★ Free online encyclopedia. Did you know? page 79

מת מצוה

א מת מצוה איז א טויטער מענטש וואס מען באגעגנט אין מיטן וועג, פאדערט די הלכה אים צו באגראבן אויפן ארט, און נישט אוועקרירען פון דארט, אפילו מיטן ווילן אים צו באגראבען אויף א מכובדיגע ארט, ווייל דאס איז צער פארן נפטר. רבי עקיבא האט פארציילט אז ווען ...

ניחום אבלים

ניחום אבלים איז אַ מנהג אין ייִדישקײט און אַנדערע רעליגיִעס צו טרײסטן די משפּחה פֿון אַ נײַ-פֿאַרשטאָרבענעם און צו העלפֿן זײ אין צוריקקומען צום נאָרמאַלן לעבן נאָכן שאָק פֿונעם טױט פון זייערס א משפחה מיטגליד. ביי אשכנזים איז דער מנהג אז מען זאגט ...

היכל

דער היכל איז געווען לאנג 40 אמות און ברייט 20 אמות. צווישן דעם היכל און דעם דביר קודש קדשים איז געווען א מחיצה. אין דעם משכן איז די מחיצה געווען א פרוכת, אין ערשטן בית א וואנט, וואס האט געהייסן אמה טרקסין, און אינעם צווייטן בית וואס איז געווען הו ...

כהן

א כהן איז איינער וואס איז אן אייניקל פון אהרן הכהן משה רבינוס ברודער. כהנים זענען די וואס דינען די עבודה אין בית המקדש. זיי באקומען באצאלט מיט 24 מתנות כהונה וואס מען דארף זיי געבן, ווי למשל מעשר און תרומות. היינט צו טאגס אפילו עס איז נישט דא קיי ...

קרבן

קרבן איז וואס א ייד האט געקענט ברענגען אין בית המקדש פאר גאטס וועגן, דאס האט מען געברענגט צום מזבח אין בית המקדש. געווענליך איז א קרבן געווען א בהמה, עס זענען אבער דא ספעציעלע קרבנות וואס זענען נישט פון בהמות ווי א קרבן מנחה און ביכורים. א קרבן ה ...

אליהו הנביא

אליהו הנביא איז געווען א נביא, וואס האט געוואוינט אין "גלעד". דער חת"ם סופר שרייבט אין א פלאץ אז עס זענען פארהאן צוויי אליהו הנביאס. {פעלט הסברה}

חנוכה

חנוכה איז א יום טוב וואָס ווערט געפײַערט אַכט טעג, אָנהייבנדיק פון כ"ה כסלו. חנוכה איז איינע פון זיבן מצוות וואָס די חז"ל האָבן באשטימט, צו צינדן חנוכה-ליכט און לויבן דעם אייבערשטן פאר די נסים, דורך זאָגן הלל און זאָגן על הנסים בײַם דאווענען און ...

בית יוסףס קשיא

דער בית יוסףס קשיא איז א באקאנטע פראגע אין די עולם התורה וועלכע קינד און קייט ווייסט, און הונדערטער תירוצים זענען שוין געזאגט געווארן דערויף אום חנוכה אין לויף פון די דורות. עס ווערט פאררופן אויף רבי יוסף קארו וואס ברעהנגט עס אראפ אין זיין ספר בי ...

ווייסע הויז חנוכה מסיבה

די ווייסע הויז חנוכה מסיבה איז א יערליכע מסיבה און צערעמאניע וואס ווערט אפגעהאלטן אינעם ווייסן הויז, מיטן פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, צו פייערן יום טוב חנוכה. די טראַדיציע האָט זיך אָנגעהויבן אין 2001, אונטער פרעזידענט דזשאָרדזש וו. בוש. ...

זאת חנוכה

זאת חנוכה אזוי ווערט גערופן אין ספרים דער אַכטער טאָג חנוכה, ווייל אין דעם תורה לייענען פון דעם טאָג זענען די ווערטער "זאת חנוכת המזבח". אמאל פֿלעג מען רופן דעם טאג ביי אשכנזישע יידן מיטן נאמען "חנוכת המזבח". דער מהרי״ל אין זיין ספר פון מנהגים‏ ד ...

