ⓘ Free online encyclopedia. Did you know? page 72

זון

די זון איז א שטערן ביים צענטער פון דער זון סיסטעם וואס ווארפט אימער ארויס ענערגיע וואס באשאפט שטראלן. זי איז א כמעט פערפֿעקט ספֿערישער באל פון הייסער פלאזמע. די זון גענערירט א מאגנעטיש פעלד. דער דיאמעטער פון דער זון איז 109 גרעסער ווי די ערד, און ...

ליכט-יאר

א ליכט־יאר איז א מאס פון לענג וואס אסטראנאמען ניצן צו מעסטן די ווייטקייט פון די שטערן. עס איז אזוי לאנג ווי עס דויערט פאר ליכט צו פארן איין יאר, וואס איז בערך 5.879.000.000.000 מייל לאנג. לויט דער גיך פון ליכט אין א וואקיום, וואס איז 299.792.458 ...

מאנאט

מאנאט איז א צייט ווען עס איז אדורך דאס וואס די לבנה איז געווארן פון גארנישט צו גאר גרויס און דערנאך צוריק צי גארנישט. דאס ווארט אלײן קומט פון אן אור־אינדא־אייראפעישען שורש מיט באטײטונג "לבנה".

מילכיגער וועג

דער מילכיעגער וועג איז די גאלאקסיע וואס אנטהאלט אונזער זון סיסטעם. זי איז איינע פון מיליארדן גאלאקסיעס אינעם אוניווערס. דער דיאמעטער פונעם מילכיגן וועג איז 100.000 ליכט יארן, זיין דיק איז בערך 1.000 ליכט יארן און ער אנטהאלט עטלעכע 200 מיליארד שטע ...

קאלענדאר

קאַלענדאַר איז א סיסטעם צו ארגינירן טעג געווענליך אין א פארם פון מאנאטן און יארן. דאס ווארט וועט אויך געניצט פאר א סיסטעם פון פלאנירטע צייטן ווי דער קאלענדאר פון א געריכט Court Calendar. א קאלענדאר איז געווענליך ארגאניזירט קעגן אן אסטראנאמישע סיס ...

קאמעט

א קאמעט איז א קליינער קערפער אין דער זון סיסטעם וואס איז צוזאמגעשטעלט פון אייז און שטיין, און ווען עס דערנענטערט זיך צו דער זון הייבט זיך עס אן צו צולאזען, און עס שלעפט זיך נאך א לאנגע וויידל אווען פון דער זון. אויספארשונגען פון קאסמאסשיפן האבן ג ...

קעפלערס געזעצן

קעפלערס געזעצן פון פלאנעטארישער באוועגונג זענען דריי געזעצן וואס באשרייבן די באוועגונג פון פלאנעטן ארום דער זון: א ליניע-אפשניט צווישן א פלאנעט און דער זון קערט אויס גלייכע שטחים אין גלייכע צייט אפרוקן. דער קוואדראט פון דער ארביט-פעריאד פון א פלא ...

ראש חודש

ראש חודש ווערט אנגערופן דער ערשטער טאג פון א חודש אין אידישן קאלענדער. עס קען זיין צוויי טעג ראש חודש, אויב דער חודש האט 30 טעג, איז דער דרייסיגסטער טאג דער ערשטער טאג ראש חודש אין די צייטן פון חז"ל פלעגט מען מקדש זיין דעם חודש ע"פ ראייה דורך עדו ...

DNA

DNA איז ראשי תיבות פון Deoxyribonucleic acid, "דעאקסיריבאנוקלעאישע זייערס", א מאלעקול וואס טראגט רוב פון די גענעטישע אנווייזונגען געניצט אין די אנטוויקלונג און פונקציאנירונג פון אלע באוואוסטע ארגאניזמען און אויך א סך ווירוסן. DNA איז א נוקלעאיש ז ...

איי

אייער איז טייטש די באשטאנדטייל פון אן ארגאניזם וואס געהערט צו די נקבה חלק און איז וואס זי גיבט פאר רעפראדוקציע. עס געפינט זיך אין די נקבה פון א יעדן ארגאניזם וואס קען רעפראדוצירן. אין באשעפענישן ווי מענטשן ווערן די אייער פראדוצירט דורך די אייערשט ...

