ⓘ Free online encyclopedia. Did you know? page 77

פאטלעזשאן

דער פאַטלעזשאַן איז א טראפישער - אונטער-טראפישער פיל-יעריגער געוויקס פון די נאכטשאטן פאמיליע סאָלאַנאַצעאיי, ער איז שטארק אנגעזען אין אינדיע, פאקיסטאן או סרי לאנקא. ער וואקסט צווישן פערציג און הונדערט און פופציג צענטימעטער הויך, מיט גרויסע בלעטער ...

פאפריקע

דער פאפריקע אדער פֿעפֿערל איז אן איין יעריגע געקוועקטער פרוכט אין פארשידענע פארמן פון די נאכטשאטן פאמיליע סאָלאַנאַצעאיי. דער פרוכט ווערט געקוועקט אין פארשידענע קאלירן.

קארטאפל

דער קאַרטאָפֿל אדער דזשעמיקע אדער פּאָטעיטאָ אדער בולבע איז א געוויקס פון די נאכטשאטן פאמיליע סאָלאַנאַצעאיי. די קנאלן וואס פארמען זיך פון זיינע שטענגלעך וואס לויפן אונטער-ערד, ווערען געניצט צום עסן. דער קארטאפל איז זייער רייך אין קראָכמאַל סטאַר ...

הר ברכה

הר ברכה איז אַ ייִדישער קהילה-יישוב אין שומרון, קילאָמעטער צו דרום פון שכם. דער יישוב ברכה איז געגרינדעט געוואָרן אין דעצעמבער 1983 און ער געהערט צום שומרון רעגיִאָנאַלן ראַט. די באַפעלקערונג פונעם יישוב באַטרעפט אַן ערך 450 משפּחות. דער נאָמען פ ...

דרומדיקע גשור

דאס דרומדיקע קעניגרייך גשור איז געווען פון דרום זייט פון די שטעט פון די פלשתים. דאס לאנד ווערט דערמאנט אין ספר יהושע‏ ווי איינע פון די לענדער וואס יהושע בן נון האט נישט איינגענומען. אין ספר שמואל‏ ווערט דערמאנט, אז ווען דוד המלך האט געוואוינט אין ...

יריחו

יריחו, איז אן אוראלטע שטאט, וואס געפונט זיך אין ארץ ישראל, היינט אין מערב ברעג, און איז קאנטראלירט דורך די פאלעסטינע אויטאנאמיע. די שטאט געפונט זיך אין עמק הירדן, צען קילאמעטער צפון, פון טויטע ים, און די הויכקייט שטייט ביי 250 מעטער אונטערן ים פל ...

שכם

שכם איז די גרעסטע שטאט אין פאלעסטינע אין דער שטח פון יהודה און שומרון מיט 104.596 איינוווינער. אין יאר 1967 נאך די זעקס טאגיקער קריג האט צה"ל געהערש איבער שטאט שכם, און עס איז דארט אויף געשטעלט געווארן עטליכע התנחלויות, אבער אין אל-אקטסא אינטיפאד ...

אבן העזר

אבן העזר איז דער דריטער חלק פון שו"ע וועלכער נעמט ארום אלע עניני אישות, ד.מ. זאכן וואס האט צוטוהן צווישן א מאן און א פרוי. עס אנטהאלט הלכות פריה ורביה, גיטין, קדושין, כתובות, יבום, חליצה און סוטה. בס"ה האט עס קעח סימנים.

אורח חיים

אורח חיים איז דער ערשטער חלק פון די פיר חלקים טור און שלחן ערוך. עס איז איינגעטיילט אין דריי חלקים: חלק אלף באציט זיך צו הלכות וואס זענען שייך טאג טעגליך, פון ווען משטייט אויף צופרי ביז מגייט שלאפן ביינאכט. עס אנטהאלט בסך הכל צוויי הונדערט-איין-א ...

ארחות ימים

ארחות ימים איז א סעריע הלכה ספרים מיט חידושים און ביאורים אויף שלחן ערוך אורח חיים און מבאר צו זיין ווי אזוי אונזערע מנהגים שטימען מיטן שלחן ערוך, פארפאסט און ארויסגעגעבן דורך הרב אברהם זאב שנעעבאלג איינע פון די דיינים אין סאטמאר וויליאמסבורג.

