ⓘ מערב וועלט. וועסטליכע קולטור איז דער נאמען פון דער קולטור וואס האט זיך אנטוויקלט איבערהויפט אין אייראפע, און אין די לעצטע הונדערטער יארן אויך אין צפון אמעריקע א ..

לאטיין-אמעריקע

לאטיין־אמעריקע איז א גרופע לענדער און אפהענגיקע־לענדער אין דעם מערב האלבקיילעך וואו מען רעדט מערסטן ראמאנישע שפראכן ווי שפאניש, פראנצויזיש אדער פארטוגעזיש. טייל טעריטאריעס ווי קוועבעק, וואו מע רעדט פראנצויזיש, אדער שטחים פון די פאראייניגטע שטאטן וואו מע רעדט מערסטנס שפאניש זענען נישט איינגעשפארט ווייל זיי געהערן צו אנגלא-אמעריקע. דער טערמין איז ברייטער אזוינע קאטעגאריעס ווי היספאנישע אמעריקע וואס באדייט דווקא לענדער וואו מע רעדט שפאניש איבערא-אמעריקע וואס באדייט סיי שפאניש־ סיי פארטוגעזיש־רעדנטע לענדער. דער טערמין אויך נישט אזוי אלט.

                                     

ⓘ מערב וועלט

וועסטליכע קולטור איז דער נאמען פון דער קולטור וואס האט זיך אנטוויקלט איבערהויפט אין אייראפע, און אין די לעצטע הונדערטער יארן אויך אין צפון אמעריקע און אין אויסטראליע.

די קולטור איז באווירקט געווארן, מיט וואס עס באלאנגט צו וויסנשאפט און קונסט, איבערהויפט פון די אלטע גריכלאנד אין פארשידענע אנגעלעגנהייטן, ווי אין פאליטיק, וויסנשאפט, ליטעראטור, קונסט, און נאך.

און וואס עס באלאנגט צו מאראל און עטיקייט איז דער קולטור באווירקט געווארן פון יידישקייט, א טייל פון זיי דורך די קריסטן.

פאלגנד איז א טייל פון וואס די קולטור איז באאיינפלוס געעוארן פון די יידן:

  • די הייליקייט פון ארץ ישראל
  • דער הויפטזאך פון פרייהייט.
  • מאכן איין טאג פון דער וואך א רוהע-טאג.
  • עשרת הדברות אלס א חשובע לערע.
  • מאנאטעיזם - דאס גלויבן אין איין איינציקער גאט.
  • זען דאס הייליקייט פון לעבן אלס א מאראלע ווערטיקייט.
  • דער תנ"ך אלס א הייליקער ספר.
  • דער הויפטזאך פון גלייכרעכטיקייט.

אין דעם 20סטן י"ה, ביים קאלטן קריג איז פֿאָרגעקומען אַ קאנפראנטאציע צווישן דער מערב וועלט צום סאוועטן פארבאנד מיט אירע אונטערשטיצער.