ⓘ בינארישע סיסטעם. ציילן אין בינאריש איז ענליך ווי צו ציילן אין דער דעצימאלער סיסטעם, נאר אנשטאט ניצן צען ציפער-סימבאלן ניצט מען נאר צוויי, 0 און 1. מען פאנגט אן ..

                                     

ⓘ בינארישע סיסטעם

ציילן אין בינאריש איז ענליך ווי צו ציילן אין דער דעצימאלער סיסטעם, נאר אנשטאט ניצן צען ציפער-סימבאלן ניצט מען נאר צוויי, 0 און 1. מען פאנגט אן מיט די ערשטע קאלום אויף דער רעכטער זייט, די "איינסערס" קאלום. מען ציילט 0, 1, ביז מען האט מער נישט קיין סימבאלן, דאן גייט מען לינקס צום נעקסטן קאלום, די "צווייערס" קאלום. מען שרייבט 10 וואס מיינט 1 מאל צוויי מיט 0 מאל איינס. די דריטע קאלום איז די "פירערס", די פערטע קאלום איז די "אכטערס", און אזוי ווייטער, עס דאפלט זיך מיט יעדן קאלום. עס קומט אויס אז 100101 מיינט 1 מאל צוויי און דרייסיג, פלאס 0 מאל זעכצן, פלאס 0 מאל אכט, פלאס 1 מאל פיר, פלאס 0 מאל צוויי, פלאס 1 מאל איינס = זיבן און דרייסיג. אדער אויף דעצימאל 37.

פאלגנד זענען די ערשטע צען נומערן אין בינאריש:

די וועלט זאגט א ווערטל: עס זענען דא 10 סארט מענטשן, די וואס פארשטייען בינאריש און די וואס פארשטייען נישט בינאריש.