בית נאמן בישראל

אויף דעם האט ער ארויסגעגעבן פיער באזונדערע בענדער, א עקסטרע באנד מיט הלכות און מנהגים וואס זענען שייך ביי אלע דריי סעודות פון שבת און מלוה מלכה מוצאי שבת. די ערשטע באנד איז ערשיינען אין יאהר תשנ"ט.

הלכות רב אלפס

הלכות רב אלפס, ווערט טיילמאל אויך גערופן אויפן נאמען פונעם פארפאסער דער רי"ף, איז דער באוואוסטער שטארק אנגענומענער הלכה ספר וואס דער רי"ף האט מחבר אין אראמיש אויף פיער-און-צוואנציג מסכתות פון ש"ס. עס איז איינע פון די דריי הויפט פוסקים, צוזאמען מי ...

טור

ארבעה טורים איז די פיר טורים, וואס מען רופט זיך אויך בקיצור דער טור דאס איז א חיבור וואס ברענגט צוזאמען פסקי הלכות וואס זענען נוהג בזמן הזה. דער מחבר פונעם טור איז געווען רבי יעקב בן אשר, דעם זון פונעם רא"ש; ער ווערט גערופן דער בעל הטורים. דער בי ...

יורה דעה

יורה דעה איז דער צווייטער חלק פון טור און שלחן ערוך. דער נאמען נעמט זיך פון א פסוק אין ישעיה כח,ט אֶת מִי "יוֹרֶה דֵעָה" וְאֶת מִי יָבִין שְׁמוּעָה גְּמוּלֵי מֵחָלָב עַתִּיקֵי מִשָּׁדָיִם. עס באשטייט פון דריי חלקים: חלק אלף ווערט גערופן הלכות איס ...

מגד ארץ

מגד ארץ איז א לשון הקודשדיג ספר געדרוקט אין רש"י אותיות, וואו עס ווערט ארויסגענומען די תמצית פסקי הלכות פון די לאנגע שטיקלעך אינעם ספר פרי מגדים אויף אורח חיים, פארפאסט דורך רבי אהרן האלבערשטאם פון ביאלא און געדרוקט אין מונקאטש בשנת תרס"ז. ער האט ...

מגן אברהם

מגן אברהם איז א ספר אויפן שלחן ערוך און תוספתא סדר נזיקין פארפאסט דורך רבי אברהם אבלי גאמבינער פון קאליש וועלכע איז שטארק באקאנט נאך דעם בארימטן ספר. דאס ספר איז איינער פון די פראמינענטע נושאי כלים פארן שלחן ערוך. ער ברענגט אויך קבלה פון זוהר און ...

משנה ברורה

משנה ברורה איז אַ הלכה־ספר פונעם חפץ חיים. דער ספר איז זייער אנגענומען געווארן ביי די פרומע, איבערהויפט ביי די אשכנזישע קרייזן. דער ספר איז א זאמלבוך פון הלכות פונעם באנד אורח חיים אין שולחן ערוך. דער מחבר האט געארבעט 30 יאר שרייבן דאס ספר געענדי ...

משנה תורה

דער ארטיקל דיסקוטירט דעם רמב"םס ספר. טאמער זוכט איר א צווייטן נאמען פאר ספר דברים אין חומש, זעט ספר דברים. משנה תורה איז א מאנומענטאל ספר אויף הלכה וואס דער רמב"ם האט פארפאסט. דאס ספר נעמט ארום אלע הלכות וואס ווערן אדורכגערעדט פון חז"ל. דאס איז ד ...

ספר גופי הלכות

דער ספר גופי הלכות והוא משנה ברורה החדש איז געשריבן געווארן דורך הרב יהושע העשיל וואלהענדלער זצ״ל. דער ספר איז געשטעלט אויף הלכות נדה און איז אויסגעשטעלט גענוי ווי דער משנה ברורה פונעם חפץ חיים זצ״ל מיט׳ן ביאור הלכה און שערי ציון ווי אויך האט דער ...

פסקי תוספות

פסקי תוספות איז א פריערדיג אנגענומען ספר וועלכע נעמט ארויס די פסקי הלכה פון תוספות אויף תלמוד בבלי. וויבאלד תוספות איז געשריבן אויף א סדר פון קשיות און תירוצים, איז שווער ארויסנעמען פון דארט פסקים הלכה למעשה. און דאס טוט דאס ספר.