חנוכה געלט

דער מנהג שטאמט פון דעם וואס אין די הת יארן פלעג מען חנוכה שיקן געלט מיט די קינדער פאר די מלמדים. במשך די יארן ווייזט אויס אז די קינדער האבן געבעטן געלט פאר זיך אויך.

מגילת אנטיוכוס

מגילת אנטיוכוס איז א מדרש אגדה וואס איז געשריבן אין א קורצן אופן און א געשיכטע וועג, וועגן דער יום טוב חנוכה, און איז געשריבן אנדעריש פון די אנדערע ספרים פון די חשמונאים. די מגילה איז געשריבן אין אראמיש און איז געווען אפגטייטשט צו העברעיש שפעטער ...

נאציאנאלע מנורה

די נאציאנאלע מנורה פון די פאראייניגטע שטאטן איז א גרויסע חנוכה מנורה וואס ווערט אויפגעשטעלט יעדעס יאר, לכבוד חנוכה, הארט נעבן דעם ווייסן הויז, אין וואשינגטאן די סי. זי ווערט אויפגעשטעלט און געצינדן יעדעס יאר זינט 1979, דער דעמאלטיגער פרעזידענט זש ...

פאנטשקע

א פּאָנטשקע אדער פאַנקע איז א טייגל געפרעגלט אין בוימל וואס מען פילט אן מיט א זיסן איינגעמאכטס ווי: ווענילע קאסטערד אדער לעקוואר. מען קען ארויפשמירן דערויף א ביסעלע שאקאלאד אדער שפריצן ארויף אביסעלע פולווער-צוקער.

ביזת הים

ביזת הים איז א טשערנאבילער מנהג, וואס ווערט היינט געפירט אין סקווירא און אנדערע טשערנאבלער אפשטאמיגע חסידותן, אז פארטאגס פונעם נאכט פון שביעי של פסח, נאכן טיש, טיילט דער רבי ביזת הים, א שטיקל מצהלע, וואס איז א סגולה אויף פרנסה. די טעם המנהג איז ד ...

חתן מאהל

ביי א סאך רעבישע משפחות פארן שרעקליכן חורבן אייראפע, איז דער מנהג געווען אנגענומען אויכעט ביים המון עם און הויפטזעכלעך אין הויפן וואס שטאמען אפ אורשפרינגליך פונעם טשערנאבלער בוים-שטאם, אזוי ווי סקווירא, רחמיסטריווקא, טשערנאבל, און אויך אין בעלזא, ...

נוי סוכה

ס׳איז פֿאראן א מנהג ישראל צו באשיינען און שענער מאכן די סוכה מיט נוי סוכה, למשל אויפהענגען שיינע זאכן אין דער סוכה. די מקור ווערט שוין געברענגט אין דער גמרא‏ אז מען האט געהאנגען פארשידענע טעפיכער, סחורות און פרוכט צו באשיינען זייערע סוכות. עס זענ ...

קטניות

קטניות איז דער נאמען פון א משפחה פון פלאנצן. קטניות ווערן ברייט באניצן סיי פאר עסן פאר מענטשן סיי ווי עסן פאר בעלי חיים.

שלום זכר

שלום זכר אדער סעודת זכר אדער זכר איז א מנהג ביי אשכנזים צו האבן א צוזאמענברענגען פרייטיג ביינאכט נאכדעם וואס א יינגל ווערט געבוירן. עס איז דער מנהג צו טרינקען א לחיים פון ביר מיט נאהיט ווייסע ארבעס און "שלום-זכר באנדלעך"אדער וויין אדער בראנפען או ...

תענית בכורים

תענית בכורים איז א אידישער מנהג אז בכורים פאסטן ערב פסח פון צופרי ביז דער סדר נאכט. נישט אין אלע קהילות איז אנגענומען געווארן דער מנהג, צום ביישפיל ביי די תימנישע אידן איז עס בכלל נישט איינגעפירט. היינטיגע צייטן פירן זיך רוב בכורים צו עסן ביי א ס ...

תענית

פאסט-טאג מיינט א טאג וואס מען עסט נישט און טרינקט נישט אין איר. ביי די יידן זיינען דא 6 באשטימטע פאסט-טעג: תענית אסתר. תשעה באב. י"ז בתמוז. עשרה בטבת. יום כיפור. צום גדליה. כדי צו געדענקן די 6 פאסט טעג איז דא א סימן: זכר - נקיבה, שווארץ - ווייס, ...

