ⓘ Free online encyclopedia. Did you know? page 56

יעדוואבנער פאגראם

דער יעדוואבנער פאגראם האט פאסירט אין יולי 1941, ווען די פוילישע בירגער פון יעדוואבנע האבן דורכגעפירט א בלוטיקע פאגראם, קעגן זייערע יידישע שכנים. פאר יארן לאנג איז דער מיינונג געווען, אז די נאציס האבן דורכגעפירט דעם פאגראם. ביז דער היסטאריקער, יאן ...

ישיבת חכמי לובלין

זי ישיבת חכמי לובלין איז געווען א ישיבה געגרינדעט אין יאר תר״ץ אין לובלין, פוילן, דורך הרב יהודה מאיר שפירא. די ישיבה האט נאר גענומען אויסגעצייכנטע בחורים צו לערנען דארט. איידער מהאט אריינגענומען א בחור אין דער ישיבה האט מען אים פארהערט 200 בלאט ...

לאדזשער געטא

די לאדזשער געטא איז געווען די צווייטע גרעסטע געטא אויפגעשטעלט פאר יידן און ראמא אין דייטש קאנטראלירט פוילן. לכתחילה געמאכט אלס א פראוויזאריש פארזאמלונג ארט פאר יידן, די געטא איז פארוואנדלט אויף א הויפט צענטער פון אינדוסטריע, וואס האט באזארגט נאצי ...

לעמבערגער געטא

די לעמבערגער געטא, דעמאלט אין פוילן, היינט אין אוקראינע, איז געווען די דריטע גרעסטע געטא אין פוילן נאך דער ווארשעווער געטא און דער לאדזשער געטא. עס האבן זיך געפונען אין אט דער געטא איבער הונדערט טויזנט יידן.

מיין טאטנס בית דין שטוב

מיין טאטנס בית-דין שטוב איז א בארימטער יידיש בוך געשריבן דורכן בארימטן שרייבער יצחק באשעוויס זינגער אלס אויטאביאגראפיע. דאס ביכל באשטייט פון אמתע געשיכטעס, זכרונות פון זיין יוגנט אין לעאנטשין וואו זיין טאטע איז צום ערשט געווען רב, בילגאריי וואו ז ...

מירער ישיבה

מירער ישיבה איז געווען א ישיבה געגרינדעט אינעם שטעטל מיר אין דער ליטע. די מירער ישיבה איז געגרינדעט אין יאר התקע"ה דורך רבי שמואל טיקטינסקי. היינט איז דא א מירער ישיבה אין ירושלים מיט 8000 תלמידים, די גרעסטע ישיבה אין דער וועלט, וואס האט א פיליאל ...

קראקעווער געטא

די קראקעווער געטא איז געווען איינע פון די פינף הויפט געטאס וואס די נאציס האבן אויפגעשטעלט אין פוילן. קראקע איז געווען די הויפטשאט, פון דער גענעראלגובערנאמאן, עס האבן געוווינט אין קראקע, איידער דער קריג 60.000 יידן, זייענדיג איינע פון די עלסטע ייד ...

יודענדויטש

יוּדענדויטש, ווערט אויך גערופן דייטשע יודיש אדער דייטשע העברעאיש, איז א יודישע שפראך וואס מען האט גערעדט צווישן די יודן וואס האבן געוואוינט אין די דייטשע געגנטער - איבערהויפט איז עס געווען די מוטער שפראך אין די פראנקפורטער געטא. עס באשטייט בעיקר ...

יידיש

ייִדיש, אידיש אדער יודיש, גערופֿן ביי אידן מאַמע לָשון, איז אַ שפּראַך װאָס װערט הײַנט גערעדט פֿון ארום 1.5 מיליאָן יידן און באַקאַנט ביי 3.142.560 מענטשן איבער דער װעלט, בעיקר פֿונעם אַשכנזישן אָפּשטאַם. במשך פון איבער 800 יאר איז יידיש געווען ד ...

לאדינא

לאדינא איז א יידישע שפראך, גערעדט בעיקר דורך יידן וואס שטאמען אפ פון שפאניע, גערעדט געווארן ביז דער צווייטער וועלט מלחמה, דורך מערערע יידן אין די באלקאן לענדער, עס ווערט אויך גערופן ספאניאליש, דזשודעזמא, אדער דזשודעא-עספאניאל, די שפראך שט ...

