ⓘ Free online encyclopedia. Did you know? page 76

נפתלי חיים הורוויץ

רבי נפתלי חיים איז געבוירן אין יאר הת"ר אומגעפער, צו זיין פאטער הרב מאיר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, דער אמרי נועם, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזרל דזשיקאווער, א זון הרב נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב. און צו ...

יעקב דוד ווילאווסקי

הרב יעקב דוד ווילאווסקי איז געווען דער סלוצקער רב. ער איז געווען דער מחבר פון צוויי פירושים אויף תלמוד ירושלמי, רידב"ז און תוספות הרי"ד.

בנימין יהושע זילבער

הרב בנימין יהושע זילבער איז געווען א חרדישער פוסק הלכה און מיטגליד אין דעם מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל.

מרדכי טווערסקי (רחמיסטריווקא)

רבי מרדכי טווערסקי פון רחמיסטריווקא, באקאנט אלס ר מאטעלע רחמיסטריווקער איז געווען דער צווייטער רחמיסטריווקער רבי. פון יאר תרס"ה האט ער געוואוינט אין ירושלים. רבי מאטעלע איז געבוירן אין תקצ"ט צו זיין פאטער רבי יוחנן טווערסקי, ערשטער רחמיסטריווקער ...

מרדכי דוד טייטלבוים

רבי מרדכי דוד איז געבוירן צו זיין פאטער הרב נחום צבי טייטלבוים פון דראהאביטש, א זון פון הרב אלעזר ניסן טייטלבוים, רב אין דראהאביטש, א זון פון הרב משה טייטלבוים דער ישמח משה. און צו זיין מוטער מרת מלכה א טאכטער פון הרב מרדכי דוד אונגאר רב אין דאמב ...

יהודה אריה טרעגער

הרב יהודה אריה טרעגער איז געווען א רב און ראש ישיבה אין ישראל און בעלגיע, און דער ראש ישיבה פון דער ישיבת עץ חיים אין ווילרייק, לעבן אנטווערפן, בעלגיע. ער איז געווען אן איידעם פון הרב שלמה זלמן אויערבאך.

יוסף שלמה כהנעמאן

הרב יוסף שלמה כַהַנעמאן איז געווען רב אין פאנעוועזש, ליטע, וואו ער האט אויפגעשטעלט די פאנאוועזשער ישיבה. ביים חורבן אייראפע האט ער געגרינדעט די ישיבה נאכאמאל אין בני ברק אין ארץ ישראל. ער איז געווען א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה פון אגודת י ...

נחום לעווי

הרב נחום לעווי, איז געווען רב און אב"ד אין שטעטל שאדיק, פוילן. ער איז ארויף אין ארץ ישראל וואו ער איז באשטימט געווארן פירער פונעם פוילישן כולל.

מנחם מענדל פון וויטעבסק

רבי מענדעלע איז געבוירן געװאָרן אין יאָר הת"ץ אין וויטעבסק, רײַסן דעמאָלסט אין פּוילן, הײַנט אין בעלארוס, צו זײַן פֿאָטער הרב משה, אין צו זײַן מוטער מרת ליבא.

נחמן האראדענקער

רבי נחמן איז געווען פון די חבריא קדישא פון בעל שם טוב, און פון זיינע ערשטע שטיצערס. פון ווען רבי נחמן איז צוגעצויגן געווארן צום בעל שם טוב איז ער געווען זיין פארטרויאונגס מענטש. אין יאר התקכ"ד איז רבי נחמן ארויף געפארן קיין ארץ ישראל און זיך באזע ...

עקיבא סופר

עקיבא סופר איז געבוירן אין תרל"ח אין פרעשבורג, עסטרייך אונגארישע אימפעריע היינט בראטיסלאווא, סלאוואקיי צו זיין פאטער, רבי שמחה בונם סופר, דער "שבט סופר", אב"ד פרעשבורג, א זון פונעם כתב סופר, א זון פונעם חתם סופר. ער האט חתונה געהאט מיט מרת הינדא ...

דוד פאווארסקי

הרב דוד איז געבוירן געווארן אין דעם שטעטל ליובאן אין ווייסרוסלאנד צו שלום קוסטענאוויץ. ער האט געלערנט אין דער סלוצקער ישיבה ביי הרב איסר זלמן מעלצער. ווען די ערשטע וועלט-מלחמה האט אויסגעבראכן האט ער זיך געשמוגלט אדורכן גרענען כדי אנצוקומען אין פא ...

