ⓘ טראפיק טיקעט מיינט געווענליך א באוועגן פארלעצונג פון געזעץ וואס ווערט געטון דורך דער קאר שאָפֿער. אנדערשט ווי פארקינג טיקעטס וואס ווערט אויסגעשריבן קעגן קאר ווע ..

                                     

ⓘ טראפיק טיקעט

טראפיק טיקעט מיינט געווענליך א באוועגן פארלעצונג פון געזעץ וואס ווערט געטון דורך דער קאר שאָפֿער. אנדערשט ווי פארקינג טיקעטס וואס ווערט אויסגעשריבן קעגן קאר ווערט דאס אויסגעשריבן קעגן דעם דרייווער.

אין ניו יארק מען באקומט א טיקעט פאר די פאלגענדע פארברעכן:

  • נישט האבן געהעריגע אינשורענס אדער רעגיסטרעישן אידענטיפיקאציע קארטלן.
  • נישט סינגעלן מיט די בלינקערס ביים טוישן לעיןס.
  • פעסן לעינס אויף גראדע ליינס.
  • פארן בשעתן רעדן אויף א צעלפאן. 90 דאלער קנס, קיין פוינטס.
  • דרייווען מיט אפגעלאפענער אינספעקציע סטיקער פון קאר.
  • פארן אין נישט זיין איינגעבינדען מיט שיצפאסן.
  • פארן מיט צובראכענע לייטס אדער אויסגעלאשענע.
  • ספידן: - פארן שנעל. העכער ווי דער גיכקייט לימיט.
  • אדורך פארן א רויט לייט אדער סטאפ סיין.
  • זיך נישט אפשטעלן פאר קינדער שולבוס ווען זיי בלינקן מיטן לייט.
  • נישט זיך אפשטעלן פאר א פוס גייער אים געבן די רעכט דורך צו גיין בעפאר.
                                     

1. פוינטס

פוינטס אז מען זאמלט זיך אן א געוויסער סכום פון פוינטס, וואס יעדער טיקעט געט צו אביסל, דארף מען זיך איבערלערנען דרייווען אז נישט נעמט אוועק די דרייווערס לייסענס.