בבל

בבֿל איז אן אַלטע שטאָט אין מעסאָפּאָטאמיע הײַנט איראַק, בערך 85 ק"מ דרום פון באגדאד. אין יאָר גקע"ג ווען נבוכדנצר איז געווען דאָרט קעניג, האָבן די בבליים אײַנגענומען ירושלים און חרובֿ געמאַכט דעם בית המקדש נאָך װאָס סאיז געשטאַנען 410 יאָר, און ...

גדליהו בן אחיקם

גדליהו בן אחיקם, איז געווען דער לעצטער פירער פון מלכות יהודה. נבוכדנאצר האט אים באשטימט אלץ א פירער פון אלע פארבליבענע אין יהודה נאך וואס די בבלים האבן איר איינגענומען און מגלה געווען רוב יידן קיין בבל. אין א צייט ארום ג תשרי האט א ייד מיטן נאמען ...

ירבעם בן נבט

ירבעם בן נבט איז געוועזן דער ערשטער קעניג פון די עשרת השבטים אויף מלכות ישראל אין די יארן בתתל"ב - בתתנ"ג. ער אליין האט געשטאמט פון שבט אפרים. ער איז געווארן קעניג אויף די עשרת השבטים נאך דעם וואס ער האט זיך אפגעריסן פוןרחבעם, דעם זון פון שלמה המ ...

ישעיהו

ישעיהו דער זון פון אמוץ איז געווען א נביא אין מלכות יהודה. ישעיהוס טאכטער חפציבה האט חתונה געהאט מיטן מלך חזקיהו; זיי האבן געהאט צוויי קינדער, רבשקה און מנשה. דער קבר פון ישעיהו געפינט זיך אינעם דארף ברעם אין דעם גליל.

נבוכדנאצר דער צווייטער

נבוכדנצר איז געווען דער קעניג פון בבל. אין עשרה בטבת גקע"ג ווען צדקיהו איז געווען קעניג אויף מלכות יהודה, האט זיין ארמיי באלאגערט די שטאט ירושלים. 3 יאר ארום אין שבעה עשר בתמוז האט ער חרוב געמאכט דעם ערשטן בית המקדש נאך וואס ער איז געשטאנען 410 י ...

שיבת ציון

שיבת ציון איז די אומקערונג פון די אידן פון בבל צוריק קיין ארץ ישראל אין יאר גרכ"ב נאך 48 יאר וואס זיי זיינען אין גלות בבל געווען, נאך וואס כורש דער קעניג פון בבל האט דאס באשטעטיגט. אין יאר גרמ"ד 22 יאר ארום האבן די אידן געהענדיגט בויען דער צווייט ...

אלה

אלה פֿערטער מלך פֿון מלכות ישראל אין דער צײַט פֿון 1טן בית המקדש. אין ספֿר מלכים א ט”ז ווערט דערצײלט, אַז ער האָט געקיניגט נאָך זײַן פֿאָטער בעשא אין דער שטאָט תרצה. זײַן מיליטער–פֿירער זמרי האָט אויף אים געמאַכט אַן אָנפֿאַל און אים געטויט.

פנואל

פנואל איז געווען די הויפטשטאט פון מלכות ישראל. ירבעם בן נבט האט באשטימט די שטעט שכם און נאכער פנואל אלץ הויפטשטעט. אין די שטאט פנואל האט זיך א מלאך אנטפלעגט צו יעקב אבינו און אים געשענקט דער נאמען "ישראל".

שומרון

נאך וואס אשור האט איינגענומען שומרון פון מלכות ישראל און האט באפעלקערט די פרעמדע פעלקער האבן זיי געזינדיקט און נישט געדינט גאט, און גאט האט זיי געשטראפן און זיי געשיקט לייבן. ווען די לייבן האבן גענומען צורייסן מענטשן פון די איינוווינערס, האט דער ...

