ⓘ טעאטער ..

טעאטער

טעאַטער איז א קונסט ווו עס ווערט געשפילט פארשטעלונגען מיט לעבעדיקע אקטיארן. דער פלאץ וואו די פארשטעלונגען קומען פאר הייסט א טעאטער. געוויינלעך שפילט מען די פארשטעלונג אויף א בינע. איינער וואס שרייבט פארשטעלונגען צום טעאטער הייסט א דראמאטורג.

בראדוויי טעאטער

בראדוויי טעאטער, באוואוסט געוויינלעך סתם בראדוויי, איז שייך צו טעאטרישע פארשטעלונגען וואס קומען פאר אין די 40 פראפעסיאנעלע טעאטערס מיט מער ווי 500 זיצן וואס געפינען זיך אינעם טעאטער דיסטריקט און לינקאן צענטער אויף בראדוויי, אין דער ניו יארק סיטי בארא מאנהעטן. צוזאמען מיט די לאנדאנער וועסט ענד טעאטערס, ווערן די בראדוויי טעאטערס ברייט גערעכנט דער העכסטער ניווא פון קאמערציעלן טעאטער אין דער ענגליש־רעדנדיקער וועלט. דער בראדוויי טעאטער דיסטריקט איז א פאפולערע טוריסטן אטראקציע אין ניו יארק סיטי. לויט דער בראדויי ליגע, האבן בראדוייי פארשטעלונגען פארקויפט אומגעפער US$1.27 ביליאן ווערט פון בילעטן א ...

די בעסט פון אהרן לעבעדעוו

די בעסט פון אהרן לעבעדעוו איז א מוזיק אלבאם וועלכע אנטהאלט צוועלף מערסט באוואוסטע ליעדער פון די פארשטעלונגען פונעם באריהמטן יודישן טעאטער אקטיאר אהרן לעבעדעוו, ארויסגעגעהבן דורך גרעיטער רעקארדינג קאמפאני אין 1973. דער קאוד פאר די קאסעטע איז GRC 182.

הערמאן יאבלאקאף אין קאנצערט ביים יודישן טעאטער

הערמאן יאַבלאָקאָוו אין קאנצערט ביים יודישן טעאטער איז א מוזיק אלבאם וואו הערמאן יאבלאקאוו זינגט פופצן פין זיינע מערסט באוואוסטע יודישע לידער פין זיין רעפערטואר. דער אלבאם איז ארויסגעגעבן געווארן דורך גרעיטער רעקארדינג קאמפאני אויף א פלאטע אין 1971 אונטערן קאד GRC 228. שפעטער האבן זיי עס ארויפגעלייגט אויף קאסעטע.

טענעריפע אוידיטאריע

טענעריפֿע אוידיטאריע איז אַן אָפּערע הויז אין דער שטאָט סאנטא קרוז דע טענעריפע, קאנארישע אינזלען, שפאניע. עס איז געבויט געווארן צווישן 1997 און 2003 און איז געפלאנעוועט געווארן דורך דעם שפּאַנישן אַרכיטעקט סאַנטיאַגאָ קאַלאַטראַוואַ. דער בנין ווערט גערעכנט א סימבאל פון סיי די שטאָט סאנטא קרוז דע טענעריפע, סיי דעם אינזל טענעריפע און די קאַנאַרישע אינזלען. עס איז אויך געהאלטן איינער פון די וויכטיקסטע בנינים פון הייַנטצייַטיקן ארכיטעקטור אין שפאניע און די וועלט. 28°27′21.84″N 16°15′4.6″W

מאקס פערלמאן ביים יודישן טעאטער

ביים יודישן טעאטער איז א מוזיק אלבאם מיט א זאמלונג פון יודישע ליעדער געזינגען דורך מאקס פערלמאן אין טעאטער. עס איז ארויסגעגעבן געווארן דורך גרעיטער רעקארדינג קאמפאני אויף רעקארד און דערנאך איבערגעלייגט אויף א סידי. דער קאד נומער איז GRC 216.

מוזיקטעאטער

מוזיקטעאַטער איז אַ סאָרט אויפֿטרעט בייַ אַ טעאַטער. אַ מוזיקטעאַטער שאַפֿונג הייסט אַ מוזיקשוישפּיל. דאָס נוצט אַקטיאָרן, מוזיק, לידער און אָפֿט טאַנץ. אַ טייַל מוזיקשוישפּילן ניצן נאָר טייַל זאַצן דיאַלאָג מיטן רוב אין געזאַנג. געוויינטלעך איז דאָס אַ קאָמבינאַציע פֿון רייד און געזאַנג. אַ טייַל באַקאַנטע מוזיקשוישפּילן זענען "וועסט סייַד סטאָרי", "די קלאַנגען פֿון מוזיק", "שיקאַגאָ" און "אָקלאַהאָמע!". מוזיק איז געווען אַ טייַל פֿון דראַמאַ זינט אוראַלטע צייַטן, נאָר דער מאָדערנער מערבֿדיקער מוזיקטעאַטער האָט ערשטנס דערשיינט אינעם 19טער יאָרהונדערט.

נשמה דאקטער

נשמה דאקטער איז א פאפולער בראדוויי מוזיק־שפיל, אין צוויי אקטן, וועגן דעם לעבן פונעם באקאנטן זינגעדיגן רבי שלמה קארליבאך. עס איז צוערשט געשפילט געווארן אין ניו ארלינס דעם 8טן נאוועמבער 2010, דערנאך אין מיאמי און אין ניו יארק סיטי. א באזונדערע פארשטעלונג פונעם שפיל אויף יודיש איז געגעבן געווארן אין מאנטרעאל פון 8טן - 29סטן יוני 2014.

פאלקסבינע

די פֿאָלקסבינע איז אַ אידישער טעאטער אין ניו יארק. זי איז אײַנגעשטעלט אינם יאר 1915. זי איז די אײנציקע יידישער טעאַטער אין אַמעריקע. זי געפֿינט זיך אינם ייִדישער קאָמונאַלער צענטער פֿון מאַנהאַטאַן. עס זוכט איצט פֿאַר אַ הײם אַלײן.

קינא

אַ קינא איז אַ מין טעאַטער װאו מענטשן זעען פילמען. אין אַ נאָרמאַלער קינאָ סזענען פאַראַן אַ פּאָר הונדערט בענקלעך, אַ מאַשין װאָס שײנט די בילדער אױף אַן עקראַן. אין אַ קינאָ עסט מען קאָקאָשעס פּאַפּקאָרן אָדער זיסװאַרג. אײדער די פילמען טוען זיך אָנהײבן, זעט מען די רעקלאַמעס פאַר די קומענדיקע פילמען. אין די לעצטערע יאָרן זעט מען אױך רעקלאַמעס פאַר פּראָדוקטן װאָס מפאַרקױפט אין קראָמען.

                                     

פאנטש מיר אין די בויך

געב מיר אז זעץ אין בויך איז א קאמישער דראמאטישער ביאגראפישער ניו זילאנד און קאנאדישער פילם וואו עס שפיהלט בעיקר דעב פילער איבער איהר געשיכטע אלס א קינד פון קריג איבערלעהבער און איבער איהר באזוך אין די לאגערן מיט איהר טאטע. עס איז א אדאפטירונג פון איהר טעאטער פארשטעלונג.