ⓘ Free online encyclopedia. Did you know? page 34

נח וויינבערג

רבי ישראל נח וויינבערג איז דער גרינדער און אנפירער פון די ישיבות אור שמח און אש התורה מיט פילאליעס איבער דער גארער וועלט. ער איז געווען א זון פון הרב מתתיהו וויינבערג. הרב נח וויינבערג איז געווען אַ תלמיד פון מתיבתא רבינו חיים בערלין, אונטער הגאו ...

משה וויינבערגער

ר משה וויינבערגער איז דער רב אין קהילת אש קודש אין וואודמיר. אין די איגענט איז ער געווען א מאדערן ארטאדאקס און זיך געלערנט אין וויי יו צו ווערן א לויער. ווען ער האט גענדיגט האט ער זיך מיישב געווען אז א לויער איז זייער נישט קיין ערליכע פאך האט ער ...

עזריאל טויבער

ר עזריאל טויבער איז געווען אן עסקן אין מאנסי וואס איז שטארק עוסק אין קירוב. ער האט געגרינדעט די שלהבת ארגאניזאציע צוזאמען מיט רבי שמשון פינקוס צו בויען אידישקייט איבער דער וועלט דורך מאכן בעלי תשובה. ער פירט שבתים סיי אויף אידיש סיי אויף ענגליש.

אסתר יונגרייז

רעביצן אסתר יונגרייז איז געווען א בארימטע יידיש - אמעריקאנישער פערזענלעכקייט און א מלחמה איבערלעבער פון אונגארישן אפשטאם. זי איז געװען פרעזידענט פון דער ״הנני״ ארגאניזאציע און האט געווידמעט איר לעבן כדי אויפצוטוהן לטובת הכלל און געווען זייער אקטי ...

יוסף מזרחי

יוסף מזרחי איז געבוירן געווארן אין 1968 אין ישראל. נאָך זיין מיליטערישע דינען אין דער מיליטער האט ער געארבעט אין פינאַנצן אין ניו יארק סיטי. אין 1994, האט ער אנגעהויבן זיך אוועקגעבן פאר קירוב, און אין 1997, האט ער פארלאזט זיין פאַכמאַן קאַריערע א ...

לב לאחים

לב לאחים איז א קירוב ארגאניזאציע וואס איז לכתחילה געגרינדעט געווארן דורך ליטווישע עסקנים קעגן יד לאחים צוליב דעם וואס דער פירער פון יד לאחים איז א ליובאוויטשער חסיד. אבער היינט צוטאגס דינט צו גאר אן אנדער ציל ווי יד לאחים וואס איז בלויז פארנומען ...

עורה

עורה איז א אידישע ארגאניזאציע וועלכע איז עוסק אין קירוב רחוקים, מקרב זיין אידן לאביהם שבשמים. די ארגאניזאציע איז געגרינדעט געווארן אין 1980, אין לייקוואוד, דורך הרב חיים מינץ און ווערט געפירט דורך זיין זון הרב אליהו מינץ. איר נאמען, עורה, באדייט ...

אברהם משה פרענקל

הרב אברהם משה פרענקל איז באקאנט מיט זיין אויפטון בנוגע בחורים נושרים וואס פארן אפ און דרייען זיך אן א ישיבה. אברהם משה איז געבוירן תשל"א אין לאנדאן צו זיין טאטע ר בנציון פרענקל אן אייניקל פון ברוך טעם. ער האט געלערנט אין דעם סאטמארער חדר אין לאנד ...

פרשת בראשית

פרשת בראשית איז די ערשטע סדרה פון דער תורה. אין דער סדרה לערנט מען איבער וויאזוי דער אויבערשטער האט באשאפן די וועלט, אין לויף פון זעקס טעג אין דער וואך, און ער האט גערוט דעם זיבעטן טאג, שבת קודש. פרייטאג – האט דער אויבערשטער באשאפן די ערשטע מענטש ...

דין וחשבון

דין וחשבון איז א רעליגיע אדער מער אידישער באגריף וואס זיי גלייבן אז נאכן שטארבן וועט מען געשטעלן ווערן פאר א בית דין של מעלה, אפצוגעבן א באריכט פון אלע עבירות און מצוות וואס מען האט געטאן במשך פון די מאה ועשרים שנה פון לעבן דאהי. און באקומען דערו ...

