★ Free online encyclopedia. Did you know? page 74

האנגאר

א האנגאר איז אן אפגעצאמטער סטרוקטור צו האלטן פליווארג אין געשיצטן לאגער. רוב מאדערנע האנגארן זענען געבויט פון מעטאל, אבער האלץ און בעטאן ווערן אויך געניצט. דאס ווארט האנגאר שטאמט פון א צפון-פראנצויזישן דיאלעקט, און באדייט א פי פען. א האנגאר באשיצ ...

לופטמאשין

א לופֿטמאַשין ‏ איז א פֿאָרמיטל וואס פֿליט. עס זענען פאראן צוויי סארטן לופֿטמאשינען. טייל זענען שווערער פון דער לופֿט, און האלטן זיך ארויף דורך באוועגן לופֿט איבער זייערע פליגלעך, ווי למשל עראָפלאַנען, העליקאָפּטערס און אַוויאָנעטקעס. אנדערע זענע ...

ערבוס

ארגינעל איז ערבוס געווען א קליינע פליווארג פראדוצירער צווישן א רייע אייראפעישע פליווארג פירמעס אין די 60ער יארן אונטער אן אנדערע נאמען. ערבוס איז געבוירן אין די ענדע 60ער יארן אלס א קאלאבאראציע צווישן בריטן, דייטשלאנד, און פראנקרייך וועלכע האבן ג ...

אויטאמאביל

אן אױטאָמאָביל, אויטא אדער קאַר איז א מאטאר פֿאָרמיטל צו טראנספארטירן א קליינע צאל פאסאזשירן פון איין ארט צו דעם אנדערן אויף טראקטן. עס פארמאגט דריי אדער פיר רייפן. אויטאס האבן איבערגענומען דער אלטער טראנספארט מיטל פון א דראשקע. רובֿ קאַרס באנוצט ...

אן-סטאר

דזשי-עם האט אנגעהויבן אריינשטעלן די אן-סטאר סערוויס אין 1996 אלס א זיכערהייט געצייג מיט וועלכע מען האט געקענט רופן פאר עמוירדזשענסי מיט א דרוק אויף א קנעפל אין א צייט ווען סעליולער זענען נאך נישט געווען אזוי אויפגעכאפט. ווען מען האט געדרוקט אויף ...

יוסף גאנז

אינזשעניר יוסף גאנז איז געווען א יידיש־אונגארישער אויטאמאביל אויספלאנעווער. אין יאר 1928 אין בלויזן עלטער פון דרייסיג יאר איז ער געווארן רעדאקטאר פון א קליינע אויטא־האנדל צייטשריפט, און ער האט איר פארוואנדלט אין א מעכטיגע פלאטפארמע פאר אינציאטיוו ...

הייבריד אויטא

הייבריד אויטא איז אן אויטא וועלכע ווערט געטריבן דורך צוויי מאטארן, א בענזין ענדזשין און א באטערי מאטאר. די סארט אויטאס קומען היינט אריין אין די מארקעט אלס מער ענווייראמענט פריינטליך און אלס אן אויטא וועלכע נוצט פיל ווייניגער גאזאלין וועלכע איז גע ...

ווען (פארמיטל)

א ווען אדער פֿורגאָן איז א גרעסער סארט אויטאמאביל פון א געווענליכן קאר. עס איז פאראן צוויי הויפט סארטן: א מיני ווען וואס באשטייט געווענליך פון 7-8 פאסאזשירן. א 12-15 פאסאזשיר ווען וואס באשטייט געווענליך פון 12 ביז 15 פאסאזשירן, וואס אויב זוכט מען ...

מייבאק

מייבאק איז א אולטרא לוקסוס אויטא וועלכע ווערט געמאכט דורך דיימלער-קרייסלער. דער אויטא קאסט נאנט צו א האלב מיליאן דאלאר און ווערט ספעצעיעל דעזיינט פאר גאר רייכע קונדן וועלכע ווילן האבן דאס בעסטע באקוועמליכקייטן מעגליך אין אן אויטא.

סמארט קאר

סמארט קאר איז א קליינער אויטא וועלכע רופט זיך סמארט און איז פראדוצירט דורך מערצעדעס. דער אויטא איז אן אלטערנאטיוו צו פול סייז אויטאס פאר מענטשן וועלכע ברויכן נישט מער ווי א קליינע אויטא און ווילן שפארן גאזאלין.

