ⓘ Free online encyclopedia. Did you know? page 80

עירובין

לויט די תורה טאר מען נישט ארויסגיין שבת פון א באוואוינטע שטאט מער ווי 2.000 איילן וואס ווערט אנגערופן "תחום שבת", דעריבער האבן חז"ל מתקן געווען אז אויב איינער וויל ארויס גיין אויסערן תחום, זאל ער פאר שבת אראפלייגן צוויי סעודות עסנווארגן ביים ענדע ...

פדיון הבן

פדיון הבן איז מצוות עשה פון די תרי"ג מצוות אז דער טאטע דארף אויסלייזן זיין קינד, וואס איז בכור צו זיין מאמען, ווען ער ווערט אלט א חודש, מיט 5 שקלים, וואס זענען ריין זילבער, אדער א זאך וואס איז ווערט די סכום, ביי א כהן. א יתום אדער איינער וואס דער ...

פרה אדומה

א פרה אדומה איז א רויטע קו, איז אן ענין אין יידישקייט. מען ניצט די אש פון דער קו געמישט מיט קוואל וואסער מטהר צו זײַן מענטשן און כלים וואס זענען געווארן טמא פון א מת. די פרה אדומה מוז זיין א ריין רויטע קו, מיט נאר רויטע האר, וואס האט קיינמאל נישט ...

א שיהל

אָ שיהל איז די גרעסטע אשכנזישע שול אין סאן פאַולאָ, בראַזיל. די שוהל איז א בית חב"ד װאס איז געגרינדעט געװארן 20 יאר צוריק דורך דעם ליובאװיטשער רביס שליח אין בראַזיל, הרב ר יוסף שילדקרויט. היינט צו טאג באקומט עס אן עולם פון ארום 400 מענער און פרױע ...

אליהו הנביא שוהל

די אליהו הנביא שוהל איז א אלטע ארטאדאקסישע ספרדישע שוהל אין אלעקסאנדריע, עגיפטן אויף דער דניאל הנביא גאס, געבויעט אין יאהר קט"ו. זי איז איינע פון די שענסטע שוהלן אין עגיפטן. זי איז חרוב געווארן ביי דער פראנצויזישער אינוואזיע אין 1798, און פריש אי ...

אנשי ספרד

בית המדרש אנשי ספרד איז א היסטארישע שול אין בארא פארק, און פון די ערשטע שולן אין בארא פארק. מען רופט די שול די ספרדישע שול. די שול געפינט זיך ביים ווינקל פון פערצנטע עוועניו מיט 45סטע סטריט.

בית הכנסת אברהם אבינו

בית הכנסת אברהם אבינו איז א שול אין חברון, וואס ווערט גערופן נאך אברהם אבינו. די שול איז געגרינדעט געווארן דורך א גרופע אידן וועלכע זענען ארויפגעקומען פון שפאניע. ביי די ביטערע תרפ"ט פאגראמען, האבן די צעווילדעוועדעטע אראבער חרוב געמאכט די שול. מע ...

בית המדרש הגדול (מאנהעטן)

בית המדרש הגדול איז די גרויסע שול פון דער לאוער איסט סייד, אויף קלינטאן סטריט הארט נעבן דער וויליאמסבורג בריק. וויליאמסבורגער איינוואוינער זענען זייער באקאנט מיט דעם היסטארישן בנין, ווייל ער געפינט זיך אויפן וועג פון אפסטעיט - קרית יואל, מאנסי, א ...

בית יהודי

בית יהודי איז א שול אין דער שטאט מאנסי וואס געהערט פאר הרב משה בער בעק, און איז זיין ארט פון ווי ער טרעט ארויס מיט זיינע מיינונגען בונגע הכלל והפרט. און ספעציעל ווערט דארטן אנגעפירט זיין קנאותדיגע שיטה, פאררופן אויף דער נטורי קרתא פלאטפארמע, און ...

