★ Free online encyclopedia. Did you know? page 94

דייטשמעריש

דײַטשמעריש איז א באגריף פאר ווערטער אין יידיש וואס שטאמען פונעם מאדערנעם דייטשיש וואס מהאט אין סוף דעם 18טן י"ה און אין פארלויף פון כמעט דעם גאנצן 19טן י"ה אריינגעפירט אין יידיש, ווי למשל ווערטער: שטונדע אנשטאט שעה, שטראסע אנשטאט גאס און אין דעם ...

יונג יידיש

יונג יידיש איז א געזעלשאפט פון א גרופע מיט יונגע טעטיקערס וואס זייער ציל איז צו אנהאלטן די יידישע שפראך זאל נישט פארניכטעט ווערן. געגרינדעט אין 1993 און אנגעפירט פונעם קינסטלער שרייבער און קולטור-טוער מענדי קאהן אדער מנחם כהנא. יונג יידיש האט א ז ...

יידישע אויסלייגן

יידישע אויסלייגן זענען אָרטאָגראַפישע סיסטעמען, וואָס ווערן באַניצט צו שרייבן די יידישע שפּראַך. ס׳רוב פון זיי פאַרווענדן יידישן אלף־בית. אָרטאָגראַפישע פיל־מיניקייט איז זייער כאַראַקטעריסטיש פאַר יידיש, אַזוי ווי אויך פאַר אַנדערע יידישע לשונות, ...

יידישע דיאלעקטן

די יידישע שפּראַך איז געווען פּאָפּולער צווישן די יידן אין אַ סך לענדער אין אייראָפּע, און דערפאַר האָבן זיך אַנטוויקלט אַ ריי מינים יידישע דיאַלעקטן, אַריינגערעכנט די היינט־צייטיקע פּוילישער, אוקראַאינישער און ליטווישער דיאַלעקטן. עס האָט זיך אַ ...

ייווא

ייִוואָ איז אַן אינסטיטוציע געווידמעט דער פֿאָרשונג און פֿאַרהיטונג פֿון דער קולטור, שפּראַך און געשיכטע פֿון אַשכּנזישן ייִדנטום. ער איז געגרינדט געוואָרן אין ווילנע אין 1925. באַזונדערס וויכטיק זענען זײַנע אויפֿטוען אינעם תּחום פֿון דעפֿינירן א ...

ליטווישער יידיש

ליטווישער, אָדער צפון־מזרחדיקער, יידיש איז איינער פון די מאָדערנע דיאַלעקטן פון יידיש, היסטאָריש אַנטוויקלט אין צפון־מזרח אייראָפּע, אין דער יידישער ליטע. ליטווישער יידיש געהערט צו דער מזרחדיקער צווייג פון יידיש, וואָס איז אויך כולל פּוילישן און ...

ליסטע פון אונגערישע ווערטער אין יידיש

מערסטנס פון די ווערטער זענען נישט ברייט פארשפרייט אין אלע דיאלעקטן פון יידיש, וויבאלד די אונגערישע יודן האבן נישט געהאט אזויפיל יודיש שרײַבער און דיכטער - איבערהויפט אין פארגלייך מיט פוילן און רוסלאנד. למעשה היות רוב אקטיווע יידיש־רעדער זענען הײַ ...

ליסטע פון דייטשע ווערבן אויף אידיש

איינרעכענען - Einrechnen. אויסזעהן - Aussehen. איינפלעכטן - Einflechten. אפרייסן - Abreißen. אפרופן -Abrufen. אנצייכנען - Anzeichnen. אפרעדן - Abreden. אנרופן - Anrufen. אויפגעבן - Aufgeben. אויסלייגן - Auslegen. אנפאנגען - Anfangen. אויסקומען - ...

יצחק ניבארסקי

ניבארסקי איז געבוירן געווארן אין בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע, אין 1947, א בן־זקונים צו זיינע עלטערן וואס האבן עמיגרירט פון כארזשל, פוילן. זיך געלערנט אין אַ ייִדיש־וועלטלעכער שול. דעביוטירט מיט לידער אויף ייִדיש אין 1964 אויף די זײַטן פֿון "יונגער ...