וויענער אונטערגרונט

דער וויענער אונטערגרונט איז א באן סיסטעם וואס באדינט די הויפטשטאט פון עסטרייך וויען, און די ארומיגע הינטערשטעט. ביז אקטאבער 2013, די U-Bahn נעץ וועלכע פארמאגט פינף ליניען, פלעגט באשטיין פון 74.6 קילאמעטער פון ליניעס, און האט באדינט 101 סטאנציעס. ...

טראמוויי

אַ טראַמװײ איז אַ סארט פארמיטל װאָס פאָרט אויף שינעס אין די גאַסן. די ערשטע טראמווייען זענען געווען געפירט מיט פערד. שפעטער האט מען געניצט אנדערע ערליי קראפט. פון מיטן 19טן יארהונדערט ביז מיטן 20סטן יארהונדערט זענען טראמווייען געווארן פארשפרייט א ...

לאקאמאטיוו

א לאקאמאטיוו איז אן אייזנבאן פארמיטל וואס פארזארגט די באוועגונגס-קראפט צו א באן. דער איינציקער צוועק פונעם לאקאמאטיוו איז צו פירן די וואגאנען פון דער באן אויף די שינעס. פון דער אנדערער זייט, פילע באנען שליסן איין פארמיטלען מיטן אייגענעם באוועגונג ...

מאגלעוו באן

מאגלעוו באן איז א באן וועלכע פארט אויף עלעקטרא-מאגנאטישער ענערגיע און הייבט זיך פון די רעלסן מיט עטליכע אינטשעס מאכנדיג די רייזע א שטילע און רואיגע טראץ איר שנעלקייט. די מאגלעוו באנען קענען שוין היינט גיין ביז 500 קילאמעטער פער שטונדע און איר טעכ ...

ברוקלין בריק

די ברוקלין בריק איז איינע פון די עלטסטע הענג-בריקן אין אמעריקע. זי ציט זיך 1.595 פיס העכערן איסט ריווער באהעפנדיג די צוויי ניו יארק סיטי באראס ברוקלין און מאנהעטן. ווען מען האט עס געענדיגט אויפצובויען איז עס געווען די גרעסטע הענג-בריק אין די וועל ...

גאלדן געיט בריק

די גילדערנער טויער בריק איז א בריק אין קאליפארניע, און איז גלייכצייטיג די מערסט-באקאנטסטע לאנדמארק פון קאליפארניע, און פון די בארימטסטע אין אמעריקע. די בריק איז אויך די מערסט-פאטאגראפירסטע בריק, א דאנק איר שיינקייט און ארומיגע פאנאראמע. גאלדען גע ...

וועראזאנא נערויס בריק

די וועראַזאַנא נערויס בריק איז א טאפעלטע שטאק אויסגעצויגענע בריק וואס פירט פון ברוקלין קיין סטעטן איילענד אין ניו יארק איבער די טייל וואסער וואס הייסט נערויס. די נאמען איז נאך די איטאליענישע זוכער זשיאוואני די וואראזאנא די ערשטע באוואוסטע אייראפע ...

מילא וויאדוקט

דער מילא וויאַדוקט איז דער וועלטס העכסטע הענגנדיגע בריק וועלכע געפינט זיך נעבן מילא, דרום פראנקרייך. די בריק איז א קעיבל סטעיד דעזיין און איז געבויט געווארן דורך אן ענגלישן ארכיטעקט און א פראנצויזישער בריק אינזשעניר. די בריק לויפט העכער א גרויסן ...

גאס

גאס אדער שטראסע איז א דורכגאנג פארן מענטשהייט דעם רבים דארטן דורכצוגיין. סאיז א ציבורדיגער שטיק באדן לעבן געביידעס וואו מענטשן קענען קומען צוזאמען אדער אדורכגיין. רוב מאל איז די גאס ברוקירט מיט בעטאן, ברוקשטיינער אדער ציגלען.

פאנאמא קאנאל

דער פאנאמא קאנאל איז א חשובער נאוויגאציע קאנאל וואס גייט אריבער דעם איסטאמס אין פאנאמא, צענטראלע אמעריקע, און פארבינדט דעם אטלאנטישן אקעאן מיטן פאציפישן אקעאן. דער קאנאל איז לאנג 77 ק"מ. בויען דעם קאנאל איז געווען איינע פון די גרעסטע און שווערסטע ...

