסטע תלמידים פון ר עזריאל יהודה לעבאוויטש, דער ווינער רב. נאכן פטירה פונעם ווינער רב, האט ער ...

משה שאול קליין

רבי משה שאול קליין, איז א חסידישער דיין און א פוסק הלכה, ראש בית דין דקהל "אהבת ישראל" וויזניץ, רב פון דער "אור החיים" געגנט אין בני ברק, און ווי אויך פונעם חרדישן שפיטאל "מעייני הישועה".

יונתן שטייף

הרב יונתן שטייף איז געווען א דיין אין בודאפעשט, אונגארן פאר דעם צווייטן וועלט קריג און א וועלט-בארימטער פוסק. הרב משה פיינשטיין האט אים גערופן דער "גדול הדור".

ישראל בראדי

הרב סיר ישראל בראדי איז געווען דער הויפט רב פון גרויסבריטאניע און דער קאמאנוועלט תש"ח–תשכ"ה.ו ער איז געווען א רב אין אויסטראליע, איז געווען עוואקואירט פון דונקערק, און ביים סוף פון דער צווייטער וועלט מלחמה איז געווען דער עלטערער מיליטערישער רב. נ ...

שמשון רפאל הירש

הרב שמשון בן רפאל הירש, געבוירן אין האמבורג, איז געווען דער פירנדער תורה פערזענלעכקייט פון דער ארטאדאקסישער געמיינדע אין דייטשלאנד. ער איז געווען א זון פון רפאל הירש, א גרויסער עושר אין האמבורג, וואס איז געווען א זון פון מענדל פראנקפורטער, דער מי ...

שמשון ווערטהיימער

רבי שמשון ווערטהיימער ‏, אויך באוואוסט מיטן נאמען רבי שמשון ווינער, איז געווען א רב, דיפלאמאט און א פילאנטראפ.‏ ער איז דער געווען דער פרנס און מנהיג פון דער יידישער קהילה אין ווין און פון די מערסט באאיינפלוסע יידן אין אייראפע אין אנהייב פונעם 18ט ...

יעקב יוסף יאזעף

הרב יעקב יוסף יאזעף איז געווען דער ערשטער און איינציגסטער הויפט רב פון ניו יארק סיטי. יעקב יוסף איז געבוירן געווארן אין שטעטל קראז לעבן קאוונע אין ליטע אין יאר תר״א. ער איז געווען א תלמיד פונעם נצי״ב אין וואלאזשין, און פון רבי ישראל סאלאנטער אין ...

ישראל גרינבערגער

הרב ישראל גרינבערגער, איז דער רב און מו"צ פון דער וויזשניצער קהילה אין דער שטאט אלעד און פתח תקווה. צוזעצליך דינט ער אלס א דיין אין בית דין פון צענטער בני ברק

טודרוס זילבער

הרב מאיר טודרוס זילבער איז דער רב פון קהל תורת משה יאוואזשנא. ער איז א זון פון דעם ריזן תלמיד חכם רבי רפאל זילבער דער פריימאנער רב, וואס דער מהרש"ג האט זיך אויסגעדריקט אויף אים, אז "ער וואלט געפאסט צו לערנען ביים חת"ם סופר אין ישיבה". ער איז א אי ...

וואלף קיצעס

ר וואלף קיצעס איז געווען רב און טורטשין. ער איז געווארן א תלמיד פונעם בעל שם טוב. ער איז נפטר געווארן י"ב מרחשון התקמ"ט און ליגט אין מעזשביזש.

ישכר דוב רוקח (מאכניווקא)

רבי ישכר דוב איז געבוירן געווארן אין יאר התשל"ג צו זיינע עלטערן רבי יהושע רוקח, דער היינטיגער מאכניווקער רבי פון בני ברק, און צו זיין מוטער מרת חיה גיטל, טאכטער פון רבי שלום מיכאלאוויטש פון בראדוויל. ער הייסט נאך זיין עלטער-עלטער-זיידע רבי ישכר ד ...