אברהם אבינו

אברהם איז דער פאטער פון דעם אידישן פאלק. עס איז א מחלוקה וואו אברהם איז געבוירן. אין געוויסע מדרשים איז פאראן אז ער איז געבוירן אין כותא. אנדערע זאגן אז ער איז געבוירן אין אור-כשדים. דער רמב"ן שרייבט אז ער איז געבוירן נישט אין אור כשדים, נאר אין ...

חם

חם איז דער נאמען פון א מענטש אין תנ"ך וואס איז געווען דער זון פון נח. ער האט געהאט א קינד מיטן נאמען כנען וואס פון אים האבן געשטאמט די כנענים. נאך פון זיינע קינדער זיינען: כוש, מצרים, פוט. חם איז געשאלטן געווארן ביי נח אז די שטאמונג פון זיין קינד ...

יעקב אבינו

יעקב אבינו איז איינער פון די דריי עלטערן פונעם יודישן פאלק. ער איז געווען א זון פון יצחק מיט רבקה, און א צווילינג פון עשו אבי אדום. לויטן מסורת איז יעקב געבוירן ערב סוכות בק"ח, און ער איז נפטר געווארן ערב סוכות ברנ"ה ביי דער עלטער פון 147. יעקב א ...

יצחק אבינו

יצחק אבינו איז געווען דער זון פון אברהם אבינו און שרה, און פון זיין זון יעקב איז ארויסגעקומען דאס אידישע פאלק. יצחק האט געלעבט 180 יאר. זיין ווייב איז געווען רבקה אמנו, טאכטער פון בתואל הארמי און שוועסטער פון לבן הארמי. יצחק האט געהאט צוויי זין, ...

לאה

לאה איז געווען איינע פון די ארבע אמהות, די ערשטע ווייב פון יעקב אבינו. זי האט געהאט פון אים זעקס זין און איין טאכטער, דינה.

לבן

לבן הארמי איז געווען דער זון פון בתואל, דער ברודער פון רבקה. דער מדרש ברענגט אז דאס ווייב פון לבן האט געהייסטן עדינה. לבן איז געווען דער פאטער פון די אימהות רחל און לאה. אזוי איז לבן געווען א שוואגער פון יצחק און א פעטער פון יעקב. ווען יעקב האט ג ...

לוט

אין די תורה ווערט דערציילט אז פאר ווען גאט האט פארלענדעט סדום, האט ער געשיקט מלאכים צו ראטעווען און ארויסנעמען לוט מיט זיין משפחה פון סדום פון וועגן זיין קירבה צו אברהם אבינו, און די מלאכים האבן זיי געווארנט צו נישט זיך אויסדרייען און קוקן צוריק ...

רחל

די מאמע רחל זי איז געווען די צווייטע טאכטער פון לבן הארמי און מוטער עדינה‏. איז געווען דאס באליבטע ווייב פון יעקב. זי האט געהאט צוויי קינדער:יוסף און בנימין.

תרח

תרח איז דער טאטע פון אברהם אבינו. תרח האט געהאט דריי זין, נחור, אברם און הרן. הרן, דער אינגסטער רמב"ן, האט געבוירן, צוויי טעכטער מִלכָּה און שרה מיט איין זון, לוט. הרןס צוויי עלטערע ברודער האבן חתונה געהאט מיט זיין צוויי טעכטער, נחור האט גענומען ...

אנטיגונוס דער ערשטער

אנטיגונוס דער ערשטער א גענעראל פון די חשמונאים, דער זון פון יוחנן הורקנוס דער ערשטער. געבוירן אין יאר 135 איידער די ציווילע רעכענונג, און געשטארבן אין יאר 104 איידער די ציווילע רעכענונג. ווען זיין טאטע האט געלעבט, האט ער און זיין ברודער יהודה ארי ...

אנטיפטרוס

אנטיפטרוס, איז געווען א וויכטיקער שטאטסמאן, און פאליטיקער, אין די צייטן פון יוחנן הורקנוס דער צווייטער, אין די צייטן פון צווייטע בית המקדש, און דער פאטער פון צוקונפטיקע קעניג הורדוס. געבוירן אין יאר 104, געשטארבן אין יאר 43 איידער ציווילע רעכענונ ...

