ⓘ Free online encyclopedia. Did you know? page 84

אסטין

אסטין איז די הויפטשטאט פון דעם שטאַט טעקסאס אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע. אין 2013, איז אסטין געווען די פערטע מערסט באפעלקערטע שטאט אין טעקסאס, מיט א באפעלקערונג פון 885.400, און די 11טע גרעסטע שטאט אין די פאראייניגטע שטאטן. מהאט געגרינדע ...

ארכיפעלאג

אן ארכיפעלאג איז א קייט פון אינזלען. רוב ארכיפעלאגן זענען אינמיטן די אקעאנען, אבער א טייל זענען נאנט צו א יבשה, למשל די 700 אינזלען לעבן סקאטלאנד. יאפאן, ניי זילאנד און קובא זענען לענדער וואס זענען אינגאנצן ארכיפעלאגן.

בארבאדאס

באַרבאַדאס איז א סואווערענער אינזל לאנד אין די קליינע אנטילן, ער איז לאנג 34 ק"מ און ברייט ביז 23 ק"מ, מיט א שטח פון 432 קוואדראט ק"מ. ער געפינט זיך אין דער מערב זייט פונעם צפון אטלאנטישן אקעאן, 100 ק"מ מזרח פון די איבערן-ווינט אינזלען און דעם קא ...

ברייטאן ביטש

ברייטאָן ביטש איז א געגנט ביים אטלאנטישן אקעאן אין ברוקלין, ניו יארק. עס גרעניצט זיך אויך מיט: קאני איילענד און מאנהעטן ביטש. אין 2007 איז די באפעלקערונג באשטאנען פון 75.692 נפשות. אין די פערציגער און פופציגער יארן זענען אהערגעקומען אסאך יודן פון ...

גרענאדע

דער ארטיקל דיסקוטירט דעם אינזל לאנד אין די קאראאיבן. טאמער זוכט איר שטאָט אין שפאניע, זעט גראנאדע. גרענאַדע איז א סואווערענער שטאַט אין דעם דרום־מזרחדיקן טייל פונעם קאראיבישן ים, וואס באשטייט פונעם אינזל גרענאדע מיט זעקס קלענערע אינזלען ביים דרום ...

דאמיניקאנישע רעפובליק

די דאמיניקאנישע רעפובליק איז א לאנד ווו מען רעד שפאניש, וואס געפינט זיך אין דער מזרח טייל פון דעם אינדזל היספאניאלא אין די גרויסע אנטילן צווישן די מערב אינדישע אינזלען. זי האלט אומגעפער צוויי דריטל פון דעם אינזלס שטח. רוב פונעם לאנד איז בערג, ווא ...

דזשאמייקע

דזשאַמייקע איז אן אינזל לאנד אין די גרויסע אנטילן, 234 ק"מ לאנג און 80 ק"מ ברייט, מיט א שטח פון 10.990 קוואדראט ק"מ. זי איז פלאצירט אינעם קאריביאישן ים, 145 ק"מ דרום פון קובא און 191 ק"מ מערב פון היספאניאלא. זי איז פריער געווען א שפאנישע קאלאניע ...

וואודרידזש

וואודרידזש איז א דארף אין פאלסבורג, סאליוואן קאונטי, ניו יארק, אין דער שטאט סאוט פאלסבורג. דער פאסט קאד איז 12789. עס געפינט זיך אין די קעטסקילס און דורכאויס די זומער חדשים איז עס פול מיט אידן וועלכע קומען אין קאנטרי זיך אביסל אויסלופטערן. דער וו ...

וואכאקא

וואַכאַקאַ איז איינער פון די 31 שטאַטן וואס, צוזאמען מיטן פעדעראלען דיסטריקט, נעמען אריין די 32 שטאַטן פון מעקסיקע. ער געפינט זיך אין דרום־מערב מעקסיקע, אין דעם דרום־מערב ווינקל פונעם איסטמאס פון טעהואַנטעפּעק. ער גרענעצט דעם שטאַט פון גערעראָ צו ...

וואנואטו

וואַנואַטו, אפיציעל די רעפובליק פון וואַנואַטו איז א סואווערענער אינזל לאנדאין אקעאניע. דער ארכיפעלאג ליגט 1.750 ק"מ צפון פון אויסטראליע, 500 ק"מ צפון־מזרח פון ניי קאלעדאניע, מערב פון פידזשי און דרום־מזרח פון די סאלאמאן אינזלען. די ערשטע איינוואו ...

