ⓘ לענדער אין אזיע ..

אזערביידזשאן

אַזערבײַדזשאַן איז אַ מוסלעמענישע מלוכה אין קאווקאז, מערבֿ־אַזיע וואס גרענעצט מיט רוסלאנד אין צפון, גרוזיע, ארמעניע אין מערב און איראן אין דרום. חוץ דעם, האָט זי א גרענעץ פון 12 ק"מ מיט טערקיי. איר הױפּטשטאָט איז באַקו. 9 מיליאָן נפשות וואױנען אין אַזערבײַדזשאַן.

באכריין

באכריין איז אן אינזלשטאט וואס געפינט זיך אין אן ארכיפעלאג אין דעם פערסישן איינגאס, אין דרום-מערב אזיע, אינעם מיטל מזרח. סאודי אראביע ליגט מערב פון באכריין מיט פלאך וואסער צווישן זיי, קאטאר איז צו דרום, אריבער דעם באכריינער איינגאס. אין 1986 איז געעפנט געווארן א שאסיי בריק איבער דעם וואסער צווישן באכריין און סאודי אראביע, מעל המים, און מען פלאנירט עפענען אן ענלעכן בריק צו קאטאר. באכריין האט די גיכסטע וואקסענדע עקאנאמיע אין דער אראבישער וועלט.

באנגלאדעש

באַנגלאַדעש, אפיציעל די פֿאלקס־רעפובליק פון באנגלאדעש, איז א לאנד אין דרום-מזרח אזיע ארומגענומען פֿון אינדיע כמעט פֿון אלע זײַטן, אחוץ א קליינער גרענעץ מיט בורמע אין דרום-מזרח און לעבן דער בוכטע פון בענגאל צו דרום. די הויפטשטאט איז דאקא. די אפיציעלע שפראך פון בענגאל איז בענגאליש. בענגאל איז א זייער ארעם לאנד. ער איז א מיטגליד אין דער קאמאנוועלט. באנגלאדעש איז דער וועלט׳ס אכט־מערסט באפעלקערט לאנד. די איינוואוינערס אין באנגלאדעש זענען 89.7% מוסולמענער און 2% הינדו. איסלאם איז די אפיציעלע רעליגיע פון באנגלאדעש. די צוויי גרעסטע שטעט זענען די הויפטשטאט דאקא און טשיטאגאנג. דער גרעסטער טייל פון ב ...

גרוזיע

גרוזיע איז אַ לאַנד אין מערבֿ־אַזיע, אין דעם קאווקאז אויפן מזרח ברעג פונעם שווארצן ים. זײַן הױפּטשטאָט איז טביליסי. סװױנן דאָ 4.6 מיליאָן מענטשן. גרוזיע האָט גרענעצן מיט אַזערבײַדזשאַן, רוסלאַנד, און ארמעניע. אָט װױנען בערך 10.000 יידן, סײַ אשכנזים, סײַ גרוזיאַנער, װאָס האָבן אין גרוזיע באזעצט מיט 2.000 יאָר צוריק.

טיילאנד

טײַלאַנד, אפיציעל דאס קעניגרייך פון טיילאנד, איז אַ לאַנד אין דרום-מזרח אַזיע. ער גרענעצט בורמע צו צפון, לאאס צו צפון־מזרח, קאמבאדיע צו מזרח, דעם איינגאס פון טיילאנד און מאלייזיע צו דרום, און דעם אנדאמאן ים און דרום בורמע צו מערב. דאס לאנד איז א קאנצטיטוציאנעל מלוכה. דער היינטיקער מלך איז ראמא דער ניינטער, וואס קיניגט זייט 1946, דער לענגסט־קיניגדיקער מאנארך היינט אין דער וועלט, און דער לענגסט־קיניגדיקער מאנארך אין דער היסטאריע פון טיילאנד. טיילאנד איז דאס 51טע גרעסטע לאנד אין שטח אין דער וועלט קלענער פון תימן און גרעסער פון דער שפאניע מיט א שטח פון בערך 513.000 ק"מ 2, און דער 19טער מערסטע ...