אייקאריאט

אן אייקאַריאט איז אן ארגאניזם מיט קאמפלעקסע צעלן, אדער איין צעל מיט א קאמפלעקסער סטרוקטור. אין די דאזיקע צעלן ווערט דער גענעטישער מאטריאל איינגעארדנט אין כראמאזאמען אין דעם צעל יאדער. בעלי חיים, פלאנצן, אלגן און שוואמען זענען אלע אייקאריאטן. עס ז ...

אינסולין

אינסולין איז א מין הארמאן וואס רעגולירט און דערלויבט די בלוט איבערצוגעבן די צוקער וואס הייסט גלוקאז אריין גיין אין די צעלן פונעם קערפער איר צו געבן ענערגיע אויסצופירן זייערע צילן. אן אינסולין קען דער צעל נישט נעמען קיין ברענשאטאף צו זיך האלטן ביי ...

ארגאניזם

‏אַן אָרגאַניזם איז אַ לעבעדיקער קערפּער, וואָס האָט אַ ריי אייגנשאַפטן, וואָס טיילן אים אָפּ פון דער טויטער מאַטעריע. די הויפּט סימנים פון אָרגאַניזמען און לעבן בכלל זיינען: מעטאַבאָליזם, ירושהדיקייט, די פעאיקייט צו באַנעמען און באַאַרבעטן די אי ...

באטאניק

באטאניק איז א טייל פון די ביאלאגישע וויסנשאפט וואס פארנעמט זיך מיט פלאנצן און געוויקסן, בלומען און ביימער. איר אנטוויקלונג, איר וואקס, איר פרוכט א.א.וו. אַ װיכטיקער באַשטאַנדטײַל פֿון דער באָטאַניק איז די פֿלאַנצן-סיסטעמאַטיק, די װיסנשאַפֿט װאָס ...

ביאלאגישע קלאסיפיקאציע

ביאלאגישע קלאסיפיקאציע איז א סיסטעם וואס ביאלאגן ניצן כדי קלאסיפירן די פארשידענע ארגאניזמען. די סיסטעם איז א טייל פון טאקסאנאמיע. די נאטירלעכע וועלט איז רייך אין ארגאניזמען, דעריבער איז נייטיק צו קלאסיפירן זיי, אבער סאיז נישט אלעמאל קלאר וויאזוי ...

בעלי חיים

בעלי חיים זענען די גרופע פון לעבעדיגע ארגאניזמען וואס אנטהאלט מענטשן און חיות, ווי אויך בהמות אינסעקטן און כל מיני פייגל א.א.וו. אין אלגעמיין זענען זיי פון מולטיצעלולאר. זיי עסן דאס פלייש פון אנדערע באשעפענישן, פון א אנדער מין אדער פון זעלבן מין, ...

גענעטיק

גענעטיק איז די שטודיע פון גענעס, און פרובירט צו ערקלערן וואס זיי זענען און וויאזוי זיי ארבעטן. גענעס זענען די מיטל דורך וואס לעבעדיגע ארגאניזמען ירשענען אייגנקייטן פון זייערע עלטערן; למשל, קינדער זען אויס ווי זייערע עלטערן ווייל זיי האבן געירשנט ...

הייוון

הייוון איז אַ לעבעדיגע שוואם וואָס עסט, מערט זיך און שטאַרבט. כאָטש עס באַשטייט פון נישט מער ווי 1 צעל און סאיז אַזוי פּיצל אז מקען עס נישט אָנזען מיטן אויג. יוסט איז אזא סארט זגאל פון איינצעלע-צעלן שוועמלעך, עס איז די זויער - טייג וואס מאכט די ט ...

ווערטייברעיטס

ווערטעברעיטס זענען כולל אלע באשעפענישן וואס האבן א רוקן ביין מיט ווארבלען. די פאלגענדע מינים בעלי חיי זענען אין דער קאטעגאריע: בהמות פויגלען חיות פיש מענטשן

זגאל

אין ביאלאגיע, איז א זגאל די גרונטלעכע איינצלהייט פון ביאלאגישער קלאסיפיקאציע און טאקסאנאמיע. אפט טוט מען דעפינירן א זגאל אלס א גרופע פון ארגאניזמען וואס קענען פלאדיען זיך צוזאמען צו שאפן נייע דורות. למשל, א פערד מיט אן אייזל זענען צוויי באזונדערע ...

זויגער

די זויגערס זענען א גרופע פון די זעלבע "סארט" פון אלע בעלי חיים וואס איז כאראקטעריזירט מיט דעם וואס זיי האבן האר, דריי הערן-ביינער און זייערע נקבות געבן ארויס מילך פון זייער ברוסט-דריז. דער גרעסטער בעל חי אויף דער ערד, דער בלויער וואלפיש, איז א זו ...