רא"ש

רבינו אשר בן יחיאל, גערופן דער רא"ש, איז געווען פון די גרעסטע מפרשים פון די תלמוד בבלי און פוסקים און האט געהאט אן איבערוועגנדיגע השפעה אין אויספארמירן די הלכה אין יידישקייט.

שאלות ותשובות מן השמים

שאלות ותשובות מן השמים האט מחבר געווען א קדמון הרב יעקב הלוי ממרייוש, עס איז דא וואס זאגען ער איז געווען רבינו תם, וואס האט אויך געהייסן רבי יעקב תם, אבער לויט ווי עס זעהט אויס איז ער געווען א צווייטער, און איהם האט מען אויך גערופן רבינו יעקב תם. ...

וותיקין

וָתִיקִין איז א פרי זמן פון דאווענען תפילת שחרית ווען מען זאגט קריאת שמע קורץ פאר נץ החמה, מען ענדיגט ברכות קריאת שמע מיט נץ החמה, און מען הייבט אן די שמונה עשרה פונקט מיטן זון אויפֿגאנג. בכדי צו קענען דאנזשן דאס, פֿירט מען זיך אין א ותיקין מנין ...

חצות

חצות איז פונקט אינמיטען טאג, דאס הייסט אז מען נעמט די טאג פון די נץ החמה ביז שקיעת החמה און מען ציטיילט דאס פונקט אינדערמיט. און דאס איז חצות היום. פאר חצות הלילה טוט מען די זעלבע זאך נאר פון שקיעת החמה ביז נץ החמה, און עס וועט אלעמאל אויסקומען ד ...

מנחה גדולה

דער זמן פון מנחה גדולה איז זעקס און א האלב שעות זמניות אין דעם טאג, ד.ה. א האלבע שעה זמנית נאך חצות. אין ווינטער, ווען א שעה זמנית איז ווינציגער ווי 60 מינוט, איז לכתחילה רעכענט מען מנחה גדולה 30 מינוט נאך חצות, לחומרא.

סוף זמן קריאת שמע של שחרית

סוף זמן קריאת שמע של שחרית איז די לעצטע צייט אין טאג וואס מען קען לייענען קריאת שמע אינדערפרי. די משנה אין מסכת ברכות זאגט אז מען קען לייענען קריאת שמע אינדערפרי ביז ווען די קעניגליכע קינדער וועקן זיך אויף. די גמרא זאגט אויף דעם אז דאס איז ביז די ...

סוף זמן תפילה

סוף זמן תפילה איז די לעצטע צייט אין טאג וואס מען קען דאווענען שחרית. די משנה אין מסכת ברכות זאגט אז מען קען דאווענען שחרית לויט ר יהודה ביז די פערטע שעה אין טאג, און לויט די רבנן ביז חצות. אין שלחן ערוך ווערט געפסקנט אזוי ווי ר יהודה ביז די פערטע ...

עלות השחר

דורך אויס יעדן טאג איז איינגעטיילט די טאג אין געוויסע צייטען פאר די אלע מצוות וואס א רעליגיעזע ייד טוט דורכן טאג, וואס נישט אלעס קען געטאן ווערן צו א יעדע צייט פון די טאג. עלות השחר איז די צייט ווען די נאכט ענדיגט זיך און דער טאג פאנגט זיך אהן. ל ...

מסכת כלים

מסכת כלים איז די ערשטע מסכתא פון סדר טהרות. די משניות זענען צעטיילט אין 30 פרקים. כלים איז די לענגסטע מסכתא פון משניות, און האט נישט קיין גמרא, נישט אין בבלי און נישט אין ירושלמי. די תוספתא פון מסכת כלים האט 25 פרקים צעטיילט אין "בבא קמא", "בבא מ ...

סליחות

סליחות מיינט תפילות וואס מען מחילה פונעם אייבערשטן. מן הסתם מיינט מען די סליחות וואס זענען צוגעשטעלט צו זאגן חודש אלול און אין די עשרת ימי תשובה. אין די סליחות איז דא אויך באזונדערע דיכטונגען. די ספרדים הייבן אן זאגן סליחות פון אנהייב חודש אלול, ...