שמשון אהרן פאלאנסקי

הרב שמשון אהרן פאלאנסקי איז געווען אן אנזיכטיגער פוסק אין ירושלים און דער רב פונעם בית ישראל פערטל.‏

אברהם יעקב פרידמאן (אביר יעקב)

רבי אברהם יעקב איז געבוירן אין סאדיגורא ח מנחם אב התרמ"ד, צו זיין פאטער הרב ישראל פרידמאן, פון סאדיגורא, א זון פון הרב אברהם יעקב פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב ...

ישראל פרידמאן (הוסיאטין)

רבי ישראל איז געבוירן אין סטריסאוו ט"ז כסלו התרי"ח, צו זיין פאטער הרב מרדכי פייביש פרידמאן, פון הוסיאטין, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב ...

ישראל פרידמאן (לייפציג)

רבי ישראל איז געבוירן דעם ערשטען טאג סליחות כ"ד אלול התרל"ח, צו זיין פאטער הרב יצחק פרידמאן, פון באיאן, א זון פון הרב אברהם יעקב פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב א ...

מרדכי שלום יוסף פרידמאן

רבי מרדכי שלום יוסף איז געבוירן י"ז כסלו התרנ"ז, צו זיין פאטער הרב אהרן פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן, פון סאדיגורא, א זון פון הרב אברהם יעקב פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין. און צו זיין מוטער מרת ...

נחום מרדכי פרידמאן

רבי נחום מאטניו איז געבוירן אין טשארטקאוו, י"ז שבט התרל"ד, צו זיין פאטער הרב ישראל פרידמאן, פון טשארטקאוו, א זון פון הרב דוד משה פרידמאן פון טשארטקאוו א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב א ...

יעקב פרידמאן

רבי יעקב איז געבוירן אין באהוש כ"ה חשוון התרל"ח, צו זיין פאטער הרב יצחק פרידמאן פון באהוש, א זון פון הרב שלום יוסף פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דע ...

יעקב דוד פרידמאן

רבי יעקב דוד איז געבוירן אין באהוש אין יאר התרנ"ד, צו זיין פאטער הרב משה יהודה לייב פרידמאן פון פאשקאן, א זון פון הרב יצחק פרידמאן פון באהוש, א זון פון הרב שלום יוסף פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום ...

יצחק פרידמאן (באהוש) (ב)

רבי יצחק איז געבוירן אין שפיקאוו, כ"ו אייר התרס"ג, צו זיין פאטער הרב שלום יוסף פרידמאן פון שפיקאוו, א זון פון הרב דוד פרידמאן, פון באהוש, א זון פון הרב יצחק פרידמאן פון באהוש, א זון פון הרב שלום יוסף פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פריד ...

שמחה בונם קאליש

הרב שמחה בונים קאליש איז געווען איינער פון די ווארקער רביס, באקאנט ווי "דער רבי פון אטוואצק", אויפן נאמען פון אטוואצק, דאס פוילישע שטעטל וואו ער האט געוואוינט פאר א לענגערער תקופה. אין זיינע לעצטע יארן איז ער ארויפגעגאנגען אין ארץ ישראל.

חיים קאמיל

הרב חיים הכהן קאַמיל האט געדינט פינף און צוואנציק יאר ווי ראש ישיבה אין אופקים מיט הרב יעקב הורוויץ.

שמואל ראזאווסקי

הרב שמואל ראָזאָווסקי איז געווען דער ראש ישיבה פון דער פּאָניוועזשער ישיבה אין בני ברק. זיינע שיעורים האָבן געצויגן אסאך תלמידים, און זיין לומדות האט געהאט א גרויסן איינפלוס איבער דער ישיבֿישער וועלט.

אלעזר ראזענפעלד

רבי אלעזרל איז געבוירן געווארן י ניסן התרכ"ב אין קאמינקא, צו זיין פאטער הרב יהושע ראזענפעלד, רב אין קאמינקא, א זון פון הרב שלום ראזענפעלד, רב אין קאמינקא. און צו זיין מוטער מרת שיינדל א טאכטער פון הרב שמואל צבי הירש, פון דרישקאפאלי, א זון פון הרב ...

יחזקאל ראטה

הרב יחזקאל ראטה איז געווען דער קארלסבורגער רב אין ניו יארק. אין זיין יוגנט איז ער געווען מו"ץ אין ירושלים, פון דארט האט מען אים אויף גענומען אלס דומ"ץ פון קהל יטב לב דסאטמאר אין בארא פארק, היינט פירט ער אן מיט זיין קהילה קהל יראי השם און מיט זיין ...