יארדאניע

יאָרדאַניע איז אַ לאַנד אין מערבֿ־אַזיע. איר הױפּטשטאָט איז אַמאַן. יארדאניע איז געווען א טייל פון פאלעסטינע, און דער בריטישער מאנדאט האבן אויפגעשטעלט דאס לאנד אין יאר 1922, און זיי האבן געשטעלט פאר קעניג דעם פרינץ אבדאללא, פון די האשעמיטן שבט, וואס זענען אין מקור בעדואינער, דאס לאנד איז א מדברדיקע, עס הערשט א גרויסע מאנגל אין וואסער, טרוקן און הייס. צפון איז איר גרענעץ סיריע, מערב ישראל, פון מזרח איראק, און פון דרום האט זי איר גרענעץ מיט סאודי אראביע. איר באפעלקערונג איז געשאצט אויף 5.759.732 און עס ווערט צוטיילט אויף 62 מענטשן, אויף יעדע סקווער קילאמעטער דאס לאנד איז פאקטיש געווען א מאנד ...

                                     

ⓘ לענדער אין אזיע

  • אין אזיע זענען דא 48 לענדער - עטלעכער לענדער געהערן אין מער ווי איין ראיאן: 1 שטחים פון רוסלאנד מערב פון די אוראל בערג זענען אין אייראפע. 2 מערב טערקיי
  • פון דער וועלט ס באפעלקערונג. אזיע באציט פון די פארפרוירענע ארקטישע ראיאנען אין צפון ביז די הייסע עקוואטארישע לענדער אין דרום, און אנטהאלט ריזיגע פוסטע
  • זיך מערב פון אפגאניסטאן און תימן. רוב פון די לענדער זענען איסלאמיש. מערב אזיע נעמט איין די דאזיקע לענדער איראן איראק אמאן ארמעניע באכריין טערקיי ישראל
  • דרום מזרח אזיע איז כולל צוועלף לענדער אין דעם דרום מזרח טייל פון אזיע אינדאנעזיע באנגלאדעש ברוניי וויעטנאם טיילאנד לאאס מאלייזיע מזרח טימאר מיאנמאר פריער
  • גרעסטע לאנד אין דער וועלט און דאס צווייטע גרעסטע אין דרום מזרח אזיע ביז תשמ ט האט דאס לאנד געהייסן בורמע, און אזוי הייסט עס נאך אין א סך לענדער אויף בורמעזיש
  • אונטער - קאנטינענט. דרום אזיע גרענעצט מערב אזיע צענטראלע אזיע מזרח אזיע דרום - מזרח אזיע און דעם אינדישן אקעאן. אין דרום אזיע וואוינען מער ווי 1.5 מיליארד
  • סוווערענע לענדער אין אייראפע: 1 אזערביידזשאן און גרוזיע געפינען זיך אויפן גרענעץ פון אייראפע און אזיע 2 ארמעניע און ציפערן ליגן אין אזיע אבער מען רעכנט
  • אנדערע לענדער אין דרום אזיע און דרום - מזרח אזיע קארי איז געקומען אין אנהייב פון אינדיע. שפעטער האט מען געברענגט קארי מאכלים צו די מערבדיקע לענדער דורך בריטישע
  • אומגעפער 50 לענדער דאס גרעסטע, סיי אין שטח סיי אין באפעלקערונג, איז רוסלאנד, וואס באדעקט 40 פונעם קאנטינענט אחוץ וואס עס האט טעריטאריע אויך אין אזיע און
                                     

ליסטע פון לענדער אין אזיע

אין אזיע זענען דא 48 לענדער - עטלעכער לענדער געהערן אין מער ווי איין ראיאן: 1 שטחים פון רוסלאנד מערב פון די אוראל בערג זענען אין אייראפע. 2 מערב טערקיי איז אין אייראפע.

                                     

אמאן

אָמאַן איז אַ לאַנד אין מערבֿ־אַזיע אויפן דרום־מזרח בארטן פונעם אראבישן האלבאינזל. זײַן הױפּטשטאָט איז מוסקאַט. אמאן גרענעצט די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן צו צפון־מערב, סאודי אראביע צו מערב און תימן צו דרום־מערב. אמאן האט א סך פרעמדע ארבעטער פון למשל די דרום שטאטן פון אינדיע, קעראלא, טאמיל נאדו און קארנאטאקא.