וואשינגטאן די סי

וואשינגטאן די סי איז די הויפטשטאט פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע, וואס דארטן איז פלאצירט די קאנגרעס, סענאט און ווייסע הויז. די שטאט געהערט נישט צו קיין שום שטאַט. ארגינעל באציעט זיך עס אויפן נאמען פונעם ערשטן פרעזידענט פון די פאראייניגטע שט ...

וויאמינג

וויאמינג איז איינער פון די פופציג שטאטן אין די פאראייניגטע שטאטן. ער איז א חלק פון די ראקי בערג, א בערגיגע געגנט. וויאמינג האט די קלענסטע באפעלקערונג, ער איז דער 44סטער שטאט פון די 50 שטעט, זײַן הויפטשטאט איז שאַיען. די באפעלקערונג פונעם שטאַט לו ...

וועסט ווירדזשיניע

וועסט ווירדזשיניע איז פלאצירט דרום אין די פאראייניגטע שטאטן און איז דער צענטער שטאַט פון די 50 שטאטן אין אמעריקע. איר הויפטשטאט איז טשארלסטאן. די ארומיגע שטאטן זענן פענסילוועניע צו צפון, אהאיא צו צפון און מערב, קענטאקי צו מערב, מארילאנד צו צפון א ...

טאלאהאסי

טאַלאַהאַסי איז די הויפטשטאט און גרעסטע שטאָט פון דעם שטאַט פלארידע אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע. אין 2010, איז קאלומבוס געווען די 125סטע מערסט באפעלקערטע שטאט אין די פאראייניגטע שטאטן מיט א באפעלקערונג פון 181.376 אין 2010. מהאט געגרינדע ...

טאנגא

טאנגאַ, אפיציעל דאס קעניגרייך פון טאנגא איז א פאלינעזישער סואווערענער אינזל לאנדאין אקעאניע. דער ארכיפעלאג באשטייט פון 177 אינזלען מיט א סה"כ שטח פון 750 קוואדראט ק"מ פארשפרייט אינעם דרומדיקן פאציפישן אקעאן, וואס 52 פון זיי זענען באפעלקערט דורך 1 ...

טרינידאד און טאבאגא

טרינידאַד און טאבאַגא אפיציעל די רעפובליק פון טרינידאַד און טאבאַגא, איז א צוויי־אינזל שטאַט לעבן דעם צפון עק פון דרום אמעריקע, נישט ווייט פון ווענעזועלע און דרום פון גרענאדא. דאס לאנד באדעקט א שטח פון 5.128 קוואדראט ק"מ און באשטייט פון צוויי הוי ...

יוקאן

דער יוקאן איז א טעריטאריע פון קאנאדע, פלאצירט צפון פון בריטישער קאלאמביע, מערב פון די צפון־מערב טעריטאריעס, און מזרח פון דעם אמעריקאנער שטאַט אלאסקע. ער האט א באפעלקערונג פון 42.192, פון וואס 19.000 וואוינער אין דער הויפטשטאט ווייטהארס. דער יוקאן ...

נוארק

נואַרק איז די גרעסטע שטאט אין דעם אמעריקאנישן שטאַט ניו זשערסי, און די צוויטע גרעסט שטאט אינעם ניו יארק מעטראפאליטען שטח, 8 ק"מ מערב פון מאנהעטן. פארט נוארק איז דער גרעסטער פארט אויפן מזרח בארטן פון די פאראייניגטע שטאטן. אין נוארק זענען הויפטקווא ...

ניו זילאנד

ניו זילאנד איז אַן אינזל־לאַנד אין דעם דרום פאציפישן אקעאן, וואס אנטהאלט צוויי גרויסע אינזלען, צפון אינזל און דרום אינזל, מיט עטלעכע 600 קליינע אינזלען. 4.1 מיליאָן פּערזאָנען ווױנען דאָרט. זײַן הױפּטשטאָט איז װעלינגטאָן און די מערסט באפעלקערטע ש ...

ניו יארק סיטי

די שטאָט ניו־יאָרק איז די סאַמע באוואוינסטע שטאָט אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע און דער צענטער פונעם ניו יארק מעטראפאליטען שטח. זי געפינט זיך אין דעם שטאַט ניו יארק און האט א באפעלקרונג פון 8.5 מיליאן. איר גרויסקייט און שטח איז 321 קוואדרא ...

