ⓘ דיכטונג ..

אדיסעע

די אדיסעע איז דאס צווייטע בוך פון די עפישע פאעזיעס געשריבן דורך דעם גריכישן דיכטער האמעראס, די ערשטע עפישע פאעזיע איז די איליאדע. דאס בוך דערציילט וועגן דער טרויער מלחמה, און בפרט וועגן דעם גריכישן גיבור אדיסעאוס.

אידן (בוך)

אידן איז א סעריע ביכער וועלכע אנטהאלט א זאמלונג פון פאעמעס געשריבן פון נפתלי גראס וואו ער שילדערט פארשידענע טיפּן פון אידן און אידישן לעבן. דער ערשטער באנד איז ערשינען אום 1929, פארלאג אויפקום, ניו יארק, 110 זײַטן; צווייטער באנד 1938, ארבעטער רינג בילדונג-קאמיטעט, ניו יארק.

איליאדע

די איליאדע איז דאס ערשטע פאעזיע פון די צוויי עפישע געשיכטעס פון דעם גריכישן דיכטער האמעראס. די איליאדע האט מער ווי 15.000 שורות, צעטיילט אין 24 קאפיטלעך. גענוי ווען מען האט געשריבן די איליאדע ווייסט מען נישט, אבער מען האלט אז זי איז געשריבן געווארן אין דעם 8טן יארהונדערט פאר דער ציווילער רעכענונג. די פאעזיע דערציילט וועגן דער טרויער מלחמה, און באשרייבט די קריגן צווישן אכילעס און דעם מלך אגאמעמנאן, פון דעם צענטן יאר פון דער מלחמה.

באלאדע

באלאדע איז אַן אַלטע פארעם פון דיכטונג, א סארט דיכטונג וואס דערציילט א מעשה. די פארעם האט זיך אנטוויקלט אין דעם 15טן י"ה אין סקאטלאנד, און עס ווערט געניצט ביז היינט.

בלומען אונטער שניי

בלומען אונער שניי איז א בוך פון יודישע לידער געשריבן פון בער גרין און ארויסגעגעבן דורך דאון-טאון איקאר און פארלאג סיגנאל ביים פּראָלעטפּען אין ניו יארק אום 1939. עס איז געדריקט דורך לינגוויסט פאבלישינג. דער שער-בלאט איז געצייכנט פון מאָריס פּאַס. עס איז געשריבן לויט די סאוועטיש-יודישע שיטה, אז די העברעיאישע ווערטער וועהרן אויך אויסגעלייגט לויט די יודישע גראמאטיק. די ליעדער וועהרן נישט אפגעטיילט אויף א פרישע בלאט יעהדע איינע, ווי עס איז דער שטייגער בא רוב פאעטישע ביכער. בס"ה אנטהאלט עס 109 זאהטן.

האריזאנטן

האָריזאָנטן איז א יודיש-סאוועטישער ביך וועלכער אנטהאלט א זאמלונג פון דיכטונגען געשריבן דורך פופציג סאוויעטישע פאעטן פון דער היינט-צייטיגער סאוויעטישער-יודישער דיכטונג, ד"ה דער צווייטער דור סאוויעטישע דיכטער, ערשינען אין יאר 1965 אין מאסקווע דורך די סאוועטיש היימלאנד - סאָוועטסקי פּיאסטעל. אונטער דער אלגעמיינער רעדאקציע פון ארן ווערגעליס און קינסטלער ג. קראווצאָוו.

נאכט אויף נאלעווקעס

נאַכט אויף נאַלעווקעס איז א בוך פון לידער אויף יידיש געשריבן דורך יוסף רובינשטיין און ארויסגעגעבן דורכן יידישן קולטור-קלוב אין באסטאן מיט דער מיטהילף פונעם דוד איגנאַטאָוו ליטעראטור-פאנד אין ניו יארק 1949. דאס בוך איז איינגעטיילט אין צוויי חלקים: דער ערשטער טייל ווערט גערופן מאָדעלן, וועלכער איז אייגנטלעך דעם מחברס ביך וואס ער האט אנגעשריבן אין ווארשע בעפאר דער קריג און עס איז געדרוקט געווארן ערב דער מלחמה דורך דעם יידישן פּען-קלוב אבער די גאנצע אויפלאגע איז ביים אויסבראך פון דער מלחמה אוועק מיטן רויך. דער צווייטער חלק הייסט גורל און דאס באשטייט פון לידער געשריבן במשך זיינע צען יאר פון מלח ...

רויטארמייאיש

רויטאַרמייאיש איז א ביכל פון ייִדישע לידער געשריבן פונעם באקאנטן פאעט איציק פעפער און געדרוקט דורכן פאלקס פארלאג פונעם איקוף אין ניו יארק אין התש"ד אין 2000 עקזעמפּלאַרן. אין דעם זעלבן יאר האט ער און שלמה מיכאלס אונטערגענומען א בארימטן באזוך צו די פאראייניקטע שטאטן צו שאַפֿן שטיצע פאר דער סאוועטישער ארמיי, צו וואס עס איז דאן דערשינען דאס בוך היימלאנד, און עס איז דעמאלט ביים איקוף-באגעגעניש געשאפן געווארן דער פאָנד ארויסצוגעבן יידיש-סאוועטישע ווערק, און דער בוך איז דערשיינען מיט דער הילף פונעם דאזיקן פאנד מיט די באשטייערונג פון טעסי שענקער, י. קעסמאן און אנדערע. אויפן ערשטן בלאט פון טייל פו ...