משולם ראטה

הרב משולם ראַטה איז געווען דער טשערנאוויצער רב, א מיטגליד אין דעם הויפטראבינאט פון ישראל און דער מחבר פונעם ספר "קול מבשר". ביי א גרויסן טייל פון ציבור איז ער גערעכט פון די גדולים אין זיין צייט.

חיים מאיר יחיאל שפירא (דראהביטש)

רבי חיים מוניא איז געבוירן אין סאדיגורא, צו זיין פאטער הרב אבי עזרא זעליג שפירא פון סטרי, א זון פון הרב חיים מאיר יחיאל שפירא, פון מאגלניצא, באקאנט אלס "דער שרף", א זון פון הרב אבי עזרא זעליג שפירא, פון גרעניץ, אן איידעם פון קאזשניצער מגיד. און צ ...

תלמוד ירושלמי

תלמוד ירושלמי איז א זאמלונג פון מאמרים פון אמוראים אין ארץ ישראל אויף דער משנה. סאיז דא א ירושלמי אויף כמעט אלע מסכתות אין זרעים, מועד, נשים און נזיקין. אויף קדשים איז איבערהויפט נישט קיין ירושלמי, און אין טהרות נאר אויף מסכת נדה. די ירושלמי איז ...

מסכת ביכורים

מסכת ביכורים איז די עלפטע און לעצטע מסכתא פון סדר זרעים אין משניות. די מסכתא באהאנדלט די הלכות פֿון ברענגען ביכורים פֿון די שבעת המינים. זי האט א גמרא אין ירושלמי.

מסכת ביצה

מסכת ביצה איז די זיבעטע מסכתא פון סדר מועד אין משניות. די מסכתא האנדלט ארום הלכות יום טוב, וואס פארא ארבעט מען מעג יא טאן, און וואס פארא ארבעט מען מעג נישט טאן אין יום טוב. די מסכתא האט גמרא אין סיי ירושלמי און סיי בבלי.

מסכת הוריות

מסכת הוריות איז די צענטע און די לעצטע מסכתא אין סדר נזיקין אין משניות. די מסכתא האנדלט ארום ווען בית דין פסקנט אפ אז מעג טון א זאך וואס מען דארף אויף דעם ברענגען א קרבן חטאת. זי האט דריי פרקים. הוריות האט א תוספתא, ווי אויך א גמרא אין בבלי פון 14 ...

מסכת מגילה

הקורא למפרע - דער פרק רעדט אויס הלכות אין דעם עניין פון ליינען די מגילה. הקורא עומד - דער פרק רעדט וועגן די הלכות פון א שול און קריאת התורה. בני העיר - דער פרק רעדט וועגן די הלכות פון א שליח ציבור. מגילה נקראת - דער פרק רעדט בעיקר וועגן די זמנים ...

מסכת סנהדרין

מסכת סנהדרין איז די פערטע מסכתא אין סדר נזיקין אין משניות, די מסכתא רעדט בעיקר ארום פון די אידישע משפטים. זי האט 11 פרקים. די מסכתא האט גמרא אין סיי תלמוד בבלי סיי תלמוד ירושלמי.

מסכת שבת

מסכת שבת איז די ערשטע מסכתא אין סדר מועד. די מסכתא האט 24 פרקים און באהאנדלט די מלאכות וואס מען טאר נישט טון שבת, ווי אויך פארשידענע דרבננדיגע מצוות וואס מען דארף היטן שבת. סאיז דא אויף דער מסכתא א גמרא אין בבלי 157 בלאט און אין ירושלמי.

מסכת שקלים

מסכת שקלים איז די פערטע מסכתא אין סדר מועד. די מסכתא איז די איינציגסטע אין סדר מועד וואס האט נישט קיין גמרא אין בבלי, אבער סאיז יא דא ירושלמי.

שכחה

שכחה איז א באגריף אין די תורה, ווען איינער זאמלטאיין בינטלעך אין זיין פעלד, און ער פארגעסט בינטלעך אין פעלד, טאר ער נישט צוריק קומען נעמען די בינטלעך וואס ער האט פארגעסן, נאר ער דארף זיי לאזן פאר די ארימעלייט. כִּי תִקְצֹר קְצִירְךָ בְשָׂדֶךָ וְש ...

תרומה גדולה

תרומה גדולה איז א מצווה אין דער תורה צו געבן א כהן א טייל פון דעם שניט. ביז מען שיידט תרומה פון דעם שניט הייסט ער טבל. אפטמאל ווען מען זאגט "תרומה" מיינט מען "תרומה גדולה".

אוגערקע

די אוגערקע איז אן איין-יעריגער זומער געוויקס פון דער פאמיליע קוקורביטאצעאיי, די זעלבע פאמיליע ווי דער קירבעס און וואסערמעלאן. זיין גרינער, לענגלעכער גרינס, ווערט געגעסן רוי, מארינירט אין זאלץ אדער עסיג.