סאטמאר שוהל 13 הופער

13 הופער איז א סאטמארער - אהרונים שול אין וויליאמסבורג ברוקלין נו יארק, ארגינעל אויפן אדרעס 13 הופער סטריט, שפעטער פארברייטערט צו אויך 14 הופער סטריט. דער ביהמ"ד איז ארגינעל געגרינדעט געווארן שבת שירה תשס"ג צוליב דעם סאטמאר מחלוקת, ווען די אהרוני ...

סאטמאר שוהל ראדני

סאטמאר שול ראדני איז די גרויסע סאטמארער זאלי שול אין וויליאמסבורג, ברוקלין, נו יארק, אויף דער גאס ראדני סטריט 152. די שוהל איז געווען די אפיציעלע גרויסע שוהל פון סאטמארער חסידים, וואס דארט האבן געדאווענט די פריערדיגע סאטמארער רביס רבי יואל טייטלב ...

קארדאבער שול

די קארדאבער שול איז א היסטארישע געביידע אינעם יידישן פערטל פון דער שטאט קארדאבע אין שפאניע, געבויט אין 1315. די שול, וואס געפינט זיך אינעם היסטארישן צענטער פון קארדאבע, האט מען געבויט אינעם מודעכאר Mudéjar סטיל דורך ארכיטעקטן אונטער יצחק מאהעב Is ...

ריווינגטאן שול

די ריווינגטאן שול איז דער שול אין דער לאוער איסט סייד, אויף ריווינגטאן גאס צווישן לאדלוי און ארטשערד גאסן. ס׳איז אויך באקאנט אלס די ערשטע ראמעינישע שול, אוואו עס האט געווירבעלט מיט אידן אין די צייטן ווען איסט סייד איז געווען יידיש, עס האבן דארטן ...

רמ"א שוהל

די רמָ"א שוהל איז די צווייט עלצטע שוהל אין דעם קאזימיר געגנט פון קראקע. זי איז געבויעט געווארן דורכן גביר רבי ישראל יאסלס, דער פאטער פונעם רמ"א, אין אנדענק פון זיין ווייב. די שוהל שטייט ביים מזרח עק פונעם אלטן בית החיים אויף דער שרוקה גאס. זי איז ...

שול פון בעזאנסאן

די שול פון בעזאַנסאן עס איז אַ ספרדישע שול אין דער שטאָט בעזאנסאן, פראנקרייך. זי איז געבויט געווארן צווישן 1869 און 1871 און האט אַ מיזרחדיקער ארכיטעקטישער סטיל. זי האט זיצן פאר 216 מענטשן.

ספר ליקוטי אמרים

דער ספר ליקוטי אמרים, באקאנט אלץ ספר התניא נאכן ווארט "תניא" מיט וואס דער ספר הייבט זיך אן, איז פארפאסט געווארן דורך ר שניאור זלמן מליאדי, דער גרינדער פון חב"ד חסידות, און א תלמיד פון מגיד פון מעזריטש. דער ספר איז געדריקט געווארן צום ערשטן אין יא ...

רשימה: חסידישע ספרים

אגרת הקודש, הקדמה ודרך לעץ חיים, זכרון דברים, לקוטי אמרים, לקוטי באורים, מחשבות חרוץ, עיון תפלה, פרי קדש הלולים, צדקת הצדיק, רשפי אש, שער התפלה, שערי אורה

מורה נבוכים

דער ספר האט ער ארגינעל געשריבן אין די יודישע אראבישע שפראך וואס מהאט דאן דארט גערעדט. דער ערשטער איבערזעצונג אויף לשון הקודש איז געמאכט געווארן, אויף די פארלאנג פון די יודן אין פראנקרייך, דורך רבי שמואל אבן תיבון וואס ער האט דאס אנגעהויבן נאך ביי ...

אבות דרבי נתן

אבות דרבי נתן איז א מדרש געבויט אויף פרקי אבות, עס הייבט אהן מיט א פרק פון מסכת אבות, און לייגט צו דערצו נאך אסאך מדרשי חז"ל און מעשיות פון תנאים און אמוראים, דער מדרש איז ארייגעדרוקט אין ש"ס ווילנא נאך מסכת עבודה זרה. דער מדרש איז א אלטער מדרש ד ...