אריסטובולוס דער פערטער

אריסטאבולוס דער פערטער איז געווען אַ זון פונעם מלך הורדוס און זײַן ווײַב מרים פון בית חשמונאים. ווען אריסטאבולוס איז געווען בערך דרײַצן יאָר אַלט, איז ער צוזאַמען מיט זײַן ברודער אלכסנדר געשיקט געוואָרן זיך דערציִען אין רוים, אין דער היים פונעם ס ...

יהודה אריסטובולוס דער ערשטער

יהודה אריסטובולוס דער ערשטער, איז געווען קעניג פון ארץ יהודה, און כהן גדול, פאר א יאר בערך, פון 104 ביז 103 איידער די ציווילע רעכענונג. ער איז געווען דער זון פון יוחנן הורקנוס דער ערשטער. ווען זיין פאטער יוחנן האט געלעבט, האט ער געשיקט זיינע צווי ...

יהודה אריסטובולוס דער צווייטער

יהודה אריסטובולוס דער צווייטער, איז געווען דער יונגערער זון פון אלכסנדר ינאי, און פון שלומציון המלכה. און נאכן טויט פון זיין מאמע, געקעניגט איבער ארץ יהודה, און געווען כהן גדול, פאר פיר יאר פון 67 ביז 63 איידער די ציווילע רעכענונג. געבוירן אין יא ...

יוחנן הורקנוס דער ערשטער

יוחנן הורקנוס דער ערשטער, איז געווען הערשער איבער ארץ יהודה, פון די חשמונאים דינאסטיע, אויך איז ער געווען כהן גדול. א זון פון שמעון התרסי, און אן אייניקל פון מתתיהו הכהן. ער האט געהערשט איבער די יידן, פון יאר 134 איידער די ציווילע ציילונג, ביז 10 ...

יוחנן הורקנוס דער צווייטער

יוחנן הורקנוס דער צווייטער, איז געווען קעניג איבער ארץ יהודה, און כהן גדול, פון די חשמונאים דינאסטיע. געבוירן בערך אין יאר 110 איידער די ציווילע ציילונג, און געשטארבן אין יאר 30 איידער די ציווילע ציילונג. הורקנוס איז געווען דער עלטערער זון פון ינ ...

מלאכי

מיינט איר ספר מלאכי? מלאכי איז געווען דער לעצטער נביא אין די צייט אפשניט פון בית שני, און לויט די טראדיציע דער שרייבער פון ספר מלאכי. לויט די חז"ל איז מלאכי מרדכי: אמר רב נחמן: מלאכי זה מרדכי, ולמה נקרא שמו מלאכי? שהיה משנה למלך ברייתא

מתתיהו אנטיגונוס דער צווייטער

מתתיהו אנטיגונוס דער צווייטער, איז געווען דער לעצטער קעניג, פון די חשמונאים דינאסטיע, און כהן גדול, ער האט געקעניגט צווישן די יארן 40 ביזן יאר 37 איידער די ציווילע ציילונג. אנטיגונוס איז געווען דער יונגסטער זון פון יהודה אריסטובולוס דער צווייטער, ...

עזרא

עזרא איז געווען א מנהיג פונעם יידישן פאלק וואס איז צוריקגעקומען פון גלות בבל אין ארץ ישראל אויפצובויען דעם צווייטן בית המקדש, בערך אין יאר גש. ער איז געווען א מיוחסדיגער כהן א זון פון שריה הכהן פון בית צדוק. דער פערסישער מלך ארתחשסתא האט געגעבן ע ...

שמעון הצדיק

שמעון הצדיק, איז געווען דער לעצטער פון די אנשי כנסת הגדולה, און דער ערשטער תנא וואס זיין נאמען ווערט דערמאנט אין דער משנה, ער איז געווען א כהן גדול אין די צייטן פון צווייטן בית המקדש, זיין נאמען ווערט דערמאנט דריי מאל אין משניות.

באסטיל

דער באַסטיל איז געווען א טורמע אין פאריז וואס איז געווען א סימבאל פון דער קעניגלעכער מלוכה פון פראנקרייך. דעם 14טן יולי 1789 האט מען שטורמירט דעם באסטיל, וואס האט געצייכנט דעם אנהייב פון דער פראנצויזישער רעוואלוציע.

