ⓘ ערפינדערס ..

ניקאלא טעסלא

ניקאלאַ טעסלאַ איז געווען א סערבישער ערפינדער, פיזיקער, מעכאנישער אינזשעניר, און עלעקטרישער אינזשעניר. ער איז געבוירן געווארן אין סמיליאן, עסטרייך אונגארישע אימפעריע (היינט אין דער רעפובליק פון קראאטיע. שפעטער איז ער געווארן אן אמעריקאנער בירגער. טעסלא האט דערפינדן א פריערע פארעם פון ראדיא. זיינע הויפט ערפינדונגען זענען געווען אין די פעלדער פון מאגנעטיזם און עלעקטריע. ער איז בעסט באוואוסט פאר זיינע ביישטייערונגען וואס האבן געצויגן צו דער אנטוויקלונג פון בייטשטראם. בייטשטראם האט א מעלה איבער גלייכשטראם, אז מען פארלירט נישט אזוי פיל ענערגיע ווען ער ווערט טראנסמיטירט איבער לאנגע אפשטאנדן. טעס ...

ריטשארד טרעוויטיק

ריטשאַרד טרעוויטיק איז געווען א קאָרנישער ערפינדער און אינזשעניר. ער איז מערסטנס באקאנט פאר בויען דעם ערשטן געראָטענעם דאַמף־לאָקאָמאָטיוו, וואס איז אבער אויסגעפֿורעמט געווען אלס א פארמיטל פאר וועגן, און נישט פאר אייזנבאנען. טרעוויטיק איז געווען פון א גרויסער פֿאַרשנייַדונג אומגעגנט אין קארנוואל, ענגלאנד. זיינע עלטערן זענען געווען ריטשארד טרעוויטיק 1735-1797 און אַן טיג געש 1810. אין 1797 האט טרעוויטיק געהייראט דזשיין האַרווי. ער איז געשטארבן פון לונגען־אָנצינדונג אין 1833.

לינוס טארוואלדס

לינוס בענדיק טאָרװאַלדס געבוירן דעצעמבער 28, 1969, איז א פיניש סאפטווער אינזשעניר. ער איז צו מערסטן באקאנט אלס דער וואס האט אנגעהויבן די ערצייגונג פון די לינוקס קערנעל.

אלפרעד נאבעל

אלפרעד בערנהארד נאבעל איז געווען א שוועדישער כעמיקער, אינזשעניר, מחדש, פאבריקאנט פון געווער און דער ערפינדער פון דינאמיט. ער האט פארמאגט באָפֿאָרס, א הויפט וואפן פאבריקאנט, וואס ער האט אריבערגעפירט פון זיין פריערדיגע ראלע אלס אן אייזן און שטאל מיל. אין זיין לעצטער צוואה האט ער געניצט זיין גרויסע עשירות איינצופירן די נאבעל־פריזן. מהאט געגעבן א נאמען דעם סינטעטישן עלעמענט נאבעליום נאך אים.

טאמעס עדיסאן

טאמעס עלווא עדיסאן איז געווען אן אמעראיקאנער ערפינדער און ביזנעסמאן. ער האט אנטוויקלט אסאך באאיינפלוסלעכע פאטענטן, ווי די ערשטע סטאבילעזירטע קאמערציאלע לאמפ לעקטער און דעם ערשטן פאנאגראף און נאך.

דניאל פארענהייט

דניאל גבריאל פארענהייט איז געווען א האלענדיש-דייטש-פוילישער פיזיקער, אינזשעניר און גלאז אויפבלאזער. פארענהייט האט ערפינדן די גראד סקאלע אויף זיין נאמען, די פארענהייט סקאלע.

בענדזשאמין פרענקלין

בענדזשאַמין פֿרענקלין פון די מערסטע באוואוסטע געפינדענע פאטערן פון די פאראייניגע שטאטען, אין אויך א שרייבער, דריקער, וויסענשאפטלער, ערפינדער, און א דיפלאמאט. ער איז פון די הויפט וויסנשאפטלער אין דער היסטאריע פון פיזיק. ער האט געהאט א גרויסן איינפלוס אויף דער פאליטיק און דער היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן, און אויף דער וויסנשאפט פונעם 18טן יארהונדערט.