עשרה בטבת

עשׂרה בטבֿת איז א יידישער פאסט-טאג. כּלל ישׂראל פירן זיך אין דעם טאג צו פֿאַסטן פֿון עלות השחר ביז צאת הכּוכבֿים. עשרה בטבת קען געפאלן זונטיג, דינסטיג, מיטוואך, דאנערשטיג און פרייטיג.

צום גדליה

אום ג תשרי לויטן רד"ק ירמיה מא, א און אבן עזרא זכריה ח, יט איז דאס געווען א תשרי) נאך חורבן בית ראשון ווען גדליהו בן אחיקם איז געווען דער פירער אויף די פארבליבענע רעשטלאך יידן אין מלכות יהודה ער איז געשטעלט געווארן דורך נבוכדנצר און זיין מיליטער, ...

שבעה עשר בתמוז

שבעה עשר בתמוז איז א יידישער פאסט-טאג. די משנה אין מסכת תענית דערמאנט פינף זאכן וואס האבן פאסירט דעם טאג: אפוסטמוס האט פארברענט א ספר תורה. די רוימען האבן אויפגעריסן די מויערן פון ירושלים. משה רבינו האט צעבראכן די ערשטע לוחות. מען האט אריינגעשטעל ...

תענית אסתר

תענית אסתר איז דער טאג פאר פורים, י"ג אדר. דער טאג איז א פאסט-טאג, מען זאגט סליחות און מליינט ויחל. ווען י"ג אדר געפאלט שבת, פאסט מען דעם פריערדיקן דאנערשטאג, י"א אדר. כאטש אנדערע תעניתים וואס געפאלן שבת שטופט מען דעם תענית ביז זונטאג, אבער אין ד ...

געבראקטס

געבראקטס איז טייטש מצה געווייקט אין וואסער, אדער סיי וועלכע געקעכטס וואס קומט אריין דערין מצה-מעל, ווי קניידלעך. אַ סך חסידישע אידן האבן פסח מחמיר געווען מיט חומרות וועלכע טראצדעם וואס האבן קיין גרונד אין הלכה איז מען זיך אבער מחמיר דערין, ווייל ...

חול המועד

די ימים טובים פסח און סוכות זענען צעטיילט פון די ערשטע טעג יום טוב און די לעצטע טעג יום טוב. די 4 אדער 5 טעג צווישן די ערשטע טעג און די לעצטע טעג יום טוב, איז חול המועד, וואס אין די טעג איז פארבאטן צו טאן פארשידענע מלאכות אלס קדושת חול המועד, אבע ...

מצה

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – מצה בעקעריי אמאל פלעג מען באקן מצות נאר ביי האנט אבער בערך אין יאר ת"ר האט מען אנגעהויבן צו באקן מצות מיט מאשינען. די ערשטע מאשינען האבן נישט געטויגט, און די "מצות"האבן געהאט א גרויסן חשש חמץ. שפעטער האט מען פארבעסערט די ...

מצה בעקעריי

א מצה בעקעריי איז א פלאץ וואו מען באקט מצות. דאס פלאץ ווערט נארמאל באניצט נאר אין די סוף ווינטער חדשים אויף צוגרייטן צום יום טוב פסח. דאס פלאץ ווערט א גאנצע יאר אפגעהיטן פון חמץ, וועגען דעם זענען רוב בעקערייען צוגעשלאסען ווען סאיז נישט אין באנוץ. ...

מצה בריי

מַצה ברײַ איז א מאכל וואס אשכנזישע יידן עסן, איבערהויפט פסח. דער מאכל איז געמאכט פון שטיקלעך מצה געפרעגלט מיט אייער. מען גרייט צו דעם מאכל מיט ווייקן די מצה א קורצע צייט אין וואסער אדער מילך. מען צעברעכט די מצה אויף שטיקלעך און מישט מיט אייער, דע ...

פסח

פסח איז א יידישער יום טוב וואס שטאמט פון דער תורה, דער יום טוב ווערט געפייערט י"ד ניסן במשך זיבן אדער אכט טעג צו דערמאנען און זיך אויפרישען די נסים און נפלאות וואס די יידישע פאלק האט איבערגעלעבט ביי יציאת מצרים. פסח ווערט באצייכנט מיט דריי עיקר מ ...