קירצונגען אין דער יידישער שפראך

עס איז פאראן דריי אופנים צו באצייכענען קירצונגען: אַפּאָסטראָף איין שטריכל ווען מען קירצט אן איינציק ווארט. מיט איין פינטל באצייכנט מען פרט נעמען. מ. שומאכער אד"גל. גענדזנפיסלעך שטריכעלעך ביי ראשי־תיבותן אדער פאר יארן פון דעם יידישן לוח. באמערקונ ...

װײַבערטײַטש

װײַבערטײַטש איז א פעמיניסטישע, יידישיסטע, וועכענטליכע פּאָדקאַסט, מיט אן אינהלאַט וואס פֿאָקוסירט זיך ספּעציִעל אױף פֿרױען, אױפן פֿעמיניזם, און אױף קװירע ענינים. עס איז אנגעפירט ביי סאָסיע פֿוקס, אַ דאָקטאָראַנטקע אין ייִדישע שטודיעס אינעם ניו־יא ...

יידישע אויטאנאמע געגנט

די ייִדישע אױטאָנאָמע געגנט איז אַ געגנט אין רוסלאנד. עס איז געגרונדעט געווראען אין יאר תרצ"ד אלס א יידישער שטח. די אפיציעלע שפראכן זענען רוסיש און יידיש.

אמורזעט

אַמורזעט געפינט זיך אויפן ברעג פונעם טײַך אַמור, 180 קילאָמעטער צום דרום-מערב פון דער שטאָט ביראָבידזשאַן. עס איז פאַרבונדן מיט אַ שאָסיי מיטן דאָרף ביראָפעלד פונעם ביראָבידזשאַנער ראַיאָן. דאָס דאָרף אַמורזעט איז געגרינדעט געוואָרן אין 1928 דורך ...

זארעטשנאיע

זארעטשנאָיע איז א דארף אינעם אָבלוטשיער ראיאן פון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט אויף דער גרענעץ מיט דער אמורער געגנט פון דער רוסלענדישער פעדעראציע. עס געפינט זיך אויפן רעכטן ברעג פונעם טייך כינגאן, 32 קילאמעטער פון דער שטאט אָבלוטשיע. לויט די א ...

סמידאוויטש

סמידאָוויטש איז געגרינדעט געוואָרן אין 1910 אונטערן נאָמען "אין"אַלס יישוב בִײַ דער אײַזנבאַן סטאַנציע, וואָס האָט דעמאלט געטראָגן און טראָגט ביז איצט דעם זעלבן נאָמען. אין 1934 איז דער נאָמען פונעם יישוב געביטן געוואָרן אויף סמידאָוויטש לויטן נא ...

שמשון

שמשון איז געווען א רעליגיעזע יידישער יוגנט באַוועגונג אין די פאַרייניגטע שטאַטן. שמשון איז געגרינדעט געוואָרן דורך מרדכי וווטשער, אין תרצ"ו. מרדכי וווטשער איז געווען אַ וויכטיגער פיגור אין דער באַוועגונג איבער זיין עקזיסטענץ. די ציל פון דער ארגאנ ...

אלישע

ווען זיין רבי אליהו הנביא האט געדארפט אוועקגיין פון דער וועלט, איז אלישע מיט געגאנגען מיט אים ביז צום נהר הירדן, און האט געבעטן פון זיין רבין צו ירשענען די נבואה און כוח פון זיין רבין אליהו, האט אליהו צו אים געזאגט, אז אויב אלישע וועט באשטיין צו ...

יהושע

דער ארטיקל דיסקוטירט יהושע בן נון. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט יהושע באדייטן. יהושע בן נון איז געווען דער פירער פון כלל ישראל און דער ממלא מקום פון משה רבינו נאך זיין פטירה. ער האט אריינגעפירט די יידן קיין כנען, באַזיגט די דארטיגע פעלק ...

יחזקאל

יחזקאל איז געווען א זון פון "בוזי הכהן", און עס זענען דא וואס זאגן אז דאס איז ירמיה הנביא. ער געגאנגען אין גלות קיין בבל צוזאמען מיטן גלות יהויכין נאך פארן חורבן בית המקדש, און דארט האט ער געזאגט די מערהייט פון זיינע נבואות. לויט די טראדיציע געפי ...

ירמיהו

דער ארטיקל דיסקוטירט דעם נביא ירמיהו. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט ירמיהו באדייטן. ירמיהו בן חלקיהו איז געוועזן א כהן און א נביא פון מלכות יהודה און א ביסל פון מלכות ישראל אין פארלויף פון 40 יאר פון יאר גקל"ג ביז גקע"ד ווען מען האט געהר ...