זכר

זכר איז דאס מין אדער חלק פון אן ארגאניזם וואס פראדוצירט זרע. די זרע איז גיווענליך די קלענערע פון דער רעפראדוקציע סיסטעם פון אן ארגאניזם, און די חלק אין דער רעפראדוקציע פון דער נקבה וואס איז געווענליך אייער איז די גרעסערע. א זכר רעפראדאצירט דורך א ...

טאקסאנאמיע

טאַקסאָנאָמיִע איז די װיסנשאַפֿט װאָס טײַלט אײַן די אָרגאַניזמען אין די קלאַסן און געבט זײ װיסנשאַפֿטלעכע נעמען אין לאַטייניש, װאָס װערן באַניצט אין דער גאָרער װעלט. אין דער סיסטעם פון קארל פאן לינע, איז די אײַנטײַלונג אַזױ: מין Genus אָפּטײַל/שט ...

כראמאזאם

כראמאזאם אדער כראמאסאם איז דער מאלעקול פון די.ען.עי. וואס אנטהאלט די קריטישע גענעס פון די קערפער און אינפארמאציע וויאזוי צו צוטיילן די צעלן און מאכן וואקסן. עס קומט אין פארעם פון 2 לאנגע שטרענגלעך צוזאם געדרייט און געפלאכטן. ביי א מענטש איז דא אי ...

לימביק סיסטעם

די לימביק סיסטעם איז פאראנטווארטליך פאר די מערהייט קאמפליצירטע סיגנאלן פונעם מוח, אראפ צום חוט השדרה. דאס זענען אזעלכע פֿונקציעס, ווי דאס באוועגן די הענט, ווינקען מיט די אויגן, שמעקן עפעס, אדער רירן מיט די פֿיס.

לעבן

לעבן איז דאס המשך פון געשעענישן און צייט אפּשניט וואס לויפט אדורך אויפן ארגאניזם פון געבורט ביזן טויט. פארקערט ווי טויט, פילט מען זאכן. מען דארף ארבעטן שווער כדי צו האבן א גוט לעבן, און אפילו א שלעכט לעבן קומט אן זייער שווער. מען דארף האבן געלט צ ...

מין (ביאלאגיע)

אין ביאלאגישער טאקסאנאמיע איז מין די צווייטע נידעריגסטע קלאסיפיקאציע. עטלעכעט מינים געהערן צו איין פאמיליע, און יעדער מין ווערט צעטיילט אויף זגאלן. למשל, וואס מענטשן רופן א הערש אדער א דעמב איז טאקע א מין; די ביאלאגן אנערקענען אסאך זגאלן פון הערש ...

מעטאבאליזם

מעטאַבאליזם איז א סיסטעם פון כעמישע רעאקציעס דורך וואס א בעל חי באקומט ענערגיע פון עסן כדי ער זאל קענען לעבן. דאס פאסירט ביי אלע לעבעדיגע ארגאניזמען. רעאקציעס קאטאליזירט דורך ענזימען דערמעגלעכן ארגאניזמען צו וואקסן, רעפראדוצירן, האלטן זייערע סטרו ...

נקיבה

‏ נקבֿה איז דאָס מין אָדער אונטער־חלק פֿון אַן אָרגאַניזם װאָס פּראָדוצירט אײער. די אײ איז געװײנלעך די גרעסערע פֿון דער רעפּראָדוקציע סיסטעם פֿון אַן אָרגאַניזם, און די אונטער־חלק אין די רעפּראָדוקציע פֿון דעם זכר װאָס איז געװײנלעך זרע איז די קלע ...

סי-פי-אר

קארדיאפולמאנערי ארעסט מיינט אז דאס הארץ קארדיא און לונגען פולמאנערי ארבעטן נישט. דאס קען גרינג באמערקט ווערן ווען דער ברוסט קאסטן פון דעם מענטש גייט נישט ארויף און אראפ וואס מיינט אז זיינע לונגן ארבעטן נישט ה"י. עס זענען פאראן עטליכע זאכן וואס קע ...