שיר השירים

שיר השירים איז די "געזאַנג פון געזאַנגען", געשריבן דורך שלמה המלך. עס רעדט זיך וועגן א פארל וואס דרוקן אויס זייער טיפער בענקשאַפט און ליבשאפט איינער צום אנדערן אין פארשידענע סארט אומשטענדן, מיט שטארקע געפילנדיגע אויסדריקן און גראַפישע טערמינען. לויט רש"י און דער אידישער טראדיציע איז יעדער פּסוק אַ משל אויף דער ליבשאַפט צווישן גאָט און זײן געליבטע פאָלק, די אידן; דעריבער ווערט דאָס פאַרעכענט ווי דאָס הייליגסטע ספר. עס זענען דא וואס פירן זיך צו זאָגן שיר השירים פאַר קבלת שבת. סאיז אויך א מנהג צו ליינען שיר השירים ביים סוף פונעם סדר, און אויך אין שול שבת חול המועד פסח.

                                     

ⓘ דיכטונג

  • דיכטונג אדער פאעזיע איז א ליטערארישע זשאנער. דאס איז די קונסט פון שרייבן טעקסט אויף א שיינעם פורעם ווי צום ביישפיל מיט גראמען אדער קלאנגען אד ג א
  • הייליקע דיכטונגען, הייסט א פייטן. איינער וואס שרייבט דיכטונגען פאר קינדער, הייסט א קינדער - דיכטער. יהודה הלוי לו קסון באריס פאסטערנאק שייקספיר באשא דיכטונג
  • באלאדע איז א ן א לטע פארעם פון דיכטונג א סארט דיכטונג וואס דערציילט א מעשה. די פארעם האט זיך אנטוויקלט אין דעם 15טן י ה אין סקאטלאנד, און עס ווערט געניצט
  • פיגורן. ליטעראטור צעטיילט מען אין פארשיידענע זשאנערס: פראזע - געשיכטעס דיכטונג - אויסגעשטעלטע טעקסט דראמא - פארשטעלונגען דער וואס שרייבט ביכער הייסט א
  • ליטערארישע זשאנער וואס איז נישט געשריבן מיט א באשטימטן אויסשטעל אזוי ווי למשל דיכטונג רשימות און טאבעלעס. פראזע ווערט ברייט געניצט, צום ביישפיל, אין ליטעראטור
  • באשיינט מיט פארשידענע וועגן, ווי גראמען, מעטאפארען, ראשי תיבות פון מחבר, ציטירונגען פון תנ ך אד ג. זעט אויך דיכטונג פאר אלגעמיינע וועלטלעכע דיכטונגען.
  • מיינט איר: דיכטונג מוזיק אדער נגינה? א לידל איז א געזאנג אנשטאט מיט מוזיק דוקא מיט ווערטער וואס א מענטש זינגט מיט דער שטימע א צוזאמשטעל פון פארשידענע
  • סקולפטור און פאטאגראפיע, און אויך די פארשטעלונג קונסט, ווי טאנץ, מוזיק, דיכטונג פראזע און טעאטער. קינסטלערס זיינען צב ש שרייבערס, מעלער, טענצער, רעדנער
  • אויסדרוק. די הויפט ליטערארישע זשאנערס: פראזע ראמאן נאוועלע קורצע דערציילונג שוידער ליטעראטור דראמא טראגעדיע שייקספיר טראגעדיע קאמעדיע פארשטעלונג דיכטונג
  • א יאפאנעזער דיכטער. ער איז באוואוסט ווי דער גרעסטער שאפער פון הייקו, א דיכטונג אין 5 - 7 - 5 טראפן. זיין משפחה נאעמן אין מאצוא, אבער לויטן יאפאנישן שטייגער
  • שמעון שמואל פרוגס לידער פרוגס דיכטונג הא ט משפ יע געווען אויף די קלאסיקער פון דער הײ נטצײ טיקער העברעי שער דיכטונג חיים נחמן ביאליק און שא ול טשערניכא ווסקי
                                     

האמעריאדע

האָמעריאַדע איז א יודיש-שפראכיגע לאנגע פאעמע געשריבן אין פארעם פון א באלאדע דורך בעריש וויינשטיין און ערשינען אום התשכ"ה אין מדינת ישראל דורך י. ל. פרץ פארלאג צוזאמען מיט אן העברעיאישער איבערזעצונג זייט ביי זייט, דורך נפתלי גינתון. די באלאדע איז געבויעט אויף אדער איבערגעזעצט פון די גריכישע דיכטונגען פון האָמער און די איליאדע. דאס בוך אנטהאלט 93 זייטן.