על הנסים

על הנסים איז א דאנק תפילה וואס חז"ל האבן געהייסן זאגן סיי ביים דאווענען סיי ביים בענטשן אום די צוויי דרבנן-דיקע ימים טובים: חנוכה און פורים. אזוי ווי חנוכה און פורים זענען נישט מדאורייתא, קומט נישט פאר קיין ספעציעלע עבודה אין דעם בית המקדש, נאר א ...

קידוש לבנה

קידוש לבנה איז א תפילה וואס יידן זאגן יעדן חודש ווען די לבנה איז געווארן גענוג גרויס כדי מקען האבן הנאה פֿון איר ליכט. דער מנהג איז לכתחילה צו זאגן קידוש לבנה שבתע־נאכט. סזענען דא פֿארשידענע מנהגים ווען מקען אנהייבן "מחדש זײַן די לבנה", ד.ה. זאגן ...

שליח ציבור

א שליח ציבור, אדער שַ"ץ, איז דער וואס דאווענט פארן עמוד. זיין ראלע איז צו פירן דאס דאווענען און צו זאגן די שטיקלעך וואס איינער זאגט און אלע זאגן נאך, ווי קדיש, ברכו און די הויכע שמונה עשרה. ביי אשכנזים איז דער מנהג אז דער ש"ץ לאזט אויס הויך יעדן ...

תחנון

תחנון איז א תחינה וואס מען זאגט יעדן טאג אין דער וואכן נאך דער הויכע שמונה עשרה ביי שחרית און מנחה. חסידים און רוב ספרדים זאגן שלש עשרה מדות פאר תחנון. דער עיקר תחינה וואס מען זאגט איז קאפיטל ו פון תהלים לויט די אשכנזים אדער קאפיטל כ"ה לויט די ספ ...

ארון הברית

דער ארון הברית אין בית המקדש איז געווען אן הייליגער קאסטן וואס מען האט אין איר געטראגט די לוחות הברית. דער ארון הקודש איז געווען אזוי הייליג, אז מען האט איר נישט געטארט אנרורען, און ווער עס האט איר אנגערורט איז באלד געשטארבן. דערפאר האט מען אויף ...

מזבח

מזבח באַצײכנט דאָס אָרט און איעריכטונג אױף װעלכן מען איז מקריב קרבנות. דאס װאָרט "מזבח" שטאַמט פֿון "זבח". "מזבח" װערט דערמאָנט בײ נח בראשית ח, אברהם אבינו בראשית י״ב און אַנדערע, װעלכע האָבן מקריב געװען קרבנות. דער חומש שמות כ, זאָגט אָן, אַז מע ...

משכן

דער משכן איז דער נאָמען פֿון דעם באװעגלעכן בית המקדש, װאָס די ײדן האָבן געהאַט אין דער מדבר. דאָס װאָרט איז פֿון "שכן". אין חומש שמות כ״ה זאָגט גאָט צו משה רבנו אַז ער זאָל זאָגן צו די ײדן, אַז יעדער זאָל געבן נדבות "ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם", א ...

ספר תורה

ספר תורה איז א ספר געשריבן מיט די האנט אויף פארמעט אין א פארם פון א מגילה, וואס אויף איר איז פארשריבען די גאנצע תורה, פון אנפאנג בראשית ביז ענדע דברים. א ספר תורה ווערט פאררעכנט ביים אידישן פאלק אלס דאס מערסטע הייליגע זאך, און מען באנעמט זיך מיט ...

שופר

שופר איז א הארן פון א ווידער מיט וואס מען איז מקיים די מצוה פון תקיעת שופר אום ראש השנה. אויך פירט מען זיך צו בלאזן דערמיט יעדן אינדערפרי אין חודש אלול כדי צו ערוועקן דאס הארץ צו תשובה, און אויך צו זיך איינגעוואוינען אויף ראש השנה. אויך יום כיפור ...

יומי דפגרא

יומא דפגרא, ווערט באניצט אלס א נאמען פאר די טעג וואס די בחורים האבן נישט געהאט קיין לערעריי אין דער ישיבה, אזוי ווי צום ביישפיל: ראש חודש‏, חנוכה‏, ט"ו בשבט‏, ל"ג בעומר, ט"ו באב‏ אא"וו. פילצאליגע מנהגים זענען געווארן פארבינדן מיט "יומי דפגרא". למ ...