נתן הנביא

ער האט נבואה געזאגט צו דוד אז זיין זון שלמה וועט איבערנעמען די מלוכה נאך אים. ווען דוד המלך איז שוין געווען אויף דער עלטער און זייער קראנק, האט אדוניהו דער בן-בכור פון דוד געוואלט פארכאפן די מלוכה פון זיין טאטן דוד, און ער האט זיך ערקלערט אלס קענ ...

אדל

אָדל איז געווען די טאכטער פון בעש"ט. אָדל האט חתונה געהאט מיט ר יחיאל אשכנזי מען האט אים גערופן ביי חסידים דער דייטשל, וויבאלד ער איז געקומען פון דייטשלאנד. ער ווערט פאררעכנט ביי חסידים ווי א צדיק נסתר, ער האט געהאט דריי קינדער פון אדל, א טאכטער ...

לאה אסתר האגער

רעביצין לאה אסתר האגער איז געווען די ערשטע ווייב פון הרה"ק רבי משה יהושע האגער זצ"ל, דער פריערדיגער וויזשניצער רבי פון בני ברק.

טראני טווערסקי

הרבנית טראני טווערסקי איז געווען די רביצין פון דעם דריטן סקווערער רבין, רבי יעקב יוסף טווערסקי. זי איז געווען די טאכטער פון רבי פיניעלע אוסטילער און מרת חנה רחל, טאכטער פֿונעם בעלזער רב, רבי ישכר דוב רוקח. זי איז געווען באקאנט אלס א ריכטיגע רביצי ...

סאשע טייטלבוים

רעבעצין סאשא, איז געבוירן געווארן אין בני ברק אין יאר צו איר פאטער, דער פריערדיגער וויזשניצער רבי משה יהושע האגער זצ"ל און צו איר מוטער מרת לאה אסתר ע"ה, די טאכטער פון רבי חיים מנחם מענדל פאנעט פון דעעש און מרת סאשא נאך וועמען זי הייסט הי"ד. אלס ...

מלכה רוקח

מלכה רוקח איז געווען די ערשטע בעלזער רעבעצין, ווייב פון רבי שלום רוקח, גרינדער פון בעלזא, און מוטער פון רבי יהושע רוקח, דער צווייטער אין דער דינאַסטיע.

שבע ברכה ערנסטער

מרת שבע ברכה ערנסטער איז געווען שטארק טעטיג אין דעם צווייטן וועלט קריג צו ראטעווען יידן פון די הענט פון די נאציס. זי האט געשטיצט איר מאן, הרב משה ערנסטער, אין אויפשטעלן קרית מאור חיים אין צפת און ירושלים צו לינדערן די קאסטן פון באהויזונג.

בת-שבע קאניעווסקי

רביצין בת-שבע אסתר קאַניעווסקי, געבוירן בת-שבע אסתר אלישיב, איז געווען די ווייב פון הרב חיים קאניעווסקי און א רוחניותדיקע פירערין. אנדערש ווי רוב רביצינס, בפרט ביי די ליטווישע, פלעג זי אויפנעמען מענטשן. פרויען פון אלע שטראמען זענען געקומען צו איר ...

פריידא גיטל ראטנבערג

פרידא גיטל איז געבוירן געווארן אין קערעסטיר ט"ו אב תרפ"ח צו רבי מאיר יוסף רובין, קערעסטירער רבי, אן אוראייניקל פון רבי מנחם מענדל רובין פון גלאגאוו, און זיין ווייב מרת רבקה צירל, א טאכטער פון הרב אברהם שטיינער פון קערעסטיר, א זון פון רבי ישעיהלע ...

שרה רוקח

זי איז געבוירן פרייטאג כ"ח חשוון יאר תש"ז צו איר פאטער רבי משה יהושע האגער, וואס איז שפעטער געווארן וויזשניצער רבי, און איר מוטער מרת לאה אסתר. זי האט געלערנט אין דער וויזשניצער שולע אין בני ברק. זי האט חתונה געהאט מיטן צוקונפטיגן בעלזער הרב ישכר ...

חיה מושקא שניאורסאן

רעבעצין חיה מושקא שניאורסאן איז געווען די טאכטער פון רבי יוסף יצחק שניאורסאהן, דער זעקסטער רבי פון חב"ד-ליובאוויטש, און די ווייב פון רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, דער זיבעטער רבי פון של חסידות חב"ד.