מאטאר

א מאטאר איז א מאשין וואס פראדוצירט א באוועגונג דורך ענערגיע פון א געוויסער אריינגעבונג דערין. די ענערגיע קען קומען פון פארשידענע מקורות, ווי היץ, עלעקטריע, קאמפרימירטע לופט און עלאסטישע ענערגיע. א היץ מאטאר, ווי למשל דער אינעווייניק-פארברענונג מא ...

אינערלעך-פארברענונג מאטאר

אן אינערלעך-פארברענונג מאטאר איז דער היינטיגע היץ מאטאר פאר די אלגעמיינע אויטאמאבילן, אז עס פארברענט די גאזאלין פון אינעווייניג הערמעטיש פארמאכט אין א צילינדער און נישט ווי אמאל אין די באןען וואס מהאט פארברענט קוילן אינדערויסן צו שאפן ענערגיע. די ...

שניי-מאביל

א שניי מאביל איז א מאטאר פארמיטל וואס ווערט געבויט צו פארן אין שניי. אין פארווייטערטע געגענטער וואו עס פאלט גאר אסאך שניי, איז א שניי-מאביל די איינציגסטע וועג פון לאקאלע טראנספארטאציע און איז טאקע אויסגעטראפן געווארן דורך אן אינווענטאר וואס האט ג ...

אויטאסטראד

אן אויטאסטראַד איז אַ שאָסיי וואס איז געמאכט כדי צו לאָזן די פאַרקער אַרומפאָרן זיכער ביי הויכע גיכן. זיי זענען באַוווסט מיט פאַרשידענע טערמינען אַרום דער וועלט. דער נאָמען motorway מאָטאָרוויי ווערט געניצט אין דעם פֿאַראייניקטן קעניגרייך, אירלאַ ...

אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

די אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם איז אמעריקעס גרעסטע שטראז סיסטעם וועלכע דעגרייכט אין אלע ווינקלען פון לאנד און צייכנט זיך אויס מיט גוטע קוואליטעט אינזשעניריע און דעם לאנדס בעסטע מענטענענטס פאר א ראוד סיסטעם.

גארדען סטעיט פארקוועי

די גארדען סטעיט פארקוועי איז א 172.4 מייל לאנג שנעל שטראז וואס גייט אדורך די גאנצע לענג פון ניו זשערסי, אנגעהויבן פון די ניו יארק טרואוועי אין מאנטוויל ניו זשערסי אין צפון, און קעיףּ מעי אין דרום ניו זשערסי. מען דארף באצאלן שטייער פאר נוצען די שט ...

שטראז

א שטראָז איז גרויסע שטראסע וועלכע איז ספעציעל געבויט צו פירן אויטאס פון איין פלאץ צום צווייטן. א שטראָז איז געבויט ברייטער און בעסער ווי געווענליכע גאסן און קען נעמען צענדליגע טויזנטער אויטאס אן מאכן פארקער פראבלעמען. דאס ווארט שטראָז איז א שם הכ ...

ווידעא שפיל קאנסאל

א ווידעא שפיל קאנסאל איז א מאשין מיט וועלכע מען שפילט ווידעא שפילן. ווידעא שפיל קאנסאלן זענען געוויינטלעך פארבונדן מיט א טעלעוויזיע געצייג. ספעציעלע קאנטראלערס זענען פארבונדן צום קאנסאל צו קאנטראלירן דעם שפיל. טייל ווידעא שפיל קאנסאלן זענען מאביל ...

ברענשטאף

א ברענשטאָף איז יעדע כעמישע סובסטאנץ וואס קען רעאגירן מיט אנדערע סובסטאנצן צו פראדוצירן היץ, עלעקטריע אדער אנדערע סארטן ענערגיע. געוויינטלעך ארבעט דאס דורך פארברענען דעם ברענשטאף, אבער עס זענען דא אויסנאַמען ווי קערן ברענשטאפֿן. מען קען אָפּטיילן ...

אויל אויסגיסונג

אן אויל אויסגיסונג פאסירט געווענליך אויפן וואסער ווען א טאנקיר שיף ווערט געשעדיגט און דאס אויל רינט ארויס. דאס איז א זאך וואס פאסירט אפט צוליב די טויזנטער שיפן וואס קומען און גייען אויפן אטלאנטיק.