חומש

מיט נאָמען חומש רופֿן מיר אָן די 5 ספֿרים פֿון דער תּוֹרה: בּרֵאשׁית, שׁמוֹת, ויִקרָא, בּמדבּר, דבָֿרים, װעלכע זענען געשריבן געװאָרן דורך משה רבנו. אין די ספֿרי הנבֿיאים און כּתובֿים געפֿינען מיר דעם אױסדרוק "תּוֹרה משה" און "ספֿר משה" יהושע ח’ א ...

ייבום

ייבום איז א מצוה אין דער תורה, אז א ברודער דארף מיַבם זיין שוועגערין, אין א פאל ווען ער שטארבט אן צו לאזן איבער זרע של קיימא. די תורה זאגט אז דער צוועק פון דער מצוה בכך איז פארן ברודער להקים שם לאחיו שטעלן א נאמען פאר זיין טויטן ברודער דורך האבן ...

מן

מן איז א סארט עסן וואס איז געפאלן אין מדבר פאר די אידן ווען זיי האבן דארטן געוואנדערט אין משך פון פערציג יאר. געגעסן די 40 יאר זייענדיג אין מדבר אויפן וועג פון מצרים קיין ארץ ישראל, די מן האט געהאט אלע טעמים, חוץ געציילטע וואס זענען שעדליך פאר מא ...

סדום

סדום מיט נאך פיר שטעט, עמורה, אדמה, צבויים און צוער זענען פינף היסטארישע שטעט וואס ווערט געברענגט איבער זײ פארשידענע געשיכטעס אין די תורה. דער שטאט סדום איז לויט די היסטאריע פון די תורה געווען א שטאט ווי די איינוואוינער זענען געווען שלעכט, אומפאר ...

סדרה

די תורה איז צעטיילט אין 54 טיילן,וואס יעדע איינע הייסט א סדרה אדער א פרשה. יעדן שבת לייענט מען איין פרשה. די ערשטע סדרה איז בראשית, דאס לייענט מען דעם ערשטן שבת נאך שמחת תורה אזוי לייענט מען איין סדרה יעדע וואך, ביז קומעדיגן יאר שמחת תורה ווען מע ...

ספר במדבר

בַּמִּדְבָּר איז דאָס פֿערטע ספֿר פֿון חומש; דער נאָמען שטאַמט דערפֿון, װאָס דער ערשטער פסוק הײבט זיך אָן מיט די װערטער "וידבר ה’ אל משה במדבר סיני" ; טײל אַמאָליקע מפֿרשים האָבן עס גערופֿן אויך "וידבר" ; אין דער משנה יומא פרק ז’ הײסט עס, "חומש ה ...

עמלק

עמלק איז דער מאנסטער וואס האט געוואלט אומברענגן דעם אידישען אידיאל, זינט דעמאלטס איז ביי יעדן שווערן מלחמה מיט א שונא פאר דת אדער אידן, ווערט דער שונא נומער איינס אנגערופן עמלק און איינמאל ער הייסט אזוי איז ער שוין אנגעצייכענט און מען קען אים שוי ...

תרגום יונתן

תרגום יונתן אויף דער תורה איז אן אראמישע איברזעצונג אויף חמשה חומשי תורה. אין דעם געפונען זיך א סאך מדרשים, און סאיז אנדערש ווי תרגום אונקלוס וועלעכער זעצט איבער די פסוקים ווארט ביי ווארט און לייגט נישט צו קיין מדרשים. די פארשערס קלערן אז סאיז נת ...

0.999.

אין מאטעמאטיק, דער זיך-חזרענדיגער נומער …0.999 איז א רעאלע צאל וואס איז גלייך מיט דעם נומער איינס. דאס הייסט, אז 1 און 0.999… רעפרעזענטירן דעם זעלבן נומער. עס איז דא פארשידענע מאטעמאטישע דערווייזן פון דער דאזיקער גלייכקייט.

אבסטראקטע אלגעברע

אבסטראקטע אַלגעברע איז א טייל פון מאטעמאטיק וואס שטודירט אלגעברעישע סטרוקטורן. זיי זענען כולל: בולישע אלגעברע וועקטאר געשפרייטן רינגען אלגעברעס גרופעס אין אלגעמיין טוט מען אויפבויען א טעאריע מיט איין ארט סטרוקטור, ווי גרופע טעאריע אדער קאטעגאריע ...