פאטאסינטעז

פֿאטאסינטעז איז א פראצעס וואס פארוואנדלט קארבאן דיאקסייד אין ארגאנישע פארבינדונגען, ספעציעל צוקער, דורך ליכט פון דער זון. אסאך סארטן פון אלגעס, פלאנצן און באקטעריע ניצן דעם פראצעס צו שפייזן זיך. פאטאסינטעז איז גאר וויכטיק פאר לעבן אויף דער ערד. ע ...

פאמיליע

פאמיליע אדער משפחה איז א גרופע פון זאכן וואס זענען און די זעלבע גרופע צוליב וואס זיי האבן די זעלבע ביאלאגישע שטריכן, אדער זיי זענען ביאלאגיש גלייך. א פשוטע משפחה איז א פאטער און מוטער מיט זייערע קינדער. אין א ברייטערער משפחה ווערן אויך אריינגערעכ ...

פאמיליע (ביאלאגיע)

פֿאַמיליע איז איינע פון די גרונטלעכע גרופעס פון דער טאקסאנאמיע אין ביאלאגישער קלאסיפיקאציע. טיילמאל ניצט מען אויך די צווייטראנגיקע גרופעס: אייבער-פאמיליע און אונטער-פאמיליע. אין ביאלאגישער טאקסאנאמיע איז פאמיליע די דריטע נידעריגסטע קלאסיפיקאציע. ...

פראטיסטן

פראטיסטן זענען די גרופע פון אייקאריאטן וואס געהערן נישט צו די בעלי חיים, פלאנצן און שוואמען. טייל פראטיסטן דארפן איינזאפן ארגאנישן מאטריאל פון דער סביבה, אבער אנדערע פראטיסטן זענען מער ענלעך צו פלאנצן און ברויכן נישט איינזאפן ארגאניזמען פון דער ס ...

פראטעאין

פראטעין איז אן ארגאנישע פארבינדונג געמאכט פון הונדערטער ביז צענדליגער טויזנטער אמינאזייערסן אויסגעשטעלט אין א פארבינדענע לאנגע צאמגעדרייטע קייט פון שטריק. דאס דינט אלס די וויכטיגסטע סובסטאנץ פאר אלע לעבעדיגע ארגאניזמען; עס געפינט זיך אין יעדער צע ...

צווילינג

צווילינג אין ביאלאגיע איז ווען א מאמע גיט געבורט צו צוויי קינדער פון איין שוואנגונג. א צווילינג קען זיין אידענטיקל אדער פרעטערנאל. אין פאל עס איז פרעטערנאל קען די צווילינג זיין א זכר און א נקבה.

צעל יאדער

דער צעל יאָדער איז דער מיטלסטער טייל וואס געפונט זיך אין מייסטענס אלע איוקערעיוטישע צעלן. דאס אנטהאלט סרוב פונעם צעלס גענעטישן מאטריאל, ארגאניזירט אין מערערע לאנגע געשטרענגלטע די.ען.עי. מאלעקולן קאמפלעקסירט אין א גרויסע אויסוואל פון פראטעינען, וו ...

קאגניטיווער נעץ

די קאנגיניטיווער סיסטעם אינעם מח, איז פאראנטווארטליך פאר די אינטעלעקטועלע קעמערלעך אין מח, וועלכע באאויפטראגן דאס קלאפן די טריליאנען ניוראןס, איינס צום אנדערן. צו פארשטיין א פראגע און ענטפערן א תירוץ, פארלאנגט זיך עטליכע הונדערט טויזענט ניוראן סי ...

אטאם נומער

דער אטאם-נומער, איז א טערמין גענוצט אין כעמיע און פיזיק, צו באצייכענען די פארשידענע כעמישע עלעמענטן. יעדע פון די כעמישע עלעמענטן, ווי אקסיגען אדער קארבאן האט באקומען אן אטאם-נומער געוואנדן לויט וויפיל פראטאנען עס זענען פאראן אינעם קערן פונעם אטאם ...

געשמעלץ

א געשמעלץ אדער לעגירונג איז א געמישעכץ פון צוויי מעטאלן וואס זענען געמישט מיט פארשידענע מעטאל עלעמענטן. צו מאכן דעם געשמעלץ, שמעלצט מען די צוויי באשטאנדטיילן, און מען מישט זיי ווען זיי זענען פליסיג. ווען זיי קילן אפ, ווערט דער געשמעלץ הארט. די מע ...