                                     

טאדזשיקיסטאן

טאַדזשיקיסטאַן, אפיציעל די רעפובליק פון טאַדזשיקיסטאַן, איז אַ בערגיש לאנד איינגעשלאסן לאַנד אין צענטראַל־אַזיע. עס גרענעצט אפגאניסטאן צו דרום, אוזבעקיסטאן צו מערב, קירגיזסטאן צו צפון און כינע צו מזרח. זײַן הױפּטשטאָט איז דושאַנבע. 7 מיליאָן פּערזאָנען ווױנען אין טאַדזשיקיסטאַן.

                                     

לאאס

‫ לאַאָס, אָדער די לאַאָיִשע פאָלקס דעמאָקראַטישע רעפּובליק לאַאָיִש: ສາທາລະນະລັດ ປະຊາທິປະໄຕ ປະຊາຊົນລາວ, סאַטאַלאַנאַלאַט פּאַסאַטיפּאַטײַ פּאַסאַסאָן לאַאָ, איז אַ לאנד איינגעשלאסן לאַנד אין דרום-מזרח אזיע. לאַאָס גרענעצט בורמע און כינע אין צפֿון־מערבֿ, װיעטנאַם אין מיזרח, קאַמבאָדיע אין דרום, און טײַלאַנד אין מערבֿ. לאַאָס האָט געהאַט 6.5 מיליאָן פֿאָלק אין 2012.

                                     

מאלדיוון

די מאלדיוון, אפיציעל די רעפובליק פון די מאַלדיוון, איז אן אינזל לאנד אין דעם אינדישן אקעאן וואס באשטייט פון א טאפלטער קייט פון 26 אטאלן אינעם לאקאדיווער ים, 700 ק"מ דרום־מערב פון סרי לאנקא און 400 ק"מ דרום־מערב פון אינדיע. די מאלדיוון איז דאס קלענסטע לאנד אין אזיע, סיי לויט באפעלקערונג סיי לויט שטח, און איז דאס נידעריגסטע לאנד אין דער וועלט, מיט א דורכשניט הייך פון 1.5 מעטער איבערן ים־שפיגל.

                                     

מזרח טימאר

מזרח טימאר אדער די דעמאקראטישע רעפובליק פון טימאר לעסטע איז א לאנד אין דרום-מזרח אזיע. עס געפינט זיך אויף דער מזרח זייט פונעם אינזל טימאר, מיט די קלענער אינזלען אטאורא און יאקא, און א קליינער שטח, עקוסי-אמבענא, וואס איז אן עקסקלאווע אין דער מערב זייט פון טימאר,א טייל פון אינדאנעזיע. די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז דילי, מיט א באפעלקערונג פון 150.000.

                                     

סרי לאנקא

סרי לאנקא, אפיציעל די דעמאקראטישע סאציאליסטישע רעפובליק פון שרי לאנקא, איז אן אינזל לאנד אין דעם צפון אינדישן אקעאן לעבן דעם דרום בארטן פון אינדיע אין דרום אזיע. סרי לאנקא האט ים גרענעצן מיט אינדיע צו צפון־מערב אריבער דעם איינגאס פון מאנאר און פאלק דורכגאס, און די מאלדיוון צו דרום־מערב.

                                     

קאטאר

קאטאר איז אן אראבישער עמיראט אינעם מיטל מזרח. צו דרום ער גרענעצט סאודי אראביע און פון אלע אנדערע זייטן איז ער ארומגענומען מיטן פערסישן איינגאס. קאטאר האט די דריטע גרעסטע רעזערוון פון נאטירלעכן גאז אין דער וועלט. די באפעלקערונג איז 907.227 אבער נאר 350.000 זענען בירגער.

                                     

קואווייט

דער שטאַט פון קואוייט איז א סוווערענער אראבישער עמיראט פלאצירט אין צפון מזרח פונעם אראבישן האלבאינזל אין מערב אזיע. ער גרענעצט מיט סאודי אראביע צו דרום און איראק צו צפון. קואווייט איז זייער רייך אין דעם אויל, וואס רופט זיך שווארצע גאלד, און צוליב דעם האט סאדאם כוסעין דאס געוואלט אינקארפארירן אלס דעם 19טן גובערניע פון איראק, וואס דאס האט צוגעברענגט צו דעם 1991 גאלף קריג