ⓘ שעלדאן איידלסאן איז געווען באטראכט אלס דער רייכסטער איד אין דער וועלט. זיין פארמעגן ווערט געשאצט אויף איבער 41 ביליאן דאלער. זיין רייכטום האט זיך אנגעהויבן פון ..

                                     

ⓘ שעלדאן איידלסאן

שעלדאן איידלסאן איז געווען באטראכט אלס דער רייכסטער איד אין דער וועלט.

זיין פארמעגן ווערט געשאצט אויף איבער 41 ביליאן דאלער.

זיין רייכטום האט זיך אנגעהויבן פון ארגאניזרין קרוז שיף רייזעס און קאנווענשאןס.

היינט איז ער בעל הבית אויף עטליכע פון די שענסטע לוקסוסדיגע האטעלן און קאסינאס אין לאס וועגאס.

אין 2013 איז ער דורך פארבס מאגאזין געשאצט געווארן צו זיין ווערט איבער זעקס-און-צוואנציג מיליארד דאלער.

ער איז נפטר געווארן כ״ח טבת תשפ״א.

                                     

1. קירוב פילאנטראפיע

איידלסאן איז געבוירן געווארן אין דארטשעסטער, באסטאן, אין א יידישער פאמיליע.

ער איז געווען א רעכטער קאנסערוואטיווער טראדיציאנאלער איד, ער האט געגעבן הונדערטער טויזנטער דאלער פאר די רעפובליקאנער פארטיי און פאר דזשארדזש דאבעליו בוש און אויך פאר ביבי נתניהו. אויך איז ער א גרויסער שטיצער פון חב"ד הייזער איבער דער וועלט.

ער האט צוויי זין און א טאכטער פון זיין ערשטער הייראט און צוויי זין פון דער צווייטער.