JDN

אידישע טעגליכע נייעס איז א פירמע וועלכע שיקט א טעגליכע ע־פאסט מיט בילדער פון רביס און רבנים. אזוי אויך האבן זיי א וועבזייטל אויף העברעאיש, JDN.Co.Il זיי פארמאגן א שטאב פון פאטאגראפן ארום דער וועלט, און זיי שטעלן צו בילדער פאר רוב אידישע אויסגאבעס ...

אייוועלט

אייוועלט איז אן אינטערנעט פארום וועבזייטל אין אידיש דורך פרומע אידן. זי לאזט נישט צו קיין שום אומתורהדיגן אינהאלט. הלבנת פנים, לשון הרע, א.ד.ג. - עס איז דא א הויפט פרינציפ און פאליסי נישט צו באשרייבן קיין פרומע רבנים און עסקנים. אין סך הכל איז שו ...

אליהו אמסעל

ר אליהו אמסעל איז א קנאי און מוכיח בשער וואס וואוינט אין בארט פארק און האלט זיך פאר דער שיצער פון אלע רוחניות פראבלעמען פון דור, אבער ווערט באטראכט לויט טייל אלס א קוריאזער און א גייסטיש קראנקער מרה שחורהדיגער און אנגעזעצטער פארשוין וואס פירט אן ...

האטליין

האטליין מיינט אין טעלעקאמיוניקאציע א ליניע וואס איז אייביג ברייט אפן און נישט פארנומען. אמאל איז דאס געווען א דראט וואס האט פארבינדן צוויי פונקטן אן קיין דרייען א נומער, וואס מען האט דאס בעיקר גענוצט בשעת מלחמה פון די פראנטן צום קאמאנדיר הויפט צע ...

היט דיינע אויגן

היט דיינע אויגן איז א פרומע יודישע נעץ פון וועבזייטלעך, וואס איז געווידמעט צו העלפן יודן זיך ספראווען מיט עדיקשן אין עניני קדושה ספעציעל הוצאת זרע לבטלה. דאס וועבזייטל האט שוין געצויגן אסאך אנערקענונג, עס איז געווען דערמאנט אין משפחה און ביי א אג ...

מלחמה איבערלעבער (וועבזייטל)

מלחמה איבערלעבער איז א וועבזייטל וואס פרובירט צוזאמען צושטעלן א דאטנבאזע פון דעם ארטאדאקס יידנטום פון מערב אייראפע וואס איז באשטאנען פון בערך 1.5 מיליאן, ווי אויך איבער די שטעט און שטעטלעך ווי אויך איבער די רבנים און ישיבות וכו אויף א פארמאט פון ...

נטורי קרתא

נטורי קרתא איז א גרופע אידן וואס זענען פארנומען צו אקטיוואזירן און קעמפן קעגן דעם עקזיסטענץ פון מדינת ישׂראל רעגירונג און דעם אידיאל פון ציונות. ארגינעל איז דאס געגרינדעט געווארן דורך ר עמרם בלוי ווען ער האט זיך אפגעטיילט פון די מער מעסיגע עדה הח ...

קאווע שטיבל (וועבזייטל)

קאווע שטיבל איז א פארום וועבזייטל אויף דער יידישער שפראך. עס איז געגרינדעט געווארן אין אדר תשע"ב. עס האט זיך געגרינדעט אין ליכט וואס די פארוואלטונג פון אידישע וועלט פארומס צענזורירן א סאך. א העפטיגע דיסקוסיע איז אנטשטאנען אין די ערשטע טעג פונעם ו ...

קול זכור ימות עולם

קול זכור ימות עולם איז א האטליין צו פארציילען סיפורי צדיקים פון גדולי ישראל אין אמעריקא מיט יארן צוריק, און בעיקר פון צעלימער רב זצ"ל, די רעדנער איז איינער א גרוש. אפיציעל האט ער עס אנגעהויבן אקעגן די ליין פון אליהו אמסעל, וועם ער באצייכענט אלץ ר ...

קול מבשר

קול מבשר איז א אידיש־שפראך נייעס האטליין וואס גיט איבער נייעס און אינטערעסאנטע אינפארמאציע דורכן טעלעפאן פארן ציבור פון חרדישע אידן. ער אנטהאלט פארשידענע אפטיילונגען ווי אידישע נייעס, וועלטליכע נייעס, אינטערוויוס, פאליטישע נייעס און אנאליזן, אקטו ...