ⓘ Free online encyclopedia. Did you know? page 18

שלמה אבינר

הרב שלמה אבינר איז דער רב פון בית אל און א ראש ישיבה. ער איז א זעלבסטשטענדיגער רב, וואס האט א מאדערענע צוגאנג צו יידישקייט. אין 2012 האט ער ארויסגעגעבן א פסק אז פרויען זאלן זיך נישט קאנדידירן צום כנסת וועגן צניעות.

איסר יהודה אונטערמאן

איסר יהודה אונטערמאן איז געבוירן אין בריסק היינט אין בעלארוס צו זיין פאטער ר אליהו און זיין מוטער שיינא. ער האט געלערנט ביים בריסקער דיין, רבי שמחה זעליג ריגער, און ביי די צוועלף יאר איז ער געגאנגען לערנען מיט דער ערשטער חבורה וואס האבן געלערנט א ...

מרדכי אליהו

הרבֿ מרדכי צמח אליהו איז געווען אַ רב און א פוסק, פון אַ רבנישער משפּחה פון באַגדאַד. ער האט געדינט ווי דער ספרדישער הויפט רב פון ארץ ישראל אין די יארן תשמ"ג - תשנ"ג.

שמואל אליהו

הרב שמואל אליהו איז דער שטאטס-רב פון צפת, א מיטגליד פון דער מועצה פון דער הויפט ראבינאט און אויך א מיטגליד פון די נאציאנאלע קאמיטעטן אין ישראל פון כשרות און פון מקוואות. הרב אליהו איז דער זון פון הרב מרדכי אליהו. ער האט געלערנט אין ישיבת ירושלים ...

מרדכי שמואל אשכנזי

הרב מרדכי שמואל אשכנזי איז געווען דער רב פון כפר חב"ד, א דיין אינעם בית דין פון חב"ד אין ארץ ישראל, און א מחבר פון ספרי הלכה.

באבא סאלי

רבי ישראל אבוחצירא, גערופן באבא סאלי איז געווען א מאראקאניש-ישראלישער רב און באוואוסט מיטן נאמען באבא סאלי. ער ליגט אין נתיבות.

אלימלך בידערמאן

ער איז א זון פון רבי אלטער אלעזר מנחם בידערמאן נפטר געווארן י"ד טבת התשס"א, לעלאווער רבי אין בני ברק פון רבי עקיבא גאס, זון פון רבי משה מרדכי פון לעלאוו. אלס בחור האט ער געלערנט אין דער פאנאוועזשער ישיבה, סיי אין ישיבה גדולה און סיי אין ישיבה קטנ ...

זעליג ראובן בענגיס

רבי זעליג ראובן בענגיס איז געווען א רב, א פוסק און א מחבר פון ספרים. פון תש"ח ביז תשי"ג איז ער געווען גאב"ד פון דער עדה החרדית.

יצחק בערקאוויץ

הר"ר יצחק שמואל הלוי בערקאוויץ איז א רב, ראש כולל און פוסק אין ירושלים. ער איז גיווען פאר 16 יאר משגיח רוחני אין דער אש התורה ישיבה פאר בעלי תשובות. ער דינט אלס מו"ץ פאר די חוץ לארץ יונגעלייט אין דעם סנהדריה מורחבת געגנט פון ירושלים. ער פירט דעם ...

זלמן נחמיה גאלדבערג

הרב זלמן נחמיה גאלדבערג איז געווען א ראש ישיבה, דיין אין דעם העכערן בית דין און דער הויפט רעדאקטאר פון דער תלמודישער ענציקלאפעדיע. ער איז געווען איינער פון די גרינדער פון דעם פריוואטן בית דין פאר דיני תורה "הישר והטוב" און דער ראש ישיבה פון דער ס ...

נתן געשטעטנער

רבי נתן איז געבוירן געווארן אין תרצ"ב צו זיין פאטער רבי עמרם געשטעטנער און זיין מוטער, א טאכטער פון ר שלמה שרייבער, א זון פון הרב יעקב עקיבא סופר, א זון פוו הרב אברהם שמואל בנימין סופר, דער ״כתב סופר״, א זון פון הרב רבי משה סופר, דער ״חתם סופר״. ...

שלום יהודה גראס

ער איז געבוירן אין א דערפל אין אונגארן בערך אין יאהר תרצ"ט. אין די קינדערישע יארן איז ער אויפגעוואקסן ביי זיין טאטנס ישיבה אין חיפה, ארץ ישראל, אין תלמוד תורה "מחזיקי תורה בית משה" שפעטער געלערנט אין סערעט ביי הגה"ק רבי ברוך האגער סערעטער רבי פון ...