ילקוט שמעוני

מדרש ילקוט שמעוני האט געשריבן רבי שמעון הדרשן פון פראנקפורט. ער האט געשריבן זיין ספר אין שנת הע ילקוט שמעוני איז א צוזאמענשטעל פון פארשידענע ערליי מדרשים, אנגעהויבן פון ש"ס מדרשי הלכה ומדרשי אגדה, עס איז אויף גאנץ תורה נביאים כתובים, עס האט אין ז ...

מדרש אגדה

דער ספר מדרש אגדה איז א איינע פון די מדרשי חז"ל. געדרוקט צום ערשטן מאהל דורך שלמה באבער אין וויען אין יאהר תרנ"ד. דער נאמען אויפן מדרש האט שלמה באבער געגעבן, דאס איז נישט דער מדרש אגדה וואס רש"י ברענגט ויש מדרש אגדה, לויט ווי שלמה באבער שרייבט אי ...

מדרש הגדול

דער מדרש הגדול איז א גרויסער מדרש, ערהאט געדינט אין תימן און ביי אמאליגע ספרדישע אידן אלס זייער הויפט מדרש. ער איז מסודר אויף די פרשיות פון דער תורה, ער איז געשריבן מיט א פליסיגן גרינגען לשון הקודש, ענדליך ווי די תימנער אידן שרייבן, ער האט כמעט נ ...

מדרש זוטא

איז א מדרש אויפן סיסטעם פון מדרש רבה, אבער אין גאר א קליינע פארמאט, עס האט שיר השירים זוטא, רות זוטא, אסתר זוטא, קהלת זוטא, איכה זוטא עס איז הייסט נישט ארגינאל מדרש זוטא, דאס איז געווען עטליכע קליינע מדרשים אויף חמש מגילות, און דער מחבר שלמה באבע ...

מדרש רבה

מדרש רבה איז א מדרש אויף דער תורה און חמש מגילות, אויף סדר בראשית ווערט ער אנגערופן "בראשית רבה", אויף סדר שמות - שמות רבה א. א. וו. אזוי אויך אויף מגילת שיר השירים ווערט עס אנגערופן "שיר השירים רבה", אויף רות - "רות רבה" און אזוי ווייטער. דער מד ...

פסיקתא דרב כהנא

פסיקתא דרב כהנא איז א מדרש אויף חומש און הפטורות. זי איז א חלק פון דער אלגעמיינער פסיקתא רבתי, אבער אזוי ווי אסאך ראשונים רופן אן דעם אלגעמיינעם פסיקתא מיטן נאמען פסיקתא דרב כהנא, און שלמה באבער האט געהאט א כתב יד פונעם פסיקתא האט ער געדרוקט דעם ...

פסיקתא זוטרתי

די פסיקתא זוטרתא איז געשטעלט אויף די פרשיות התורה, און בדרך כלל ווען מען טרעפט אין ספרים פסיקתא זוטרתי מיינט מען אויף די פרישיות התורה, עס ביישטייט פון קליינע מדרשי חכמים, וואס די חכמים האט געדרשנט אויף די פסוקי התורה, ארויסגענומען פון ש"ס מדרש ר ...

פרק שירה

פרק שירה איז א מדרש ווי עס איז צוזאמען גענומען די שירה וואס דער גאנצער וועלט באשאפעניש און אלע באשעפענישן זינגען און לויבן דעם באשעפער פון דער וועלט. עס איז איינגעטיילט אין זעקס פרקים און עס ווערט מיט א סדר אויסגערעכנט באשעפעניש נאך באשעפעניש מיט ...

פרקי דרבי אליעזר

פרקי דרבי אליעזר איז איינע פון די באוואוסטע מדרשים אויף דער תורה. דער מדרש ווערט געבראכט אין עטליכע גאונים און בעיקר אין א סאך ראשונים פון אייראפע און פון אפריקע וואס האבן געלעבט אין דער מיטל אלטער עפאכע. בדרך כלל איז געווען אנגענומען אז דער תנא ...