הייסע וואסער סיסטעם

דער קאנצעפט פון הייס וואסער סיסטעמען גייט צוריק זייער לאנג ווען מען האט אין געוויסע פלעצער וואו עס איז פאראן נאטורליכע ווארימע ספרינג וואסער גענוצט די וואסער פאר הייצונג. דאס וואסער איז נאר איינמאל גענוצט געווארן ווייל נאכן צירקולירן די גאנצע הוי ...

הייסע לופט סיסטעם

דער ערשטער פראבלעם מיט אזא סיסטעם איז די לופט זעלבסט וועלכע איז זייער טרוקן און מאכט סטאטיק די גאנצע הויז. אבער געוויסע סיסטעמען האבן א לעזונג דערפאר און נוצן וואסער אינעם סיסטעם און יעדעס ביסל לופט גייט דורך די וואסער נאכן אנגעהייצט ווערן וואו ע ...

היץ פאמפע

א היץ פאָמפע איז א פארגעשריטענער הייצונג און קילונג סיסטעם וועלכע איז נאר געאייגענט פאר הייזער וועלכע געפינען זיך אין שטעט וואו עס ווערט נישט צו קאלט אין די ווינטער. די היץ פאמפע הנוצט א פאמפע מיט צענדליגער ווענטילאציעס וועלכע פארמאגן יעדע איינע ...

סטים סיסטעם

א פארע סיסטעם איז א וועג פון הייצן א הויז דורך צירקולירן הייסע וואסער פארע אנשטאט דאס וואסער זעלבסט. פארע סיסטעמען ארבעטן אויפן זעלבן פרינציפ ווי הייס וואסער סיסטעמען נאר אנשטאט הייסע וואסער צירקולירט פארע די רויך וועלכע וועפט אויס פון אויפגעקאכט ...

עלעקטרישע הייצונג סיסטעם

אן עלעקטרישע הייצונג סיסטעם איז א וועג פון הייצן א הויז דורך נוצן עלעקטראנישע בעיסבאורדס וועלכע גיבן ארויס היץ וואס ווערט פראדוצירט דורך עלעקטרישער ענערגיע. עלעקטרישע הייצונג איז היינט זייער אויפגעכאפט ספעציעל אין פלעצער וואו יעדעס ביסל ארט איז פ ...

צענטראל-הייצונג

א צענטראל־הייצונג סיסטעם איז טייטש אז א גאנצע הויז ווערט געהייצט דורך איין צענטראלע הייצונג אפאראט וועלכע צעשפרייט די היץ דורך דאקטס וועלכע גייען ארום די הויז. די סארט הייצונג איז אויסגעטראפן געווארן בערך 200 יאר צוריק און איז געקומען אין פארשידע ...

קאמין

א קאמין איז אן ארט ווו מען מאכט א פייער צו הייצן א הויז אין דעם ווינטער. דער אלטמאדישער קאמין איז נאך היינט די אפיציעלע הייצונג אין אסאך הייזער אין די ארימע וועלט אבער אויך דאס איז שוין געווען אן אויסטרעף און בעפאר דעם קאמין האט יעדער געטאן וויאז ...

וואלטאזש

וואלטאַזש אדער עלעקטרישע שפאַנונג איז די ענדערונג אין עלעקטרישן פאטענציאל צווישן צוויי פלעצער. וואלטאזש ווערט געמאסטן נאר צווישן צוויי פלעצער, למשל די פאזיטיוון און נעגאטיוון טערמינאלן פון א באטעריע, אדער צווישן א דראַט און גרונד. אין דער אינטערנ ...

וועקסלשטראם

אַ וועקסלשטראָם איז אַן עלעקטרישער שטראם וואָס זיין גרייס און ריכטונג בייַטן זיך שטענדיג, אנדערש פון גלייכשטראם, וואו די עלעקטראנען גייען כסדר נאר אין איין ריכטונג. דאס הייסט אַז ביי וועקסלשטראם טוט די ריכטונג פון דעם שטראם אין אַ קרייַז זיך דריי ...

ליכט-ארויסגעבנדיקער דיאד

א ליכט־ארויסגעבנדיקער דיאד איז אַ האלב-דורכפירער מיטל וואס גיט ארויס ליכט. ליכט ספּעקטרום איז באשלאסן אויף אַ קאַמפּאַונד סעמיקאַנדאַקטער.