אלגעברע

אלגעברע איז א געביט אין מאטעמאטיק וואס באהאנדלט אפעראטארן, פונקציעס און רעלאציעס אין געוויסע סטרוקטורן. אין אלגעמיין, באהאנדלט אלגעברע מיט פארשידענע סימבאלן אנשטאט אדער געמישט מיט נומערן. פראבלעמען אין עלעמענטארע אלגעברע לייזט מען אויס דורך גלייכ ...

אלגעברעישע סטרוקטור

אין מאטעמאטיק, און ספעציפיש אין אבסטראקטער אלגעברע, איז אן אלגעברעישע סטרוקטור א סכום אויף וואס עס ווערט דעפינירט איינע אדער מער בינארישע אפעראציעס. ביישפילן פון אלגעברעישע סטרוקטורן זענען גרופעס, רינגען, פעלדער און געפלעכטן. אלגעברעישע סטרוקטורן ...

אסאציאטיוויטעט

אין מאטעמאטיק, איז א בינארישע אפעראציע ↦ a ∗ b {\displaystyle \ \mapsto a*b} אסאציאטיוו ווען פאר יעדע a, b, c {\displaystyle \ a,b,c} האלט די גלייכונג a ∗ = ∗ c {\displaystyle \ a*=*c}. באקאנטע ביישפילן פון אסאציאטיווע אפעראציעס זענען צוגאב און ט ...

אריטמעטיק

די אַריטמעטיק איז דער עלצטער און עלעמענטארסטער צווייג פון מאטעמאטיק, געניצט דורך כמעט יעדן איינעם, פאר ארבעטן פון פשוטן טאג־טעגליכן ציילן ביז פארגעשריטענע וויסנשאפט און האנדל חשבונות. זי איז געבויט אויף דער שטודיע פון קוואנטיטעט, ספעציעל ווי דער ...

בינארישע אפעראציע

אין מאטעמאטיק, איז א בינאַרישע אפעראַציע א פעולה וואס ווערט אויסגעפירט צווישן צוויי עלעמענטן אין א סכום. מער פארמאל: א בינאַרישע אפעראַציע איז א פונקציע פון די געארדנטע פארן פון עלעמענטן פון א סכום צום סכום; אין מאטעמאטישע סימבאלן: פארן סכום S {\ ...

גראד (נומער)

א גראדער נומער איז א גאנצע צאל, וואס מקען צעטיילן אויף 2. למשל, 2, 4, − 18, 0 {\displaystyle \ 2.4 18.0} זענען גראדע צאלן, אבער 7 איז נישט גראד נאר נומיק. א גאנצצאל וואס איז נישט גראד רופט מען א נום.

לינעארע אלגעברע

נישט פארמישן מיט עלעמענטארע אלגעברע לינעארע אלגעברע איז אן אפצווייג פון אלגעברע וואס באהאנדלט סיסטעמען פון לינעארישע גלייכונגען ווי a 1 x 1 + ⋯ + a n x n = b, {\displaystyle a_{1}x_{1}+\cdots +a_{n}x_{n}=b,} און לינעארע פונקציעס ווי x 1, …, x n ↦ ...

סימעטריע

סימעטריע האט על פי רוב צוויי באדייטן. איינס איז אן אומפוקנטליכע געפיל פון הארמאנישער און עסטעטישער פראפארציע און באלאנץ, און אן אופן וואס עס רעפלעקטירט שיינקייט און שלימות. די צווייטע מיינונג איז א פונקטליכער און גוט-דעפענירטער באגריף פון באלאנץ, ...

פאראבעל

א פאַראַבעל איז א באגריף אין געאמעטריע מאטעמאטיק וואס מיינט א געוויסער קאנוס-שניט דורך א פלאך, וואס ווערט געשריבן לויט גלייכונגען פון העכערע מדרגות.

פונקט (געאמעטריע)

א פונקט איז א באגריף וואס באשטימט א גענוי ארט אין ספייס. ער האט נישט קיין גרייס, נישט אין פארנעם, נישט אין שטח און נישט אין דער לענג, אזוי איז ער אן אביעקט מיט נול אויסמעסטונגען. פונקטן געהרען צו דער יסודותדיקער שפראך פון געאמעטריע, פיזיק, וועקטא ...