פסח שני

פסח שני געפאלט אום י"ד אייר, און איז דער טאג ווען די תורה האט געגעבן א צווייטע געלעגנהייט צו ברענגען א קרבן פסח פאר די וואס האבן נישט געזשאנזעט צו ברענגען דעם קרבן י"ד ניסן, אדער ווייל זיי זענען געווען טמא אדער ווייל זיי זענען געווען ווייט פונעם ...

קמחא דפסחא

קמחא דפסחא איז דאס מערסט פארשפרייטע צדקה היינט צוטאגס און עס קען ווערן צעטיילט אויף צוויי אופנים דער ארגיענאלער באדייט, וויאזוי עס ווערט געברענגט אין שו"ע און טאקע וויאזוי עס הייסט. היינט צוטאגס האט זיך דער נאמען אריבער געכאפט אויף צושטעלן פאר מע ...

שביעי של פסח

שביעי של פסח איז טייטש דער זיבעטער טאג פסח. דעם זיבעטן טאג פון ווען די אידן זענען ארויס פון מצרים איז געשען א נס און די ים סוף האט זיך געשפאלטן פאר זיי, די מעשה איז צוגעגאנגען ווי פאלגענד די אידן זענען ארויס פון מצרים דעם 15סטן טאג אין ניסן זיי ז ...

שבת הגדול

דער שבת פאר פסח הייסט שבת הגדול. עס איז דא פארשידענע פירושים פארוואס מרופט אים שבת הגדול. עס איז דא וואס זאגן אז באמת רופט מען דעם "שבת הגדה"אויף דעם וואס די אשכנזים ליינען די הגדה דעם שבת, בטעות איז עס געווארן במשך די דורות פון הגדה צו הגדול. די ...

ישעיה בוימלגרין

ישעיה בוימלגרין איז א ליובאוויטשער חסיד, וואס וואוינט אין קראון הייטס, און פירט אן די ריעל עסטעיט ביזנעס פון לוי לעוויעוו אין ניו יארק און אין פלארידא. אין זיינע פילע ריעל עסטעיט פראיעקטן אין און ארום די טריי סטעיט געגנט פון ניו יארק און ארום די ...

לוי לעוויעוו

לוי לעוויעוו איז געבוירן צו זיינע עלטערן צו אבנר און חנה לעוויעוו פון דער בוכארישער קהילה, איז א גרויסער ביליאנער פון דיאמנאנטן האנדל. ער איז דער רייכסטער חרדישער ייד היינט צוטאגס און א גרויסער בעל צדקה. ער איז דער פארזיצער פון דער אפריקע ישראל ג ...

שבת

שבת איז דער נאמען פונעם רוהטאג וואס דער אייבערשטער האט געבענטש און געהייליגט, און דאס געגעבן אלס געשאנק פאר זיינע יידישע קינדער, וועלכער איז א צייכען צווישן דעם אייבערשטן און די יידישע קינדער אז השם האט זעקס טעג באשאפן די וועלט און גערוהט אין דעם ...

ארבע פרשיות

די ארבע פרשיות זענען די פיר ספעציעלע פרשיות וואס מען ליינט אין דער תורה נאך דער וואכנדיגער סדרה אין די שבתים, פון דעם שבת ווען מען בענטשט חודש אדר ביז דעם שבת ווען בענטשט חודש ניסן. למשל, דעם שבת פאר פורים ליינט מען פרשת זכור, וואס האט א שייכות מ ...

גאט פון אברהם

גאט פון אברהם איז אַ תפילה אין ייִדיש, געזאגט דורך די פרויען אין פילע אידישע קהילות גלייך נאך שבת. אין עטלעכע חסידישע קהילות ווערט זי אויך געזאגט דורך די מענער פאר הבדלה. מען ברענגט די תפילה אין נאמען פון רבי לוי יצחק בערדיטשעווער, אבער זי ווערט ...

יוסף מוקיר שבת

יוסף מוקיר שבת איז דער נאמען פון א מענטש וועגן אים איז דא א באקאנטע מעשה. ‏ אין א שטאט האט געוואוינט א גוי א גרויסער עושר א קמצן, ביי אים האט געארבעט א איד וואס פון זיין ווייניג פארדינסט האט ער אלעמאל אוועקגעלייגט געלט פאר שבת צו קענען קויפן געשמ ...