לואי דער פערצנטער

לואי דער פערצנטער), באוואוסט ווי לואי דער גרויסער אדער דער זון קעניג, איז געווען א מאנארך פונעם בורבאנער הויז וואס האט געהערשט ווי קעניג פון פראנקרייך און נאוואר פון 1643 ביז זיין טויט אין 1715. אנהייבנדיק דעם 14טן מיי 1643 ווען לואי איז געווען 4 ...

נאפאלעאן באנאפארטע

נאפאלעאן באנאפארטע באקאנט אויך אלס דער ערשטער נאפאלעאן איז געווען א גענעראל אין דער פראנצויזישער רעוואלוציע און שפעטער דער צאר און געוועלטיגער פון פראנקרייך פון התקנ"ט ביז התקע"ה און גרינדער פון דער ערשטער אימפעריע. ביי זיינע שפיציגע יארן האט ער ...

וואהלין

וואהלין איז א היסטארישער פראווינץ אין היינטיקן מערב-אוקראינע צווישן דעם פריפעט טייך און דעם מערב בוג טייך, צו דער צפון זייט פון גאליציע און פאדאליע. אין דעם ראיאן איז פאראן פון די עלטסע סלאווישע יישובים אין אייראפע. טיילן פון דעם היסטארישן וואהלי ...

מעהרן

מעהרן איז א היסטארישער ראיאן פון טשעכיי. דער נאמען שטאמט פונעם מאָראַוואַ טייך וואס קומט ארויף אין צפון-מערב פון דעם ראיאן.

פאדאליע

פאדאליע איז א היסטארישער ראיאן אין מזרח אייראפע, וואס געפינט זיך אין מערב־צענטראל או דרום־מערב פון היינטיקער אוקראינע און אין צפון־מערב מאלדאווע. פאדאליע האט א שטח פון אומגעפער 40.000 ק"מ 2, און ציט זיך 320 ק"מ פון צפון־מערב צו דרום־מזרח אויפן לי ...

טויט פון עריק גארנער

דעם 17טן יולי, 2014, איז עריק גארנער געשטארבן אין דעם טאמקינסוויל געגנט פון סטעטן איילענד, ניו יארק, נאכדעם וואס א פאליצאנט האט אים געהאלטן ביים האלדז אויף 19 סענקונדעס. עריק גארנער איז געווען א שווארצער מאן וועלכער איז געשטארבן נאכדעם וואס די ני ...

מארד פון לייבי קלעצקי

לייבי קלעצקי איז געווען א ניין יעריג חסידיש אינגעל, פון בארא פארק ברוקלין ניו יארק דערמארדעט געווארן דעם 12טן יולי, 2011. ער איז געקידנעפט געווארן מאנטיג 11טן יולי ווען ער איז אהיימגעגאנגען צופיס פון דעם באיאנער טאג קעמפ. די פאליציי האבן ארעסטירט ...

עראפלאן קראך אין קווינס

נאוועמבער 12, 2001, האט אמעריקען עירליינס פלייט 587, ארויסגעפלויגן פונעם קענעדי לופטפעלד, אויפן וועג קיין דאמיניקען רעפובליק. בלויז מינוטן נאכן ארויספליען פונעם לופטפעלד אין קווינס, האט דער פליגער אראפגעקראכט העכער די באוואוינטע געגנט בעל הארבער, ...

שינזא אבע

שינזא אַבע איז דער פרעמיער מיניסטער פון יאפאן זייט דעצעמבער 2012. ער איז פריער געווען פרעמיער מיניסטער פון סעפטעמבער 2006 ביז סעפטעמבער 2007. ער איז דער ערשטער פרעמיער מיניסטער פון יאפאן וואס איז געבוירן נאך דער צווייטער וועלט קריג.

סינטיא אזיק

סינטיאַ שושנה אָזיק איז אן אמעריקאנער אידישע שרייבערין. זי איז געבוירן אין ניו יארק. אזיק האט געשריבן פיקציע ווערק וועגן דעם אמעריקאנער אידישן לעבן, ווי אויך עסייען אויף אמעריקאנער ליטעראטור. זי איז באלוינט געווארן מיט עטלעכע ליטערארישע אויסצייכע ...