פי

π {\displaystyle \pi } איז א מאטעמאטישער קאנסטאנט, א רעאלע צאל וואס איר ווערט איז די פראפארציע צווישן דעם ארומנעם פון א קרייז צו זיין דיאמעטער. מען ניצט π ווייל ער איז דער ערשטער אות פונעם גריכישן ווארט "περίμετρος" וואס מיינט ארומנעם. די ערשטע 5 ...

פלאך

אין מאטעמאטיק, איז א פֿלאַך א פלאכער צוויי־דימענסיעלער אויבערפלאך; דאס איז א גרונטלעכער באגריף. אין אנדערע דימענסיעס האט מען א פונקט 0 דימענסיעס, א ליניע 1 דימענסיע און א רוים 3 דימענסיעס.

קאנוס

א קאנוס איז א דריי־דימענסיאלער קערפער וואס איז דעפינירט דורך א באזיס, און א פונקט וואס געהערט נישט צום פלאך פונעם באזיס, דעם "ווערטעקס". דער קאנוס איז ארומגענומען מיט אלע ליניע־טיילן וואס באהעפטן דעם ווערטעקס מיט א פונקט אויפן באזיס. ווען א פלאך ...

קוילקרייז

א קוילקרייז איז א קרייז דעפינירט ווי דער איבערשנייד פון א קויל און א פלאך. ווען דער צענטער פונעם קויל ליגט אינעם פלאך רופט מען דער קרייז א גרויסער קרייז, אנדערש איז ער א קליינער קרייז. קוילקרייזן האבן א ראדיוס ווינציקער פון אדער גלייך מיט דעם ראד ...

קרייז

א קרייז איז א געאמעטרישע פארעם אין צוויי דימענסיעס אין וואס יעדער פונקט איז ווייט דעם זעלבן דיסטאנץ פון א געוויסן פונקט, דער צענטער. דעם דיסטאנץ פון יעדער פונקט צום צענטער ווערט גערופן דער ראדיוס. א קרייז צעטיילט דעם פלאך אין צוויי טיילן: אינעווי ...

ראציאנאלע צאל

א ראַציאנאַלע צאָל אין מאטעמאטיק איז א רעאלע צאל וואס מקען רעפרענזענטירן ווי די פארהעלטעניש פון צוויי גאנצע צאלן. דער סכום פון אלע ראציאנאלע צאלן ווערט באצייכנט Q {\displaystyle \mathbb {Q} }. מען שרייבט א ראציאנאלע צאל ווי א ברוכטייל p / q פון צ ...

רינג-טעאריע

אין אלגעברע איז רינג-טעאריע די שטודיע פון רינגען - אלגעברעאישע סטרוקטורן אין וואס עס ווערט דעפינירט צוגאב און טאפלען מיט ענלעכע אייגנשאפטן צו די זעלבע אפעראציעס דעפינירט פאר די גאנצע צאלן. רינג-טעאריע שטודירט די סטרוקטור פון רינגען, זייערע רעפרעז ...

רעאלע צאל

א רעאַלע צאָל איז א צאל וואס מען קען שרייבן אלס אן אינסופֿדיקע דעצימאל. זיי זענען סיי ראציאנאלע און סיי איראציאנאלע צאל. אין אלגעמיין ווען מען רעדט וועגן סתם א "נומער" מיינט מען א ווירקלעכער צאל. א נומער וואס איז נישט ווירקליך הייסט א צונויפגעשטע ...

אומגלייכהייט

אן אומגלייכונג איז א באגריף אין מאטעמאטיק און צייכנט אָן צוויי ווערטן וואס זיינען נישט גלייך. אומגלייכונגען באצייכנט מען מיט דעם < אדער דעם > סימבאל, ווען דער נומער אין דער שפיץ־זייט באצייכנט דעם קלענערן נומער און דער נומער אין דער אפענער ז ...

גלייכונג

גלייכונג אין מאטעמאטיק, איז א וועג אנצוצייכענען צוויי עלעמענטן מיט דעם זעלבן ווערט, איינער אנטקעגן דעם אנדערן. דער סימבאל וואס מען שטעלט צווישן די עלעמענטן איז דאס: =. אויב זיינען די צוויי עלעמענטן ניט זעלבסט ווערט, שטעלט מען צווישן זיי דעם סימבא ...

