ⓘ דענמארק. דאס דענמאַרק איז אַ סקאנדינאוויש לאַנד אין צפון־אײראָפּע. זײַן הױפּטשטאָט איז קאָפּנהאַגן. דענמארק ליגט ביים צפון ים און ביים באלטישן ים; צו דרום האט ע ..

                                     

ⓘ דענמארק

דאס דענמאַרק איז אַ סקאנדינאוויש לאַנד אין צפון־אײראָפּע. זײַן הױפּטשטאָט איז קאָפּנהאַגן. דענמארק ליגט ביים צפון ים און ביים באלטישן ים; צו דרום האט עס א גרענעץ מיט דייטשלאנד.

                                     

1. געאגראפיע

דענמארק איז דאס קלענסטע פון די סקאנדינאווישע לענדער. די ארומיגע לענדער זענען דייטשלאנד צו דרום, שוועדן צו מזרח, נארוועגיע צו צפון און דאס פאראייניגטע קעניגרייך צו מערב. דאס לאנד איז אינגאנצן ארומגענומען מיטן ים אחוץ דעם האלבאינזל יוטלאנד, דער גרעסטער טייל פון דענמארק, וואס האט א לאנד גרענעץ מיט דייטשלאנד. צו דרום-מזרח איז דער באלטישער ים, צו מערב דער צפון ים, צו צפון דער סקאגעראק און צו צפון-מזרח דער קאטעגאט.

אחוץ יוטלאנד האט דענמארק 76 באפעלקערטע אינזלען און אסאך קליינע אינזלען.

דאס לאנד איז גאנץ פלאך, מיט קליינע בערגלעך, אזערעס, וועלדער און פאַרמען.

קלימאט

דאס וועטער אין דענמארק איז גאנץ ווינטיק און רעגנדיק. אין ווינטער, ווערט עס נישט זייער קאלט, און עס שנייט נישט מער ווי א פאר וואכן. עס מאכט זיך אמאל צו צען יאר א קאלטער ווינטער ווען דער ים ווערט פארפרוירן. די זומערן זענען נישט הייס, און שטענדיג איז דא א מעגלעכקייט פון רעגן אדער ווינט.

                                     

2. עקאנאמיע

דער עקאנאמישער מארק אין דענמארק איז שטארק אנטוויקלט מיט א גאנץ אנטוויקלטער לאנדווירטשאפט, אינדוסטריע, סטאבילער וואלוטע, א גרויסן פראצענט פון אויסערן האנדל, דורך ווייניג אריינמישן פון דער רעגירונג.

דער עיקר עקספארט פון דענמארק איז עסן, מאשינען, מעדיקאמענטן און ענערגיע צו לענדער אינעם אייראפעישן פארבאנד איבערהויפט שוועדן, דייטשלאנד און דאס פאראייניגטע קעניגרייך.

דער דורכשניט לוין פאר אן ארבעטער אין 2004 איז געווען 300.000 דענישע קראנען א יאר 40.000 איירא.

אין א רעפערענדום אין סעפטעמבער 2000, האט דענמארק באשלאסן נישט אריינגיין אין דער איירא, נאר צו בלייבן מיט דער דענישער קראנע.

דענמארק איז פון די מערסטע אנטוויקלטע לענדער אין דער וועלט אין דערנייבארער ענערגיע. 20% פון דער ענערגיע אין לאנד ווערט פארזארגט דורך ווינט טורבינעס.

                                     

3. קולטור

דער מערסטער באוואוסטער דענישער שרייבער איז האנס קריסטיאן אנדערסען, בארימט פאר זיינע מעשהלך. די באוואוסטע דענישע וויסנשאפטלער זענען דער אסטראנאם טיכא בראהע, און די פיזיקער ניעלס באהר וואס האט ערקלערט ווי דער אטאם ארבעט און אלע רעמער וואס האט אויפגעדעקט די גיך פון ליכט.

                                     
  • קאארדינאטן: 51 28 06 N 0 05 22 W 51.4683 N 0.0894 W 51.4683 - 0.0894 דענמארק היל  ענגליש: Denmark Hill איז א סטאנציע אין דרום קאמבערוועל, אין דער לאנדאנער
  • שרייבט איין א פאטענט פאר דער אויטא 1749 - קריסטיאן דער זיבעטער, מלך פון דענמארק געש 1808 1843 - וויליאם מעקינלי, 25סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע
  • אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 209 טעג. 1849 - דענמארק נעמט אויף א נייע קאנסטיטוציע און ווערט א קאנסטיטוציאנעלע מאנארכיע. 1900
  • מאריע פאן וועבער, דייטשער קאמפאזיטאר און דיריגענט געש 1826 1962 - ניעלס באהר, יידישער פיזיקער פון דענמארק 17טן נאוועמבער - 19טן נאוועמבער נאוועמבער
  • גרענעצן מיט דייטשלאנד, דענמארק און פוילן צו דרום, און מיט ליטע, לעטלאנד, עסטלאנד און רוסלאנד צו מזרח. פון שוועדן קיין דענמארק איז דא א בריק טונעל. זײ ן
  • קא פ נהא גן דעניש: København איז די הױפ טשטא ט פ ון דענמארק מיט א באפעלקערונג פון 1, 213, 822 אום 1טן יאנואר 2012 כאטש קאפנהאגן געפינט זיך אויפן גרענעץ
  • ראבערט בערנס, דער נאציאנאלער דיכטער פון שאטלאנד געש 1796 1559 - קריסטיאן דער צווייטער, מלך פון דענמארק געב 1481 24סטן יאנואר - 26סטן יאנואר יאנואר
  • פארשטיקט 1945 - בוכנוואלד איבערלעבער דערגרייכן ארץ ישראל 1497 פראנציס פון דענמארק דענישער פרינץ געש 1511 1573 - איניגא דזשאנס, ענגלישער ארקכיטעקט געש
  • די ערשטע פרוי פרעזידענט פון טשילע 1899 - פרעדעריק דער ניינטער, מלך פון דענמארק געש 1972 1916 - האראלד ווילסאן, פרעמיער מיניסטער פון בריטאניע געש