ⓘ פארשטעלונגען ..

אונטערן אויווען

אונטערן אויוון איז די פינפטע שפיל אין דער סעריע פון די אונטערן שפילן פראדוצירט דורך נייהויז פראדוקציעס. די שפיל איז פארגעקומען אום חול המועד פסח תשע"ב. אין א פילם אויף א די. ווי. די. פארמאט איז ארויסגעקומען א קורצע צייט נאך די שפיל.

אונטערן פענסטער

אונטערן פענסטער איז א אידישע שפיל און איז די צווייטע אין סעריע פון אונטערן פארשטעלונגען וואס ווערן געשפילט דורך חרדישע שפילער אנגעפירט דורך נייהויז פראדוקציעס. נאכפאלגענדיג די ערשטע אונטערן שפיל אונטערן באנק. אונטערן פענסטער איז געשפילט געווארן חול המועד פסח תשס"ו אין קווינס קאלעדזש און איז ערשינען אויף די. ווי. די. פארמאט א קורצע צייט נאכן שפיל. דער שפיל געדויערט 4 שטונדען.

אונטערן קעניגרייך

אונטערן קעניגרייך איז א אידישע שפיל און איז דער פערטער און די סעריע פון "אונטער" שפילן אנגעפירט דורך נייהויז פראדוקציעס. אונטערן קעניגרייך איז 4 מאל געשפילט געווארן אין דער מילעניום זאל במשך צוויי טעג חול המועד סוכות תשע"א. זונטאג די צוויטע טאג חול המועד אום 1:30 און אום 7:30, און מאנטאג די דריטע טאג פון חול המועד אום 1:00 און 7:00. דער שפיל איז ערשינען אויף א די. ווי. די. פארמאט צוויי מאנאטן נאכן שפילן. מיטן סלאגאן: "4 שעה הארציג געשפאנט און שמייכל". די געשיכטע איז ווארשיינליך געבויט אויף יענע פונעם דיזני פילם "דער לייב-קעניג" וואס איז באפרייט געווארן אין 1994. דארטן שפילט זיך אלעס אפ מיט ...

אונטערן שטעטל

אונטערן שטעטל איז א אידישע שפיל און איז דער דריטער שפיל אין די סעריע פון די "אונטערן" שפילן, פראדאצירט דורך נייהויז פראדוקציעס. די שפיל איז פארגעקומען אום חול המועד סוכות תש"ע אין די מילעניום זאל אין ברייטען ביעטש, ניו יארק. אונטערן שטעטל איז געשפילט געווארן 4 מאל במשך צוויי טעג. מאנטאג אקטאבער 5 פארמיטאג און נאכמיטאג, און מיטוואך אקט. 7 פארמיטאג און נאכמיטאג. דער שפילט איז ערשינען אין א די. ווי. די. פארמאט עטליכע מאנאטן נאך וואס עס איז געשפילט געווארן. קאפי עלבויגן מרדכי הערש הערשקאוויטש ארי גליק אבא ווינקלער חיים אביגדור דייטש חיים פרענקל יואל הערש פוקס ארי אבראמאוויטש יחיאל ליכטמאן יוסי ...

אונטערן שריפט

אונטערן שריפט איז די זעקסטע שפיל אין דער סעריע פון די "אונטערן" שפילן פראדוצירט דורך נייהויז פראדוקציעס. די שפיל איז פארגעקומען אום חול המועד סוכות תשע"ד אין אוידיטאריום פון ברוקלין קאלעדזש. אונטערן שריפט איז איבערגעשפילט געווארן 3 מאל. צום ערשט זונטאג דעם צווייטען טאג חול המועד 12:45 נאכמיטאג. דערנאך איז עס איבערגעשפילט געווארן דעם זעלבן טאג אום 7:00 פארנאכט. און צום לעצטט דינסטאג דעם פערטן טאג חול המועד אום 1:00 נמ.

אטעלא

אטעלא, דער מאר פון ווענעדיק איז א טראגישע פארשטעלונג פון וויליאם שייקספיר, געשריבן ארום השס"ג און ערשט געשפילט אים ווייטהאל פאלאץ, לאנדאן, אום ח חשוון השס"ה. שייקספירס שטוק באזירט אויף דער ערציילונג א מארישער הויפטמן פון דער איטאליענישער מחבר סינטיו, געשריבן אם השכ"ה. אטעלא איז איינער פון שייקספירס באקאנטסטע שוישפילער; דער פארשטעלונגס באהאנדלונג פון טעמעס ווי ליבע און ראסיזם מאכן זי נאך היינט זייער באליבט, און זי איז אפט געצייגט. א סך פילמען און אנדערע אדאפטאציעס זינד געמאכט נאך איהר. משה זייפרט שאפטע די ערשטע יידישע איבערזעצונג פון אטעלא אם התרנ"ג; זיינער ווערסיע איז ערשט געצייגט געווען ב ...

                                     

מאקבעט

מאקבעט איז דער נאמען פון א טראגעדישע פארשטעלונג געשאפן אינעם יאר השס"ו דורך וויליאם שייקספיר. די פארשטעלונג ווערט געשפילט אפטליך ווידער און ווידער אין די טעאטערס. דוד משה הרמאלין שאפטע די פריהסטע יידישע איבערזעצונג פון מאקבעט אם התרנ"ד. זיינער ווערסיע איז ערשט געצייגט געווען ביי "טאליא טעאטער", ניו יארק, אם ט אייר התרנ"ה. אין די פארשטעלונג, מאקבעט מיט די הילף פון זיין ווייב דערמארדעט דונקאן דער קעניג פון סקאטלאנד און ווערט קעניג אנשטאט אים.