ניי-גינע

ניי־גינע איז דער צווייט־גרעסטער אינזל אין דער וועלט, נאך גרינלאנד, מיט א שטח פון 786.000 קוואדראט ק"מ. די צאל איינוואוינער איז אומגעפער 7.5 מיליאן, מיט א נידריגער געדיכטקייט פון 8 נפשות צו א קוואדראט ק"מ. ניי־גינע ליגט אינעם פאציפישן אקעאן, צפון ...

סאלאמאן אינזלען

די סאלאמאן אינדזלען איז א סואווערענער שטאט אין אקעאניע וואס באשטייט פון בערך 990 אינדזלען, מזרח פון פאפוע ניי גינע און צפון־מערב פון וואנואטו. דאס לאנד באדעקט א שטח פון יבשה גרויס 28.400 קוואדראט ק"מ. די הויפטשטאט פונעם ארכיפעלאג איז האניארע.

סאלט לייק סיטי

סאלט לייק סיטי איז די הויפטשטאט און מערסט באפעלקערטע שטאָט פון דעם שטאַט יוטא אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע. די שטאט איז געגרינדעט געווארן אין 1847 דורך בריגהאם יאנג, איינער פון די פירער פון דער מארמאן באוועגונג, וואס איז היינט הויפטקווארט ...

סאנט לואיס

סאַנט לואיס איז א שטאט אין דעם שטאַט מיזורי אין די פאראייניגטע שטאטן וואס ליגט אויפן ברעג פון דעם טייך מיסיסיפי. די שטאט געפינט זיך אויף דער מזרח זייט פונעם שטאַט אויפן גרענעץ מיט אילינוי, אויף דער מערב זייט פון דעם מיסיסיפי. סאנט לואיס איז דער צ ...

סידני

סידני איז די גרעסטע און די מערסטע באפלעקערסטע אין אויסטראליע, און די שטאַט הויפטשטאט פון ניו סאוט וויילס. סידני ליגט אויפן דרום־מזרח בארטן פון אויסטראליע ביים טאסמאן ים. ביים 2006 צענזוס האט סידני געהאט 4.119.190 איינוואוינער. דער אוניווערסיטעט פ ...

עמפייער סטעיט בילדינג

די עמפייר סטייט בילדינג איז א 103שטאקיגע וואלקן קראצער אין מאנהאטן, ניו יארק, וועלכע איז היינט די העכסטע געביידע אין דער שטאט זינט די אטאקע און צוזאמענפאל פון דעם וועלט האנדל צענטער. דער דאך פון דער געביידע איז הויך 381 מעטער און, צוזאמען מיט איר ...

ערמאנט

ערמאנט איז א דערפל אין ראמאפא, ראקלענד קאונטי, ניו יארק. דאס דערפל איז געגרינדעט און באזירט געווארן אין יאר 1991. עס געפונט זיך צפון פון ניו זשערסי, מזרח פון סאפערן, דרום פון מאנסי און מאנטעבעלא און מערב פון טשעסנאט רידזש. דער פאראייניגטע שטאטן צ ...

פאפוא ניי גינע

פאַפואַ ניי גינע ענגליש: Papua New Guinea ; טאק פיסין: Papua Niugini, אפיציעל דער אומאפהענגיק שטאַט פון פאַפואַ ניי גינע, איז א לאנד אין אקעאניע וואס פארנעמט דעם מזרח טייל פונעם אינזל ניי-גינע צפון פון אויסטראליע. דער מערב טייל פונעם אינזל געהערט ...

פידזשי

פֿידזשי, אפיציעל די רעפובליק פון די פֿידזשי אינזלען, איז אן אינזל פאלק אין דעם דרום פאציפישן אקעאן אומגעפער 2000 ק"מ צפון־מזרח פון ניי זילאנדס צפון אינזל. די ארומיגע לענדער זענען וואנואטו צו מערב, נייע קאלעדאניע צו דרום־מערב, קערמאדעק צו דרום־מזר ...

פלארידע

פלארידע איז איינע פון די 50 שטאַטן פון אמעריקע, זי ליגט אויפן דרום-מזרח טייל פונעם לאנד. און ווערט אנגערופן דער גן עדן פון אמעריקע. א דאנק איר ווארימער קלימאט וואס הערשט אין פלארידע אויך אין קאלטע ווינטער טעג, שטראמען אהין הונדערטער טויזנטער אמרי ...