טיטראציע

טיטראַציע אָדער טיטרירונג איז אַ שיטה אין אנאליטישער כעמיע מיט וואָס מען קען מעסטן דעם כמות פֿון אַ פּרעפּאַראַט אָדער אַן עלעמענט אין א כעמישער מישונג. מען איז מוסיף א מאסצעפירונג ענגליש: "titrant"/titrator", דייטש: "Masslösung"/"Maßlösung" פו ...

טינט

אמאליגע צייטן פלעגט מען מאכן טינט פון געוויסע זאלצן וועלכע האבן אנטהאלטן אייזן און זיך אדער בליי. מען האט אויסגעארבעט די עלעמענטן און דאס צוגעשטעלט צו וואסער אדער אויל און אזוי האט מען געהאט טינט. פארשטייט זיך אז עס איז נאר געווען שווארצע טינט או ...

טעארעטישע כעמיע

טעארעטישע כעמיע שליסט איין שאפן מאטעמאטישע און פיזישע מאדעלן צו פארשטיין פראצעסן אין כעמיע; צום ביישפּיל, רעאקציעס, נאַטור פון מאַטעריאַלס אין פֿאַזע איבערגאנגען, די כאראקטעריסטיק פון מאַטעריאַלס. טעארעטישע כעמיע איז פראקטיש פארבונדן מיט טעארעטיש ...

כעמישע רעאקציע

א כעמישע רעאַקציע פאסירט ווען איינער אָדער מער כעמישע סובסטאנצן ווערט פארוואנדלט אין איינער אָדער מער אנדערע סובסטאנצן. ביישפילן: פיל רעאַקציעס וואס פּאַסירן אינערהאלב לעבעדיגע באשעפענישן זאכן וואס ברענען אָדער עקספלאדירן אייַזן און זויערשטאָף קא ...

עלעקטראנען-קאנפיגוראציע

אין אטאם־פֿיזיק און קוואנטן־כעמיע איז עלעקטראנען־קאנפֿיגוראציע דער נאמען פון די דריי־דימענסיאנעלער פלאצירונג פון די עלעקטראנען וואס שטעלן צונויף א מאלעקול, אטאם אדער נארוועלכע כעמישע סטרוקטור. דער באגריף באציט זיך צום שטייגער אין וואס די עלעקטראנ ...

פארע

אין פיזיקאלישער כעמיע, און אינזשעניריע, פארע באדייט געוועפט וואסער. זי איז א לויטערער אומזעהבארער גאז. ביים סטאנדארטן אטמאספערישן דרוק, לויטערע פארע האט בערך 1.600 מאל דעם פארנעם פון פליסיגן וואסער. אין דער אטמאספערע, דער טיילווייזער דרוק פון ווא ...

פיזיקאלישע כעמיע

פֿיזיקאַלישע כעמיע איז די שטודיע פון די פיזיקאלישע פענאמענען פון כעמישע סיסטעמען. פיזיקאלישע כעמיע האט די פאלגנדע געביטן: טערמאדינאמיק כעמישע קינעטיק ספעקטראסקאפיע קוואנטן כעמיע עלעקטראכעמיע מאטעריע וויסנשאפט די הויפט באגריפן פון פיזיקאלישער כעמי ...

פליסיגע אויפרייס

פליסיגע אויפרייס זענען אויפרייס שטאף וועלכע איז גענצליך פליסיג בעפאר עס ווערט אקטיוויזירט. די הויפט פליסיגע אויפרייס כעמיקאל איז ניטראגליצערין וועלכע איז א געמיש פון עסיד און גליצערין, א כעמיקאל וואס איז צוקערדיג און ווערט גענוצט צו אויסדינען בלו ...

פעריאדישע טאבעלע

די פעריאדישע טאבעלע פון די כעמישע עלעמענטן איז א טאבעלירטע מעטאדע צו ווײַזן די כעמישע עלעמענטן. זי איז ערפֿינדן פונעם רוסישן כעמיקער דמיטרי מענדלעעוו אום 1869. מענדלעעוו האט געהאט אינזינען אז די טאבעלע וועט ווײַזן אז דער סדר פון די עלעמענטן האט א ...

קריסטאל

בעיקר באנוצט אין כעמיע און אין מיניראלאגיע, איז א קריסטאל א הארטע זאך וואס אירע אטאמען און מאלעקולן אדער אייאןס זענען געפאקט און וואקסן אויף א דריי דימענסיעלער ארגענעזירטער סדר איינס העכערן אנדערן. עס איז דורכזיכטיג דערפאר שטאמט דער ווארט פון א ג ...