יצחק דוד גראסמאן

ר יצחק דוד גראסמאן איז דער באליבסטער חרדישער רב אויף די פרייע אידן און ארץ ישראל און איבער דער גארער וועלט. זיין כאריזמע באשטייט פון דעם וואס ער האט מקדיש געווען זיין לעבן צו ליבען און מקרב זיין די פרייע קינדער פון ארץ ישראל דורך זיין מוסד אין מג ...

מיכה הלוי

הרב מיכה הלוי איז דער אשכנזישער הויפט רב פון פתח תקוה און ראש ישיבה "עטרת נחמיה" אין דער נחלת יצחק געגנט פון תל אביב.

יצחק אייזיק הלוי הערצאג

הרב יצחק אייזיק הלוי הערצאג איז געווען דער ערשטער אשכנזישער הויפט רב פון ישראל. ער איז געווארן רב אין יאר 1936, וואס ער האט אנגעהאלטן ביז צו זיין נפטר ווערן, אין יאר 1959.

שמואל וואזנער

הרב שמואל הלוי וואזנער איז געווען דער גרעסטער און פראמעניטטער חרדישער רב און פוסק וואס האט געוואוינט און געשאפט אין בני ברק, ארץ ישראל.

אליעזר יהודה וואלדנבערג

רב וואלדנבערג איז געבוירן אין ירושלים אין תרע"ו 1915 צו זיין פאטער רבי יעקב גדליה און זיין מוטער רחל. קורץ נאך זיין געבורט, אין דער ערשטער וועלט מלחמה האבן זיי געדארפט איבערלאזן ארץ ישראל, און זיי האבן זיך באזעצט אין חאלאב, סיריע. ווען זיי זענען ...

מאיר וואקנין

מאיר וואקנין איז געבוירן געווארן אין דער שטאט טבריה אום ז אדר התרמ"ה 1885 צו רב דוד וואקנין וואס איז געווען אב בית דין און רב פון דער שטאטישער ספרדישער קהילה. אין תרע"ד איז ער געפארן קיין ניו יארק צו זאמלען געלט פאר דער קהילה אין טבריה. צוליב דער ...

יצחק יעקב ווייס

הרב יצחק יעקב ווייס איז געווען רב פון דער עדה החרדית אין ירושלים, און א וועלטס בארימטער פוסק. זיינע תשובות זענען געדרוקט אונטערן נאמען "מנחת יצחק". ער איז געווען ראב"ד אין גרויסווארדיין פאר דער צווייטער וועלט מלחמה. נאך דער מלחמה איז ער געווען רא ...

שלמה יוסף זעווין

הרב שלמה יוסף זעווין האט ארויסגעגבן פיל אינטערסאנטע ספרים און איז געווען דער רעדאקטאר פון דער תלמודישער ענציקלאפעדיע. צווישן די ספרים זיינע זיינען געווען "סיפורי חסידים - מועדים" און "סיפורי חסידים - פרשת השבוע" בארימטע ספרים פון אמתע דערציילונגע ...

חיים חורי

הרב חיים חורי איז געווען דער רב פון דער שטאט גאבעס, איינער פון די חשובסטע רבנים פון טוניסישער יידנטום אין די ת״ר יארן.

יוסף טאלידאנא

הרב יוסף טאָלידאַנאַ איז דער רב פון גבעת זאב, דער באַוואוסטער תלמיד פון רבי דער מאָנק און ארויסגעבער פון עטלעכע, פון זיינע ספרים.

יהושע משה

הרב יהושע משה יחזקאל איז געווען דער לעצטער אב בית דין פון באגדאד, און דער ערשטער הויפט רב פון דער שטאָט גבעתיים. ער האט מחבר געווען דאס ספר ״אזני יהושע״ ״קץ הימין״.

יצחק יוסף

הרב יצחק יוסף איז דער ראשון לציון און דער ספרדישער הויפט רב פון ישראל, און דער מחבר פון די הלכה ספרים "ילקוט יוסף". הרב יוסף איז דער זון פון הרב עובדיה יוסף. זיינע ספרים ווערן גערעכנט יסודותדיק ביי חרדישע ספרים.

אמנון יצחק

אמנון יצחק איז א תימנער אפשטאמיגער גרויסער מיט געשליפן צינג, וואס פארנוצט זיין שפראך צו מחזיר בתשובה אידן, און בפרט ספרדישע אידן. ער פירט די "שופר" ארגאניזאציע. אנדערשט פון אלע אנדערע בעלי תשובה פרעדיגער איז ער א קאנפראטציע פיגור וואס שלאגט זיך א ...