אויטאמאביל באלייכטונג

די באלייכטונג סיסטעם פון א מאטאר פארמיטל שליסט איין ליכט און סיגנאַלירן געצייג מאָנטירט אין דער פֿראָנט, הינטער, זייטן און א מאל אויפן דאַך פון א מאטאר פארמיטל. זיי באלייכטן דער טראַקט פאר דעם שאָפֿער און מאכן דעם פארמיטל מער קענטיק, בפרט אין טונ ...

רייף

א רייף איז א רינג פון אן עלאסטישער מאטעריאל וואס באַדעקט א ראד. מערסט טראקט פארמיטלען און א סך אנדערע ניצן גומענע רייפן. די רייפן מאכן עס גרינגער פאר פארמיטלען צו פארן גלאַט. א טייל מעטרא באנען און טראַמען אויך ניצן גומענע רייפן ארום זייערע שטאָל ...

3 חזנים בשירי אידיש

3 חזנים בשירי אידיש איז א דאפלטע מוזיק אלבאם וואו דריי היינטיגע חזנים זינגען פערצן יודישע ליעדער. עס איז אפגעכאפט געווארן ביי א לייוו קאנצערט אין ירושלימער טעאטער אום ז ניסן התשנ"ז פראדוציהרט דורך ד"ר מאטי פריעדמאן. די קאסעטע איז אפגעכאפט דורך אי ...

א אידישע מאמע

א אידישע מאמע איז א קאסעטע וואו מעני גורמאן שפיהלט די מוזיק פון פערצן ליעדער, כמעט אלע זענען באקאנטע יודישע פאלקס-ליעדער. דער אלבאם איז ארויסגעגעהבן דורך גל סטאר הפקות.

אין חדר אריין

אין חדר אריין איז א פריערדיגע קאסעטע פון די ווערדיגער קינדער כאר, ארויסגעגעבן דורך אדרת רעקארד קא וואו זיי זינגען פארשידענע ניגונים, בעיקר יודישע, פון ארום דעם יאר פאר קינדער. עס איז ערשיינען אויף סי די אין 2000.

געטא לידער

געטא לידער ערשטער טייל איז א מוזיק אלבאם פון יודישע לידער געזינגען דורך אנא ווינאקור א קריעג איבערלעבער, מיטן גאסט זינגער חזן פנחס בארנשטיין פון ווארשע. ער איז ערשינען אום 1973 דורך גרעטער רעקארדינג אונטערן קאד נומער GRC 300.

דאס געזאנג פון מיין הארץ

דאס געזאנג פון מיין הארץ איז א יודישע ליעדער אלבאם געזינגען דורך דודו פישער, ארויסגעגעהבן דורך בידור לעם און פארשפרייט דורך גל סטאר. דאס איז אויף דער נאמען פון א שפיהל אין יידישפיל טעאטער וואו ער איז געוועהן פון די הויפט שפיהלער.

דער מייסטער העלד

דער מייסטער העלד איז א יודישער דאבל-סידי אלבאם פאר קינדער אהערגעשטעהלט דורכן מלמד רבי בערל סופר פון שיכון סקווירא ארויסגעקומען אום כסליו התשע"ד. עס וועהרט דיסטריבוט דורך לחיים.

המיטב של יאן פירס

המיטב של יאן פירס איז א מוזיק אלבאם מיט עלף יודישע און חזנישע געזאנגען, געזונגען דורכן באריהמטן חזן און אפערע זינגער יאן פירס. עס איז ארגינעל ערשינען אום 1989 דורך ישראל מוזיק און שפעהטער ארויפגעלייגט דורך זיי אויף א סי די. דער קאד נומער איז IMC ...

חזנים בשירי יידיש - חלק ב

חזנים בשירי אידיש - חלק ב איז אלבאם פון יודישע לידער ארויסגעגעבן דורך ישראל מיוזיק אין יאהר 2005. עס איז איינע פון זייערע לעצטע אלבאמען. קאוד נומער ICD: 5133.

Encyclopedic dictionary

Translation
Free and no ads
no need to download or install

Pino - logical board game which is based on tactics and strategy. In general this is a remix of chess, checkers and corners. The game develops imagination, concentration, teaches how to solve tasks, plan their own actions and of course to think logically. It does not matter how much pieces you have, the main thing is how they are placement!

online intellectual game →