ל"ט מלאכות

די ל"ט אב מלאכות זענען איינגעטיילט אין עטליכע קאטעגאריעס. מלאכות וואס האט צו טאן מיט ווייץ לאנדווירטשאפט. אין דער קאטעגאריע זענען דא 11 מלאכות. הלש - קנייטן. הזורע - זייען און פלאנצן. הדש - דרעשן. הקוצר - שניידן. הזורה - צעווארפן. הטוחן - מאלן. ה ...

ליל ששי

אין די ישיבות אין ליטא און אין אונגארן בעפאר חורבן אייראפע און שואה דורך די צווייטע וועלט קריג, איז געווען איינגעפירט אז די בחורים זענען אויף געבליבן א גאנצע נאכט און געלערנט, סיי כדי דערמיט צו מאכן א פאסיגען סיום פאר די וואך, און סיי כדי צו מאכן ...

לכה דודי

לכה דודי איז א פיוט וואס אידן פירן זיך צו זינגען יעדן פרייטיג צו נאכטס ביים קבלת שבת. עס רעדט ווי אידן גרייטן זיך צום שבת, ווי אזוי זיי זאלן זיך אפשאקלען פון די שטויב און שמוץ און זיך אנטועהן שיינע בגדים. עס איז ווי א משל ווי א כלה גרייט זיך צו א ...

מוצאי שבת

שבֵתע־נאכט אדער שבת־צו־נאכט אדער אויף לשון־קודש מוצאי שבת, מוצש"ק מיינט די נאכט נאך שבת, פון ווען סווערט פינסטער ביז זונטאג אינדערפרי. ביי יידן מאכט מען הבדלה, מען טאר נישט עסן פאר הבדלה. כדי צו וויסן ווען סאיז אויס שבת דארף מען קוקן אין הימל און ...

מוקצה

לויטן רמב"ם איז דער טעם פון מוקצה וועגן: פונקט ווי מען לערנט ארויס פון פסוק "אם תשיב משבת רגלך וגו"אז מען טאר נישט גיין שבת אזוי ווי אינדערוואכן, איז א קל וחומר אז שבת טאר מען נישט מטלטל זיין אזוי ווי אינדערוואכן. די מענטשן וואס ארבעטן נישט א גאנ ...

קבלת שבת

קבלת שבת איז א גרופע פון קאפיטלעך פון תהילים און א פיוט וואס מען זאגט אין שול פרייטאג פארנאכט צווישן תפילת מנחה און מעריב, און מיט דעם באצייכנט מען דעם אנהייב פון שבת.

שבת חזון

שבת חזון ווערט גערופן דער שבת פאר תשעה באב. עס הייסט אזוי ווייל מען זאגט דעמאלטס די הפטורה פון חזון ישעיהו בן אמוץ ישעיהו א. עס שטייט אין מגן אברהם או"ח סי רפ"ב אז דער מנהג איז אז דער רב פון שטאט זאגט די הפטורה ווייל עס שטייט דארט שריך סוררים, או ...

שלש סעודות

שלש־סעודות איז די לעצטע שבתדיקע סעודה צװישן די דרײ שבתדיקע סעודות װאס מען דאַרף עסן לויט דער הלכה במשך דעם שבת. גלײך װי די ערשטע צװײ סעודות, אױך שלש סעודות דארף מען עסן המוציא, אבער פון דעסטװעגן איז די סעודה גרינגער װי די אַנדערע צװײ, און בדיעבד ...

נרות שבת

נרות שבת אדער שבת ליכט זענען די לעכט וואס מצינדט אן ביים זמן פון אריינקום דעם שבת קודש דורך די פרויען. יעדער דארף צינדען ליכט אויף שבת, סיי מענער און סיי פרויען דארפען זעהן אז אין שטוב זאל ברענען ליכט, אפילו ער האט נישט וואס צועסן דארף ער גיין בא ...

Encyclopedic dictionary

Translation
Free and no ads
no need to download or install

Pino - logical board game which is based on tactics and strategy. In general this is a remix of chess, checkers and corners. The game develops imagination, concentration, teaches how to solve tasks, plan their own actions and of course to think logically. It does not matter how much pieces you have, the main thing is how they are placement!

online intellectual game →