קאלומבוס, אהייא

קאלומבוס איז די הויפטשטאט און גרעסטע שטאָט פון דעם שטאַט אהייא אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע. אין 2010, איז קאלומבוס געווען די פופצנטע מערסטע באפעלקערשטע שטאט אין די פאראייניגטע שטאטן מיט א באפעלקערונג פון 787.033. מהאט געגרינדעט די שטאט א ...

קובא

דאס קובאַ, אפיציעל די רעפובליק פון קובא איז א קליין אינזל לאנד, וואס פארשטעלט זיך פון דעם הויפט אינדזל קובא, דער איסלא דע לא כאוווענטוד און א פאר קליינע ארכיפעלאגן. קובא איז פלאצירט אין די צפון קאראאיבן וואו דער קאראיבישער ים, דער איינגאס פון מעק ...

קעמברידזש, מאסאטשוסעטס

קעמברידזש איז א שטאָט אין מאסאטשוסעטס, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, לעבן באסטאן. אין קעמברידזש געפינען זיך הארווארד אוניווערסיטעט און מאסאטשוסעטס אינסטיטוט פון טעכנאלאגיע.

ראמאפא

כתר – ווילעדזש ערמאנט – ווילעדזש סענדיפילד – א האמלעט. סאפערן פארק – א האמלעט לעבן סאפערן. ניי העמפסטעד – ווילעדזש ראמאפא – דער האמלעט פון ראמאפא אין דרום־מערב טייל פון דער שטאט. סטערלינגטאן – א פלאץ לעבן סלאטסבורג. האַרימאַן שטאַט פאַרק – א שטאט ...

ראקי בערג

די ראקי בערג זענען א גרויסע בארג קייט אין מערב צפון אמעריקע. די ראקי בערג ציען זיך מער ווי 4.800 ק"מ צפון בריטיש קאלאמביע, אין מערב קאנאדע, ביז ניו מעקסיקא, אין דרום־מערב פאראייניגטע שטאטן. אחוץ די ראקי בערג איז דא אנדערע בארג קייטן צו מערב. די ב ...

רעגנוואלד

א רעגנוואלד איז א וואלד כאראקטיזירט מיט א גרויסער קוואנטיטעט פון רעגן. סאיז אנגענומען אז אין א רעגנוואלד דארף א מינימום פון 1750 צו 2000 מילימעטער אראפגאלאזטע פייכטקייט אין א יאר. א רעגנוואלד פאדערט א טראפישן קלימאט מיט הויכער היץ און הויכער פייכ ...

עקספלאראציע

עקספּלאָראַציע אדער אויספֿאָרשונג איז דער אקט פון זוכן און רייזען פארן ציל פון אנטדעקן נייע לענדער אדער קוילן, וואסער, היילן גאז אדער נאפט און סתם נייע אינפארמאציע וואס די מענטשהייט ווייסט נישט דערפון ביז אהער. איינער וואס איז עוסק אין אן אויספאר ...

באַרג

א בארג איז א מאסע פון שטיינער און ערד וואס איז הויך עטלעכע הונדערטע מעטער העכער פון דער ארומיגער געגנט. רוב בערג אין דער וועלט האבן נישט ענצעלע שפיצן, נאר זיי שאַפֿן א באַרגרוקן. א בארג איז שיפער פון א בערגל. א גרויסער טייל פון די בערג געפינען זי ...

אוראל

אוראַל אדער דאס אוראַל־געבערג איז א בארג־קייט וואס ליגט צפון-דרום, און צעטיילט רוסלאנד אין מזרח און מערב טיילן. דער מזרח טייל פון רוסלאנד איז אין אזיע און דער מערב טייל אין אייראפע. די אוראל בארג־קייט ציט זיך 2.500 ק"מ פון די סטעפן ביים צפון גרענ ...

אלפן

די אַלפן זענען א גרויסע רייע בערג אין אייראפע וואס ציט פֿון עסטרייך און סלאוועניע אין מזרח, דורך איטאליע, שווייץ, ליכטנשטיין און דייטשלאנד ביז פֿראנקרייך אין מערב. דאס ווארט "אלפן" שטאמט פֿון לאטייניש Alpes. דער העכסטער בארג פֿון די אלפן איז מאן ...