תנא דבי אליהו

תנא דבי אליהו איז א מדרש אגדה. אין גמרא שטייט אז אליהו האט גלערנט מיט רב ענן יעדן ערב שבת, א טייל חכמים און חוקרים קלערן אז דערפון איז געמאכט געווארן דעם ספר תנא דבי אליהו. אבער רוב חוקרים היינט האלטן אז דער היינטיקער תנא דבי אליהו איז נישט יעניג ...

אברהם בארנשטיין

רבי אברהם בארנשטיין פון סאכאטשאוו, איז געוועאן אן אדמו"ר און גרינדער פון דעם סאכאטשאווער הויף און דער מחבר פון די ספרים: "אגלי טל" און "שו״ת אבני נזר". ער איז געוועאן באוואוסט ווי איינער פון די גרעסטע למדנים און פוסקים אין פוילן.

שאול בוימאן

הרב שאול בוימאן איז דער מחבר פונעם ספר מפתחי חכמת אמת וואס איז א הקדמה צו קבלה און חסידות. ער איז געבוירן אין פארצעווע תרע"ד געלערנט קודם אין תומכי תמימים ליובאוויטש אין ווארשע, פוילן, נאכדעם אין דער כנסת יצחק ישיבה אין סלאבאדקע און אין קאמעניץ. ...

יעקב בלוי

הרב יעקב ישעיה בלוי איז געווען א מיטגליד אין דעם בית דין פון דער עדה חרדית, און דער רב פון סנהדריה–פאג"י אין ירושלים.

לוי יצחק היילפרין

הרב לוי יצחק היילפרין איז געווען א ירושאלמער רב, אן אויטאריטעט אין עניינים פון הלכה און טעכנאלאגיע. ער איז געווען איינער פון די גרינדער פון דעם "וויסנשאפט און טעכנאלאגיע אנשטאלט פאר הלכה" און זיין דירעקטאר.

יוסף מאיר ווייס

רבי יוסף מאיר ווייס איז געווען אן אדמו"ר און א מקובל, און דער גרינדער פון ספינקער חסידות. ער האט געשריבן זיינע תורות אין דעם ספר "אמרי יוסף", אויף וועלכן נאמען ער איז באקאנט.

יצחק אייזיק ווייס

רבי יצחק אייזיק איז געבוירן געווארן אין ספינקא, מאראמאראש, עסטרייך אונגארישע אימפעריע היינט אוקראינע, צו זיין פאטער הרב יוסף מאיר ווייס, זון פון הרב שמואל צבי ווייס, דער שטאטס רב, און זיין מוטער, מרת פערל, טאכטער פון ר עזרא יעקב באש פון ספינקא. ע ...

דוד זינצהיים

הרב יוסף דוד זינצהיים (פראנצויזיש: David Sintzheim ‏התק"ה, 1745‏ - ז כסלו התקע"ג, 11טן נאוועמבער 1812‏ ער איז געווען דער ערשטער הויפט־רב פון פראנקרייך אין דעם קאנסיסטואר, א נייער אנטשטאלט אויפגעשטעלט דורך נאפאלעאן אין 1808 כדי צו ארגאניזירן די טע ...

יעקב בן אשר

רבנו יעקב בן אשר איז געווען א פוסק, באקאנט ווי דער בעל הטורים צוליב דכם גרויסן הלכה ספר וואס ער האט געשריבן, דעם "טור".

יעקב עמדין

רבי יעקב ישראל עמדין, אויך באקאנט ווי יעב״ץ אין געווען א רב און א גרויסער תלמיד חכם און מחבר פון ספרים. ער איז געווען א זון פון רבי צבי אשכנזי דער ״חכם צבי״. רבי יעקב איז געווען אויסגערופן אלס א גאר שטארקער קנאי קעגן סיי וואס עס שמעקט פון משיחי ש ...

יעקב לארבערבוים

הרב יעקב לארבערבוים זצ"ל איז געווען שטאטס רב אין ליסא, קאליש און סטרי, און איז באקאנט אויף די נעמען פון זיינע ספרים דער חוות דעת אדער דער נתיבות.