חיים כאסאר

הרב חיים כאסאר איז געווען דער ראש פון די ישיבות בית אלשיך און בית שרעבי אין תימן און מחבר פון דעם קאָמענטאַר "שם טוב" אויפן רמב"ם, און ראש ישיבת בית גורל פון מחנה יהודה ירושלים.

אברהם אלקנה שפירא

הרב אברהם אלקנה כהנא-שפירא איז געווען דער הויפט רב פון ישראל אין די יארן תשמ"ג–תשנ"ג. ער האָט געדינט ווי אַ דיין אין דעם בית דין הגדול, און איז געווען ראש ישיבה פון מרכז הרב זינט דער טויט פון רבי צבי יהודה קוק אין תשמ"ב. ער איז געווען א הויפט רבנ ...

דוד לאו

הרב דוד ברוך לאַו איז דער אשכנזישער הויפט רב פון ישראל. ער איז געווען דער ערשטער רב פון שוהם און נאכהער דער הויפט רב פון מודיעין. ער איז א זון פון הרב ישראל מאיר לאו, א פריערדיקער הויפט רב פון ישראל און היינט הויפט רב פון תל אביב.

ישראל מאיר לאו

הרב ישראל מאיר לאַו אין דער הויפט רב פון תל אביב, און א געוועזנער הויפט רב פון ישראל. ער איז אויך דער פארזיצער פון יד ושם.

אליהו לאפיאן

רבי אליהו לאפיאַן, אויך באוואוסט ווי רבי עליע קעלמער, איז געווען פון די אויסגעצייכענטע רבנים פון דער מוסר באוועגונג אין די ת"ר-ת"ש יארן.

יהושע מאמאן

הרב יהושע מאמאן איז געווען א דיין און א פוסק, א מיטגליד פונעם בית הדין הגדול לערעורים. ער האט געדינט ווי שטאט׳ס רב אין נהריה און אב בית דין אין באר שבע. ער איז געווען גערעכנט דער רב פון די מאראקאנישע יידן. גערופן מיט נאמען ימ"ן.‏

יונה מעצגער

הר"ר יונה מעצגער איז געבוירן התשי"ג אין חיפה. ער איז געווען דער הויפט רב פון מדינת ישראל מצד די אשכנזים פון תשס"ג ביז תשע"ג. ער איז אבער גרויס געווארן א דאנק די חרדים אונטער די פירערשאפט פון הרב יוסף שלום אלישיב וואס האט אים ענדערשטע געוואלט זען ...

ראובן מרגליות

רבי ראובן מרגליות איז איינער פון די אויסגערופענע תלמידי חכמים פון די יארן תר"ן ת"ש, ער האט קודם געוואוינט אין לעמבערג אייראפע און שפעטער אין ארץ ישראל. ער האט מחבר געווען גאר נוצבארע און וואונדערליכע ספרים, וואס די וועלט האט זייער הנאה דערפון, עס ...

כאמוס נחיאסי

הרב כאמוס "כאַהרבס" עמוס נחיאַיסי איז געווען רב און דיין, דער פירער פון דער ליביער אידישער קהילה אין טריפּאָלי און שפּעטער אין מדינת ישראל.

ניסים יגן

רב ניסים יגן איז געווען א חרדישער דרשן און מחזיר תשובה, וועלכער האט געדינט אלס ראש ישיבה לחוזרים בתשובה און ראש כולל פון קהילת יעקב אין ירושלים. ער איז געבוירן אין ירושלים, צו זיין מוטער רביצין רחל יגן און פאטער הרב יעקב יגן, א תלמיד פון הרב מרדכ ...

שלמה עמאר

ר שלמה משה עמאר איז געווען דער ספרדישער הויפט רב פון ישראל פון תשס"ג ביז תשע"ג. ער איז געבוירן אום התש"ח אין מאראקא און איז ארויף קיין ישראל אין יאר התשכ"ב. ער איז באוווסט אלס א רב וואס איז מיקל און מתיר שווערע פראבלעמען אין הלכות נישואין.

זעליג פליסקין

ר זעליג פליסקין איז א שרייבער רעדנער און מגיד שיעור אין אש התורה אין אלט שטאט ירושלים. זיין תורה איז בעיקר געבויט אויפן דרך המוסר אז א מענטש ברויך זיך משלים זיין די מידות און טרעפן שמחה אין זיך פארבעסערן און אויך אנדערע און קאנסעקווענס. זיין אויפ ...