בארג ראריימע

בארג ראריימע איז דער העכסטער פון דער פאקאריימע בארגקייט פון טעפואי פלאטאס אין דרום אמעריקע.:156 דער העכסטער פונקט אין גייאנע און דער העכסטער פונקט פונעם בראזיליאנעם שטאַט ראריימע ליגן אויפן פלאַטא, אבער ווענעזועלע און בראזיל האבן ערגעץ אנדערש העכ ...

בארג ראשמאר

בארג ראַשמאר נאציאנאלער אנדענק איז א גרויסע סקולפטור אויף בארג ראַשמאר אין דרום-דעקאטע, וווא סאיז איינגעקריצט פיר פנימער פון בארימטע אמעריקאנער פרעזידענטן, אין די גראניט שטיין פון בארג ראשמאר. דער בארג פארמאגט אויסגעשניצט די פענימער פון די פרעזיד ...

הינדו קוש

אין דעם מזרחדיקן טייל פון דער קייט דערגרייכן די בערג צו א הייך פון מער ווי 6000 מעטער. דער העכסטער שפיץ אין דער קייט איז טיריטש-מיר אין פאקיסטאן וואס איז הויך עטלעכע 7.690 מעטער. וואס מער מגייט צו מערב ווערט נידעריגער די הייך, ביז אינמיטן דער קיי ...

הר סיני

דער בארג סיני געפינט זיך אין א בערגיגן מדבר וועלכער איז אנגערופן אין תנ"ך אויפן נאמען פונעם בארג, מדבר סיני. דער פונקטליכער ארט פונעם בארג איז היינט שווער אנצוצייכענען, וויבאלד עס געפונען זיך אין יענעם געגנט פיל בערג און בערגלעך. אין צייט פון תנ" ...

מעמד הר סיני

מעמד הר סיני איז די שטאנד וואס די יידן באקומען די תורה פון משה רבינו און גאט מאכט א בונד מיט די יידן. לויט די יידישע טראדאציע איז בארג סיני דער ארט וווּ משה רבינו האט באקומען די תורה פון גאט אומגעפער אין יאר בתק"י. וְכָל-הָעָם רֹאִים אֶת-הַקּוֹלֹ ...

עווערעסט

בארג עווערעסט אין נעפאל, א בארג אין דער הימאלייע קייט, איז דער העכסטער בארג אין דער וועלט, הויך 8848 מעטער. דער בארג האט באקומען דעם נאמען "עווערעסט" אין 1856. דער גרענעץ צווישן נעפאל און טיבעט גייט אדורך דעם שפיץ פונעם בארג. אויף טיבעטיש הייסט ד ...

קארפאטן בערג

47°0′N 25°30′E די קאַרפאַטן בערג אדער קאַרפאַטן פויליש, טשעכיש און סלאוואקיש: Karpaty זענען א בארגקייט וואס שאפן א בויגן לאנג בערך 1.500 ק"מ איבער צענטראל און מזרח אייראפע; זיי זענען די צווייטע לענגסטע בארגקייט אין אייראפע, נאך די סקאנדינאווישע ב ...

קעגן לבנון בערג

די קעגן לבנון בערג, איז א קייט פון בערג, וועלכע געפונען זיך אין לבנון, און דינט אלס גרעניץ צווישן לבנון מיט סיריע. די לענג פון די בערג זענען 150 קילאמעטער, פון דרום איז הר חרמון וועלכע איז א פונקט פאר גרעניצן צווישן דריי לענדער, ישראל, סיריע און ...

האלבאינזל

די באלקאן לענדער זענען אן האלבאינזל וואס שליסט איין אלבאניע, באסניע און הערצעגאווינע, בולגאריע, גריכנלאנד, מאנטענעגרא, צפון-מאקעדאניע, סלאוועניע, סערביע, קאסאווא, קראאטיע, רומעניע און דעם אייראפעישן טייל פון טערקיי.

אויטאנאמישע רעפובליק פון קרים

דער ארטיקל דיסקוטירט די אוקראינישע רעפובליק אויפן האלבאינזל קרים. טאמער זוכט איר דעם האלבאינזל אליין, זעט קרים. די אויטאנאמישע רעפובליק פון קרים ‏ איז אן אויטאנאמישע רעפובליק, אין דרום אוקראינע, פלאצירט אויפן קרים האלבאינזל אויפן צפון ברעג פונעם ...