חיים חזקיהו מדיני

רבי חיים חזקיה מדיני איז געווען איינער פון די אחרונים, מחבר פונעם ספר שדי חמד און נאך ספרים. ער איז געווען א רב אין קרים און דערנאך איז ער געווארן רב פון חברון.ער האט געהאט א פאטאגראפיסטישער קאפ, און געדענקט צענדליגער טויזנטער מראה מקומות פון כל ...

מרדכי סאוויצקי

ער איז געבוירן געווארן אין לידא, רוסלענדישע אימפעריע היינט בעלארוס, דער זון פון יוסף סאוויצקי. אין זיינע יונגערע יארן האט ער געלערנט ביי הרב יעקב ניימאן וואס האט געפירט די ישיבה אין לידא., ונודע כ״העילוי מלידא״. דערנאך איז ער אריבער לערנען אין דע ...

יעקב שלום סופר

רבי יעקב שלום סופר שרייבער איז געווען א רב און פוסק אין אונגארן, אב בית דין פון פעסט. און מחבר פון תורת חיים אויף שולחן ערוך.

יעקב פערלאוו (פאראייניגטע שטאטן)

רבי יעקב פּערלאָוו איז געווען דער נאוואמינסקער רבי און א ראש ישיבה אין ניו יארק. ער האָט געדינט ווי פרעזידענט פון אגודת ישראל אין אַמעריקע און פארזיצער פון איר מועצת גדולי התורה.

גבריאל צינער

הרב גבריאל צינער איז א תלמיד פון דעם פאפער רבין רבי יוסף גרינוואלד, ער וואוינט אין בארא פארק ער האט דארט א קהילה נטעי גבריאל. ער האט ארויסגעגעבן צענדליגע ספרים אונטערן נאמען נטעי גבריאל, עס איז אויף אלע סארט הלכות, נישואין צוויי בענדער, אבילות צו ...

יצחק אייזיק קראסילשציקאוו

הרב יצחק אייזיק קראסילשציקאוו איז געווען א רב אין פאלטאווע, ראטנפארבאנד, און דער מחבר פון דעם פירוש תבונה אויף ירושלמי און חידושים אויפן משנה תורה פונעם רמב"ם.

שמואל אהרן רובין

הרב שמואל אהרן רובין אדער ראבין - כ"ז תמוז התרל"ז) איז געווען רב אין קארטשין, גאליציע, און מחבר פון "בית אהרן" אויף הלכות גטין און "זרע ישי",‏ א פירוש אויף דער פסיקתא דרב כהנא. ער איז געווען א חסיד פונעם צאנזער רב. הרב שמואל אהרן איז געווען א זון ...

רמח"ל

רבי משה חיים לוצאטו, אדער ווי ער איז באקאנט, דער רמח"ל. איז געווען א באקאנטער מקובל, א פילזאפישער און אנגענומענער רב פון איטאליע. זיין מערסטע באקאנטע ספר איז מסילת ישרים.

אברהם יהודה הכהן שווארץ

הרב אברהם יהודה הכהן שווארץ – כ"ד תשרי תרמ"ד איז געווען שטאטס-רב אין בערעגסאז און מאד, אונגארן, און מחבר פון שו"ת ״קול אריה״.

עדין שטיינזאלץ

הרב עדין שטיינזאלץ איז געווען דער מחבר פון ספרים פון אידישע געדאַנק און ביאורים, ספּעציעל אויף גמרא און חסידות. ער איז באקאנט בעיקר צוליב זײַן פירוש אויף דער גמרא און זײַן ברייטע קענטעניסן אין פֿאַרשידענע פֿעלדער פֿון וויסן. ער האט געדינט אלס פרע ...

שרגא פייוויש שנייבאלג

ער איז געבוירן צו זיין טאטע הרב דוד צבי שנייבאַלג און זיין מאמע מרת שרה באַבטשא. ער איז געווען אבד"ק וויזשניץ און שפעטער געווארן אויפגענומען אלס רב דקהל ״אהבת ישראל וויזניץ״ אין לאנדאן דורך זיין רבי׳ן רבי חיים מאיר האגער פון וויזשניץ, וואו ער איז ...