ⓘ אהרן בערנשטיין. רבי אהרן בערנשטיין איז געווען דער ראש ישיבה פון חיי עולם אין ירושלים און א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל. ..

                                     

ⓘ אהרן בערנשטיין

רבי אהרן בערנשטיין איז געווען דער ראש ישיבה פון חיי עולם אין ירושלים און א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל.

                                     

1. ביאגראפיע

רבי אהרן בערנשטיין איז געבוירן געווארן אין יאר התרע"ח צו זיין פאטער רבי פישל דיין ראב"ד פון עדת החסידים אין ירושלים, א קארלינער חסיד און באוווסטער גאון און צדיק ווי אויך א גרויסער יחסן.

רבי אהרן איז געווען א גרויסער און באוווסטער עילוי. גאר יונג האט ער זיך שוין געשריבן אין לערנען מיט גדולי אר"י, בעיקר איז רבי אהרן שטארק נתקרב געווארן צום טשעבינער רב וואס האט אים געגעבן היתר הוראה, א זאך וואס נאר איינצילע האבן דערצו זוכה געווען.

אין יאר התרצ"ט האט ער חתונה געהאט מיט דינה, טאכטער רבי יצחק מאיר האגער אב"ד ור"מ סטאנעוויטצא אין אוקריינא. נאך אלס יונגערמאן איז ער אויפגענומען געווארן אלס ראש ישיבה אין דעם באוואוסטן חסידישן ישיבת חיי עולם, און שפעטער איז ער אויך געווארן דיין אין בי"ד פון אגודת ישראל. נאך זיין פטירה און עלטער פון זעקס און זיבעציק יאר, איז צונויפגעקליבן געווארען זיינע חידושים אויף סוגיות הש"ס דורך זיינע קינדער אינער ספר פרי אהרן.

רבי אהרן איז אויך דער שווער פון אדמו"ר רבי משה לייב ראבינאוויטש דער מונקאטשער רבי.

                                     

2. משפחה

די קינדער פון רבי אהרן און זיין ווייב דינה זענען:

  • מלכה יענטא, ווייב פון הרב מרדכי אריה ווייס רב קהל איהעל אין ברוקלין
  • נחמה פערל, ווייב פון רבי משה יהודה לייב ראבינאוויטש, מונקאטשער רבי
  • מאטיל, ווייב פון הרב יוסף צבי סג״ל, ראש כולל צמח צדק חב"ד אין אלטשטאט ירושלים
  • ברכה עלקא, ווייב פון הרב חנניה יוסף אייזנבאך ראש כולל אין ארגענטינע און א מיטגליד אין דער רעדאקציע פון דער תלמודישע ענציקלאפעדיע
  • הרב יצחק מאיר, אין די פאראייניגטע שטאטן
  • הרב ירוחם פישל אין די פאראייניגטע שטאטן
                                     
  • איידעם ביי הגאון הצדיק רבי אהרן בערנשטיין זצ ל ראש ישיבה פין ישיבת חיי עולם אין ירושלים ראב ד אגודת ישראל און בעמח ס פרי אהרן רבי משה ראבינאוויטש איז נאך
  • ה תרצ ג פון סאסנאווצע, איידעם ביי זיין פעטער רבי בנימין יהודה לייב בערנשטיין ראש ישיבה פון חיי עולם. די ווייב פון רבי מרדכי אלעזר מנחם בידערמאן הי ד
  • פרשיסחא, און צו זיין מוטער מרת בתשבע, א טאכטער פון הרב בנימין יהודה לייב בערנשטיין ראש ישיבה פון חיי עולם. נאך זיין חתונה איז ער געווארן א מגיד שיעור אין
  • וויינבערגער אנטווערפען הרב בנציון לאוב מו ץ סאטמאר ווילאמסבורג הרב צבי ארי בערנשטיין מו ץ ובעל מכשיר מהר א מצה בעקריי בוויליאמסבורג הרב שלמה זאבעל מו ץ ביהמ ד
  • יואל בר לב, דוד גאלד, בת שבע האוולין, זקי ירחי, א. אסציסלעווסקי. אהרן זאב בערנשטיין און נאך. אויסער קאמיקס, פארמאגט קינדליין פארשידענע קא לומס, ווי היסטאריע