אליהו שטערנבוך

הרב אליהו שטערנבוך איז געווען דער ראב"ד פון קהילת "מחזיקי הדת" אין אנטווערפן. ער איז א ברודער פון רבי משה שטערנבוך, ראש בית דין פון דער עדה החרדית אין ירושלים, הרב דוב שטערנבוך פון גייטסהעד, רביצין שולמית, ווייב פון רבי חיים יעקב אריאלי, רביצין י ...

מנחם מענדל שנייבאלג

הרב מנחם מענדל שנייבאלג האט געדינט אלס גאב"ד פון דער מחזיקי הדת קהילה אין מאנטשעסטער צענדליגער יארן, ביז צו זיין פטירה.

מנשה בן ישראל

רבי מנשה בן ישראל איז געווען א גרויסער פילאסאף, און אידישער געלערנטער; ער שטאמט פון אן אריסטראקראטישער משפחה באקאנט אלס די אבארבנל. ביי די צען יאר איז ער אנטלאפן פון ליסבאן מיט זיינע עלטערן כדי נישט צו ווערן פארברענט פון דער אינקוויזיציע, ער איז ...

יחזקאל שרגא דייטש

רבי יחזקאל שרגא דייטש איז געווען א שליח בית דין פון דער עדה החרדית. זיין פאטער איז געווען רבי ברוך דייטש. זיין מוהל איז געווען רבי יוסף חיים זאנענפעלד און מען האט אים א נאמען געגעבן נאכן שינאווער רב, רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם. נאך פון די יוגנט א ...

בעל שם טוב

רבי ישראל איז געבוירן אינעם שטעטל אקופ אין די קארפאטן בערג, י"ח אלול התנ"ח אומגעפער, צו זיין פאטער רבי אליעזר, און צו זיין מוטער מרת שרה. זיין פאטער האט געשטאמט פון רבי אליעזר, דעם ברודער פון רמ"א, און איידעם פון מהרש"ל. רבי ישראל איז פאריתוםט גע ...

מענדעלע רימאנאווער

ר מנחם מענדיל פון רימאנאוו איז געווען ביי די חסידים איינער פון די דריי גרויסע צדיקים, וואס זענען די רביס פון חסידישן פוילישן, אונגארישן אידנטום, זיי זענען געווען תלמידים פון ר אלימלך פון ליזשענסק זצ"ל, וואס האט איבער געלאזט זיין קדושת המוח פאר זי ...

ראשונים

ראשונים פון לשון די ערשטע זענען די פירענדע רבנים און הויפט טאן געבער פארן הלכה תורה אידישקייט וואס איז היינט דא זיי זענען געווען נאך די תקופה פון די גאונים און בעפאר די אחרונים. זייער אויפטוה איז געווען צו איבערטייטשן און מסביר זיין די גמרא צו או ...

אבא מארי

ר אבא מארי ב"ר משה מלוניל איז דער מחבר פון דעם ספר מנחת קנאות א ספר קעגן חקירה און קעגן לערענן מורה נבוכים. ער האט געלעבנט אין די צייטן פון ר שלמה ב"ר אדרת דער רשב"א. זיין לעצט נאמען איז געווען אשטרוק אדער ווי מען רופט איהם אן אשטרוק, ער האט געוו ...

רבינו גרשום

רבינו גרשום מאור הגולה איז געווען פון די גדולי חכמי ישראל. ער האט געוואוינט אין מיינץ. ער איז באקאנט מיט די חרמות וואס ער האט גוזר געווען חרם דרבינו גרשום.

דוד אבודרהם

רבי דוד אַבודראַהאַם איז געווען אַ מפרש פון תפילות וואס האט געלעבט ארום יאר הק, 1340 אין שפאניע. אויך באקאנט בקיצור ווי דער אַבודראַהאַם. ער איז געבוירן צו רבי יוסף אַבודרהם און האט געהייסן נאָך זיין פאטערס פאטער.

ספר החינוך

דאס ספר הַחינוך איז א ספר וואס באשרייבט אלע תרי"ג מצוות פון דער תורה לויטן חשבון פונעם מחבר. דער ספר חינוך ברענגט פאר יעדער מצווה דער טעם פון דער מצווה און אירע דינים. בדרך כלל פאלגט דער חינוך די צאל פון מצוות פונעם רמב"ם. ברייט באקאנט איז דער ספ ...