גרעסטער געמיינזאמער טיילער

אין מאטעמאטיק איבערהויפט אין אלגעברע, דער גרעסטער געמיינזאמער טיילער צווישן צוויי גאנצע צאלן, איז דער גרעסטער נומער וואס מען קען אים צעטיילן מיט די צוויי גאנצע צאלן. למשל נומער זעקס איז דער גרעסטער נומער וואס מען קען מיט אים צעטיילן נומער 18 און ...

וועקטאר

אין מאטעמאטיק, פיזיק, און אינזשעניריע, א וועקטאר איז א געאמעטרישער אביעקט מיט סיי גרייס, אן סיי ריכטונג. צום ביישפיל, ווען מעהן באשרייבט די תנועה פון אן עראפלאן איז נישט גענוג צו זאגן ווי גיך ער פארט, עס פאדערט זיך אויך צו זאגן דעם ריכטונג.

נייטראלער עלעמענט

אין מאטעמאטיק, א נייטראלער עלעמענט פון א סכום, איז א ספעציעלער עלעמענט, ווייל אויב איז עס קאמבינירט מיט אנדערע עלעמענטן פון דעם דאזיקן סכום, טוישט ער נישט די אנדערע עלעמענטן.

עלעמענטארע אלגעברע

עלעמענטארע אלגעברע נעמט איין טייל פון די גרונטלעכע באגריפן פון אלגעברע, וואס איז איינער פון די הויפט צווייגן פון מאטעמאטיק. געוויינטלעך טוט מען דאס לערנען מיט הויכשולע סטודענטן און דאס בויט אויף זייער פארשטאנד פון אריטמעטיק. בשעת ווען אריטמעטיק ב ...

פאלינאם

אין מאטעמאטיק א פאלינאם איז צוזאמענגעשטעלט פון א וואריאבל מיט נומערן, ניצנדיק נאר די פיר אפעראציעס: פלוס, מינוס, טאפלן און העכערן מיט א פאזיטיוון גאנץ-נומער עקספאנענט, למשל x 2 − 4 x + 7 {\displaystyle x^{2}-4x+7} פאלינאמען זענען פון די חשובסטע ב ...

פאקטאריזאציע

אין מאטעמאטיק איז פֿאַקטאָריזאַציע א וועג פון צענעמען א מאטעמאטישע צאל אויף עלעמענטן, וועלכע הייסן פאקטארן, אויף א פאל וואס ווען מען טאפלט די פאקטארן איינס מיט די אנדערע באקומט מען די ארגינעלע צאל. צום ביישפיל די נומער 6936 קען מען צעלײגן אזוי: 1 ...

קוואדראטישע גלייכונג

א גלייכונג פון דער צווייטער מדריגה רופט מען א קוואדראטישע גלייכונג. עס זעט אויס אזוי: a x 2 + b x + c = 0 {\displaystyle \ ax^{2}+bx+c=0} ווען a, b, c {\displaystyle \ a,b,c} זיינען פאראמעטערס, און i {\displaystyle \ i} איז דער וואריאבל. דאס פארא ...

קלענסטע געמיינזאמע טאפלונג

אין מאטעמאטיק איבערהויפט אין אלגעברע, די קלענסטע געמיינזאמע טאפלונג צווישן צוויי גאנצע צאלן, איז די קלענסטע נומער וואס ביידע גאנצע צאלן קענען אים צעטיילן. למשל די קלענסטע געמיינזאמע טאפלונג פון 21 און 6 איז 42, ווייל דעם 42 קען מען צעטיילן סיי או ...

אראפנעם

אראפנעם איז א בינארישע אפעראציע וואס איז די פעולה פון ארפנעמען א צאל נומערן פון א רעאלע צאל. איר סימבאל איז -. אראפנעם איז די פארקערטע אפעראציע פון צוגאב. ביישפילן: 10 − 5 = 5 {\displaystyle \ 10-5=5} 5 − 5 = 0 {\displaystyle \ 5-5=0}. ווען די סו ...

בראכטייל

אין חשבון, א בראָכטייל איז צוויי נאטירלעכע צאלן ווען איינע פון זיי טיילט אפ די צווייטע. א בראכטייל איז אויסגעפארמט אזוי m n {\displaystyle m \over n}, ווען דער n, m זיינען נאטירלעכע צאלן. מען קען לייגן פאר דער בראכטייל א מינוס און באקומען א נעגעט ...