אוואקאדא

אַוואָקאַדאָ איז דער נאָמען פון א טראָפּישע פרוכט, דער פרוכט-בוים זעלבסט ווערט אויך אנגערופן מיטן זעלבן נאמען. דער אפשטאם פון דעם אוואקאדא איז פון מעקסיקא און פון צענטראל אמעריקע, פון דארט איז דער אוואקאדא פארשפרייט געווארן קיין צפון אמעריקע, אפר ...

איילבירט

איילבירט אדער מאַסלינע איז א פרי וואס שטאמט פון די לענדער ארום דעם מיטלענדישן ים. מען עסט אים נאך וואס מען זויערט אים. פון איילבירטן מאכט מען בוימל. אן איילבירט בוים קען בלייבן לעבן מער ווי 1.000 יאר. איילבירט איז איינע פון די שבעת המינים.

אנאנא

געווענליך געפינט זיך נישט קיין ווערם תולעים אדער אינסעקטן שרצים אין דעם אַנונאַ, אויב אבער מען זעט אנצייגונגן אז סאיז ווערמיג דארף מען עס גרונטליך קאנטארלירן און אפרייניגן פאר דעם ניצען.

אנאנאס (פרוכט)

דער אַנאַנאַס איז א טראפישער פרוכט וואס ווערט קולטיווירט אין 82 לענדער אין דער וועלט. ער איז דער פרוכט פון דעם אנאנאס פלאנץ. מען קען עסן אנאנאס פריש אדער געטרוקענט.

ארבוז

די קאווענע אדער דער ארבוז אדער רויטער מעלאן אדער וואסערמעלאן איז א גרויסער שווערער פרוכט אויבערפלעכטלעך ענלעך צו א מעלאן. ער איז גרין מיט שטרייכן פון הויל גרין פון דרויסן איינגעהילט אין איר גאר שטארקע העלמט שאלאכץ. פון אינעווייניג איז ער געוויינל ...

ארטישאק

דער ארטישאק איז א פיל-יעריגע געוויקס מיט שטעכיגע בלומען פון די פאמיליע אַסטעראַַצעאיי אפקומסטיג פון דרום אייראפע ארום דעם מיטלענדישער ים. ער וואקסט ביז איינס און א האלב - צוויי מעטער הויך, מיט זילבערע-ליכט גרינע בלעטער פון פופציג - אכטציג צענטימע ...

באנאן

דער באַנאַן איז דער באוואוסטער נאמען פון די פלאנצן פון מין מוסא און פאר זייערע פרוכט. דער באנאן קומט ארגינעל פון דרום-מזרח אזיע. כאטש ער וואקסט גאר הויך ווי א בוים איז עס דאך נאר א פלאנץ. ער וואקסט היינט אין מער ווי 100 לענדער.

באר

דער ארטיקל דיסקוטירט דעם פרוכט. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט באר באדייטן. א באַר איז א פרוכט פון א בוים פונעם מין Pyrus. דער באר איז קלאציפֿירט אין Maloideae, אן אונטערפאמיליע פון Rosaceae. דער עפל Malus domestica וואס איז ענלעך אין בלו ...

וואסערמעלאן

וואסערמעלאן אדער קאווענע אדער ארבוז אדער רויטער מעלאן איז א גרויסער שווערער פרוכט אויבערפלעכטלעך ענלעך צו א מעלאן. ער איז גרין מיט שטרייכן פון הויל גרין פון דרויסן איינגעהילט אין איר גאר שטארקע העלמט שאלאכץ. פון אינעווייניג איז ער געוויינליך רויט ...

וויינטרויבן

וויינטרויבן זענען די פרוכט וואס וואקסט אויף א וויינשטאק פונעם מין Vitis. מען קען עסן וויינטרויבן אזוי אדער מען מאכט פון זיי וויין, טרויבנזאפט, עסיג אדער קאנסערוו. מען קען אויך פרעסן וויינטרויבן צו מאכן בוימל. סזענען דא פארשידענע מינים פון וויינטר ...

טאמאטע

דער טאָמאַטע אדער פּאָמידאָר איז א פיל-יעריגער געוויקס פון די נאכטשאטן פאמיליע סאָלאַנאַצעאיי. דער פרוכט איז ביי מערסטע ראסן רױט מיט גרינע בלעטער. עס געפֿינט זיך, אין דעם אָנהײב, אין דרום און צענטראַל אַמעריקע, פֿון מעקסיקא ביז פּערו, אָבער איצט ...