עמרם בלוי

ר עמרם בלוי דער גרינדער פון די נטורי קרתא, איז א ירושלימער איד וואס האט געקעמפט טאג און נאכט קעגן חילול שבת אין ירושלים און אלע פרייע פרצות וואס האט זיך דארט אפגעטאן.

רפאל בלום

רבי רפאל בלום איז געווען דער קאשויער רב. א גרויסער עניו צדיק גאון און לוחם קעגן אלע מאדערענע זאכן וואס זענען נאר פארגעקומען. ער האט אויפגעשטעלט אסאך תלמידים און חסידים וואס זענען פארשפרייט אין גאנץ ניו יארק, אממערסטענס אין וויליאמסבורג און בארא פ ...

אליעזר חיים בלום

ער איז געבוירן געווארן כ"ו תשרי התרצ"ט אין די שטאט קאשוי צו זיינע עלטערן רבי רפאל בלום און חנה מלכה א טאכטער פון הרב משה גרינפעלד ז"ל פון מיהאלאוויץ. ער איז געווען איינער פון די פאסאזשירן וואס זענען מיטגעפארן אין דער קאסטנער באן צוזאמען מיט רבי י ...

די וועלט

די וועלט איז א חודשליכער זשורנאל וואס קומט אן אויף דער פאסט צו אלע אנ"ש און מעמבערס פון קהל ייטב לב דסאטמאר. דער רעדאקטאר איז א סאטמארער חסיד, ר אלימלך לייפער. אויפגעוואקסן אין אנטווערפן בעלגיע טראגט ער דעם חסידישן פלאקער פון שעצונג לכל הקודש לבי ...

משה יודא דייטש

ר משה יודא דייטש איז געווען דער רעגלמעסיקער עדיטאריעל שרייבער פון דער סאטמאר זאליס צייטונג, דער איד. ער וואוינט אין קרית יואל און קערט זיך אן צו די זאליס. זיין פאפולערקייט שטאמט נאך פון זיין אמאליקער וועכנטלעכער קאַלום אין דער איד אויף א מאדערן ל ...

ישראל דוד ווייס

ישראל דוד ווייס איז דער אפיציעהלער ווארט-זאגער פון דער אנטי ציוניסטישע נטורי קרתא פראקציע בית יהודי וואס איז אונטער דער פיהרערשאפט פון הרב משה בער בעק אין דער שטאט מאנסי, ניו יארק. זייענדיג א טאלאנטפולער רעהדנער, ווי אויך צוליב וואס ער קען א געשל ...

אברהם לייטנער

הרב אברהם לייטנער איז געווען א רב אין מאנטעווידעא, אורוגוויי. ער איז געווען א גרויסער תלמיד חכם. ער האט געוואוינט אין וויליאמסבורג, ברוקלין, און איז געווען אנגענומען אלס רב ומורה צדק ביי די סאטמארער קרייזן. ער איז געווען באטראכט אלס א חשובער רב ב ...

חיים שלום לעפקאוויטש

חיים שלום לעפקאוויטש איז א געוועזענער סאטמארער חסיד וואס איז היינט אן אקטיווער מיטגליד אין די נטורי קרתא באוועגונג פון מאנסי. ער קומט פון די פארצווייגטע, איינפלוספולע לעפקאוויטש פאמיליע אין סאטמאר, פיל פון וועלכע פארנעמען היינט-צו-טאגס סאטמארער פ ...

פנחס פעלדמאן

הרב ישראל פנחס הלוי פעלדמאן איז היינט צוטאגס דער ראש הקהל פון קהל בית יהודי, א פראקציע פון נטורי קרתא וואס איז לאקירט אין דער שטאט מאנסי, ניו יארק אין ראקלענד קאונטי. ער איז געוועזן דער אייגנטומער פון דעם יראים טשאפעל אין וויליאמסבורג פאר לאנגע י ...

יענקל קעלנער

יענקל קעלנער וואוינט אין קרית יואל, מאנרוי, און איז טעטיג דארטן צו היטן די גדרי הצניעות והקדושה. סאיז דא וואס קלערן אז ער געהער צו די בני יואל, אבער ער דרייט זיך און איז אקטיוו אין דער ווייסער שול פון דער צענטראלער קהילה. קעלנער איז באוואוסט אלס ...

