ⓘ דיכטער ..

אווידיוס

פובליוס אווידיוס נאַסא, באקאנט אויך ווי אוויד, איז געווען א רוימישער דיכטער. ער צוזאמען מיט ווערגיל און האראץ ווערן גערעכנט די דריי גרויסע דיכטער פון לאטיינישער ליטעראטור.

אליהו בחור

אליהו בחור איז געווען א יידישער לינגוויסט, פייטן, און מגיה. ער האט ארויסגעגעבן דער ערשטער פילשפראכיקער יידיש ווערטערבוך. ער איז געווען פון ניישטאט אן דער אײש אין הײַנטיקן דײַטשלאנד. ער איז נפטר געווארן הש"ט 1549 אין ווענעציע. דייוויד קאמעראן, פּרעמיער מיניסטער פון דעם פאראייניקטן קעניגרײַך, איז אן אָפּשטאמלינג זײַנער. ער האט געשריבן דאס ערשטע סעקולער בוך אויף יידיש מיטן נאמען "בבא דאנטונא" וועלכע מיט דער צייט האט מען עס גערופן "בבא בוך" און דערנאך "בבא מעשיות". פון דא שטאמט דאס שפריכווארט "באבע מעשיות".

האנס קריסטיאן אנדערסען

האַנס קריסטיאַן אַנדערסען איז געווען א דענישער שרייבער און דיכטער, וואס איז מערסט באקאנט פאר זיינע מעשהלעך. מען האט איבערגעזעצט זיינע דיכטונגען און מעשהס אין מער ווי 150 שפראכן.

יורגיס באלטרושייטיס

יורגיס באַלטרושײַטיס איז געבוירן געוואָרן אין ליטע אין אַ קריסטלעכער פּויערישער משפּחה אינעם דאָרף פּאַאַנטוואַרדיס דעמאלט – אין דער קאָוונער גובערניע פון דער רוסלענדישער אימפּעריע, איצט – אינעם יורבורגער ראַיאָן פון דער ליטווישער רעפּובליק. ער האָט זיך געלערנט אין אַ קאָוונער גימנאַזיע און אינעם מאָסקווער אוניווערסיטעט. דערביוטירט אַלס דיכער אויף דער רוסישער שפּראַך אין 1899. אינגיכן איז יורגיס באַלטרושײַטיס איינער פון די פירנדיקע רוסישע דיכטער-סימבאָליסטן. ער האָט אַ סך איבערגעזעצט אין רוסיש דיכטונג פון ענגליש, נאָרוועגיש, דײַטש, אַרמעניש און אַנדערע שפּראַכן. איבערגעזעצט אויך לידער פון ...

כארכע לויס בארכעס

כארכע לוויס בארכעס איז געווען אן ארגענטינער שרייבער אויף שפאניש, בארימט איבערהויפט וועגן זיין קורצע דערציילונגען. אויך איז ער געווען א דיכטער. אין 1955 האט מען אים באשטימט פראפעסאר פון ענגלישער ליטעראטור אינעם אוניווערסיטעט פון בוענאס איירעס.

לארד בייראן

דזשארדזש גארדאן בייראן, באוואוסט מיטן נאמען לארד בייראן, איז געווען פון די גרעסעטע ענגלישע ראמאנטישע דיכטער. יונגערהייט האט ער געירשנט דעם טיטל לארד.

                                     

מארעק גרעכוטא

Krajobraz pełen nadziei 1989 Piosenki dla dzieci i rodziców 1991 W malinowym chruśniaku 1984 Marek Grechuta & Anawa 1970 Magia obłoków 1974 Niezwykłe miejsca 2003 Droga za widnokres 1972 Wiosna - ach to ty 1987 Pieśni Marka Grechuty do słów Tadeusza Nowaka 1979 Dziesięć ważnych słów 1994 Korowód 1971 Śpiewające obrazy 1981 Szalona lokomotywa 1977

                                     

שלום שװארצבארד

שלום שװאַרצבאָרד איז געווען א יידישער דיכטער און פובליציסט. ער האָט געשריבן אויף יידיש. ער האָט דערהרגעט סעמיאָן פּעטליוראַ און איז באפרײַט געוואָרן דורך א פראנצויזישן געריכט.