מאטא פראנק

מאָטאַ מרדכי פראַנק איז א ברעסלאווער משפיע וואס וואוינט אין מאה שערים, ירושלים. ער שטאמט פון די ארגינעלע ירושלימער פרושים און איז א תלמיד פון רבי לוי יצחק בענדער. ער איז א פארשטענדליכער און האט גאר א גוטן כוח הדיבור און חוש צו רעדן צו יעדעם זיין ...

הערש פסח פראנק

הרב צבי ״הערש״ פסח פֿראַנק איז געווען א דיין און א פוסק, און דער אשכנזישער הויפט רב פון ירושלים אין די יארן תרצ"ו-תשכ"א.

יצחק ידידיה פרענקל

ער איז געבוירן געווארן אין לונטשיץ, פוילן, צו זיין פאָטער, הרב אהרן פֿרענקל, א רב אין דער שטאָט, און שפּעטער רב פון דער "אור תורה" שול און הויפּט פון דער כשרות אפטיילונג פון דער הויפט ראבינאט פון תל אביב-יפו, און צו זיין מוטער רביצין לאה, טאכטער ...

אברהם ישעיהו קארעליץ

רבי אברהם ישעיהו קארעליץ, איז געווען איינער פון די פירער פון יידנטום אין ארץ ישראל, און דער מחבר פון די ספרים חזון איש.

נחום קוק

הרב נחום הכהן קוק איז געווען דער רב פונעם תל גנים פערטל אין רמת גן. ער איז געווען שטארק טעטיק אין די געביטן פון רעליגיע און היטן כבוד המת. ער איז געווען א געערטער פון דער שטאט רמת גן.

ברוך ראבינאוויטש

רבי ברוך יהושע ירחמיאל ראבינאוויטש איז געווען דער מונקאטשער רב אין די יארן פאר דער צווייטער וועלט-מלחמה.

שלמה ריסקין

הרב שלמה ריסקין איז דער רב פון אפרת זידלונג אין גוש עציון. ער האט עמיגרירט קיין ארץ ישראל צו גרינדן דעם התנחלות אלס יישוב הארץ, צוזאמען מיט זיין קהילה אין פיפט עוועניו שול וואו ער האט געדינט ברבנות דארטן און צוגערעדט זיין קהילה פון אנהענגער וואס ...

דוד שלוש

הרב דוד חיים שלוש איז געווען דער ספרדישער הויפט רב פון נתניה, און דער מחבר פון א סך ספרים אין הלכה און אויף תנ"ך.

אור הצפון שול

די אור הצפון שול און שטיבלעך געפינט זיך אויף אבינדב גאס אין דעם נווה צבי קוואַרטאַל פון ירושלים. די שול ווערט גערופן אויפן נאמען פונעם ספר ״אור הצפון״ רבי נתן צבי פינקל, דער ״אלטער פון ​​סלאַבאָדקע״. אויפן ערשטן שטאָק זענען פיר שטיבלעך. אויפן אוי ...

אילת פארט

אילת פארט געפינט זיך אויפן בארטן פונעם אילת איינגאס אינעם רויטן ים, און איז דער איינציקער ישראל פארט אויפן רויטן ים. דער פארט האט געעפנט אין 1957, און דינט ווי דער דרום טויער פון מדינת ישראל צו די לענדער פונעם ווײַטן מזרח, אקעאניע, מזרח און דרום ...

ארץ ישראל מוזיי

ארץ ישראל מוזיי איז אַ גרויסער מוזיי אין תל אביב, וועלכע ווייזט אויסגעפינען פון ארץ ישראל פון פאַרשידענע צייטן און באַשרייבן זיין פילפאכיק קולטוריזם. דער מוזיי איז געגרינדעט מיטן ציל צו פאַרבינדן ארכעאלאגיע, קולטור און פֿאָלקלאָר פון ארץ ישראל אי ...

יצחק בן-צבי

יצחק בן-צבי איז געווען דער צווייטער פרעזידענט פון ישראל. יצחק בן-צבי איז געבוירן יצחק שימשעלעוויטש אין פאלטאווע, רוסלענדישע אימפעריע, צו זיינע עלטערן צבי שישמשעלעוויטש אן אייניקל פון הרב אליהו חיים מייזל, לאדזשער רב און קריינא, טאכטער פון הרב ישר ...

בנות אלישבע

בנות אלישבע איז א בית יעקב סעמינאַר וואס באלאנגט צו דער בית יעקב נעץ אין ירושלים. דער סעמינאַר האט מער ווי 1650 תלמידות. דער סעמינאַר איז געווען לאנגע יארן אין מקור ברוך. צום אנהייב פון יאר תש״פ האט די סעמינאר זיך אריינגעצויגן אין א נייעם קאמפוס ...