אמיש

די אַמיש זענען פּראָטעסטאַנטישע קריסטן וועלכע שטאַמען פון דער שווייץ און דײַטשלאַנד און היטן אָפּ זייער גלויבן זיך נישט צו לאָזן פון קיין שום מאָדערענע לוקסוס און טעכניק. זיי וואוינען בעיקר אין די פאַראייניגטע שטאַטן פון אַמעריקע און אין קאַנאַדע ...

מארטין לוטער קינג

מארטין לוטער קינג איז געווען א שווארצער גלח און בארימטער רעדנער וועלעכע האט געקעמפט פאר די רעכטען פון די שווארצע אין די כ יארן ווען די שווארצע זענען נאך געווען גערעכנט אלץ צווייטע קלאס בירגער. די מערסטע איז ער באקאנט מיט זיין בארימטע דרשה אין ווא ...

אבו האמזא

דער ארכי טעראריסט אבו האמזא, ניין און פערציג יאר אלט, אן אפשטאמיגער פון עגיפטן, און א מיטגליד פון דעם פינסבערי פארק מאסק, האט פאר עטליכע יאר געדינט אלס דער אימאם דארט, ביז מען האט אים באזייטיגט, ווייל ער האט געהאלטן דארט ראדיקאלע רעדעס, וואס אין ...

רבי

פאר דעם ארטיקל איבער חסידישע רביס, זעה אדמו"ר. רבי איז דער טראדיציאנעלער יידישער טערמין פאר איעדער וואס לערנט-אויס זיינע סטודענטען תורה אדער יראת שמים. דאס ווערט געניצט דורך תלמידים אין חדר אדער ישיבה פאר זייערע לערער, אדער דורך ערוואקסענען פאר ד ...

יצחק זרחיה אזולאי

ר יצחק זרחיה אזולאי איז געווען א אייניקל פון ר אברהם אזולאי־ דער בעל מחבר פונעם וואנדערבארן ספר חסד לאברהם. ר יצחק איז געווען דער טאטע פון דעם גרויסן באקאנטן גאון און צדיק חיד"א. אין שו"ת אדמת קודש שרייבט ער אויף איהם "גזע היחס והמעלה, בנן של קדו ...

רפאל ישעיהו אזולאי

רבי רפאל ישעיהו אזולאי איז געווען רב אין אנקאנא, איטאליע. רפאל ישעיהו איז געווען א זון פון חיד"א. דורך דער אינטערווענץ פונעם חיד"א איז ער געווארן רב אין דער שטאט אנקאנא, אין איטאליע. זיין זון איז געווען ר משה ב"ר רפאל ישעיהו אזולאי. איינמאהל האט ...

אליעזר בערלאנד

אליעזר בערלאנד איז א בראסלעווער משפיע, פון אלטשטאט ירושלים, ער גייט מיטן ירושליםער פֿולן לבוש, וואס האט קודם געלערנט ביי די ליטווישע עליטישע חינוך סיסטעם אין כפר חסידים ישיבה און אין פאנאוועזשער כולל. דערנאך איז ער געווארן א קנאי. אין מרחשון תשע״ ...

משה ראובן אסמאן

ר משה ראובן אסמאן איז דער רב פון די בראדסקי שול, אין קיעב הויפט שטאט פון אוקריינע, ער איז א רוסישע געבוירענער וואס איז געווארן מקורב צו תורה לעבן דורך חבד שלוחים, און איז דערנאך אויסגעוואקסן אלס א אייגענער שליח, פארשטייענדיג דעם מאנטאליטעט און רע ...

ישראל בערגער

ישראל בערגער איז געבוירן כ"ח שבט שנת תרט"ו אין דער שטאט מאדיאר-לאפאש, אונגארן, צו זיין פאטער רבי יצחק שמחה, א זון פון הרב רבי יחיאל מיכל וואס איז געווען א שוועסטער קינד פונעם רבי קלונימוס קלמן שפירא, דער "מאור ושמש". עס איז געווען א גרויסער בעל י ...

Encyclopedic dictionary

Translation
Free and no ads
no need to download or install

Pino - logical board game which is based on tactics and strategy. In general this is a remix of chess, checkers and corners. The game develops imagination, concentration, teaches how to solve tasks, plan their own actions and of course to think logically. It does not matter how much pieces you have, the main thing is how they are placement!

online intellectual game →