ⓘ יקותיאל יהודה טייטלבוים. דער ארטיקל דיסקוטירט דעם סיגעטער רבי, בעל ייטב לב. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט יקותיאל יהודה טייטלבוים באדייטן. רבי יקותיאל ..

                                     

ⓘ יקותיאל יהודה טייטלבוים

דער ארטיקל דיסקוטירט דעם סיגעטער רבי, בעל ייטב לב. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט יקותיאל יהודה טייטלבוים באדייטן.

רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים איז געווען רב אין סיגעט, באקאנט אלס דער ייטב לב.

                                     

1. תולדות

רבי יקותיאל יהודה איז געבוירן און יאר תקס"ח, צו זיין פאטער הרב אלעזר ניסן טייטלבוים, רב אין דראהאביטש, א זון פון הרב משה טייטלבוים דער ישמח משה, און צו זיין מוטער מרת רויזא בלימא א טאכטער פון הרב אהרן, רב אין חאדאראוו א תלמיד פון הרה”ק רבי ר’ אלימלך מליזענסק.

                                     

1.1. תולדות רבנות

אין יאר תקצ"ג האט מען אויפגענומען רבי יקותיאל יהודה פאר רב אין סטראפקאוו. נאך זיין זיידןס פטירה אין יאר תר"א האט מען אים אויפגענומען אלס רב אין איהעל. אין אוהעל האט מען זיך אויסגענומען מיט רבי יקותיאל יהודה פארשידענע באדינגונגען איבער חסידישע אויפפירונגען און אז ער זאל נישט זאגן לאנגע מוסר דרשות, ווען פארשידענע לייט האבן קעגן אים באקלאגט ביי די באהערדע, האט מען אים פאריאגט פון דארט ערב ראש השנה תר"ז, אין איז אויפגענומען געווארן רב אין גארליץ.

אין יאר תרט"ז איז רבי יקותיאל יהודה געווארן רב אין דראהביטש, ער דארט מיטגעמאכט שווערע רדיפות, אויף די עלטער האט ער זיך אויסגעדרוקט, דאס איז געווען מיינע ביטערסטע יארן.

י"ח תמוז תרי"ח איז ער אויפגענומען געווארן רב אין סיגעט.

אין זיינע יארן האט זיך אויסגעשפרייט אין סיגעט א שווערע מחלוקת אין די ענינים פון דער אויפפירונג פון דער שטאט. רבי יקותיאל יהודה האט זיך צוריק געהאלטן פון זיך אריינמישן אין דער קריגעריי און צו זיינע מקורבים האט ער דערציילט און ער האט אזוי געזאגט: עטץ זאלט וויסן אז מיין זיידע דער ישמח משה זיע"א האט מיר דערציילט אז ער געדענקט זיין פריערדיגן גלגול און אז ער איז געווען פון דער מחלוקת פון קרח און ווען איך האב איהם געפרעגט צו וועלעכער זייט איז ער געווען האט ער מיר צוריק געענטפערט אז אין דער מחלוקת פון קרח איז געווען דריי גרופעס: איין גרופע איז געווען מיט משה און סאיז געווען צו זיי מסירות נפש וועגן איהם, די צווייטע גרופע האבן זיך געטענהט מיט קרח און געוואלט איבערצייגן מיט זייערע טענות אז משה איז גערעכט, די דריטע גרופע זענען געשטאנען פון דערווייטנס און זיך נישט אריינגעמישט בכלל אין דער מחלוקת און ער איז געווען פון דער דריטער גרופע און וועגן דעם וויל ער זיך נישט אריין מישן אין דער מחלוקת אזוי ווי מיין זיידע איז געשטאנען אין דער זייט און זיך נישט אריינגעמישט.

דער ייטב לב איז געווען באקאנט אלס גאון בנגלה ובנסתר, ער האט געהאט א שטארקן כח מגידות, שלש עשרה מדות פאר שמע קולנו פלעגט ער האלטן דרשות קרוב צו דריי שעה. דער ייטב לב איז געווען דער ערשטער חסידישער רבי וואס האט געפירט א ישיבה.

                                     

2. פאמיליע

רבי יקותיאל יהודה האט געהייראט מרת רחל א טאכטער פון הרב משה דוד אשכנזי רב אין טאלטשאווא. זייערע קינדער:

  • הרב חנניה יו"ט ליפא טייטלבוים ו סיון תקצ"ו - כ"ט שבט תרס"ד, רב אין סיגעט.
  • הרב אליהו בצלאל טייטלבוים תר"י – כ"ט מנחם אב תרע"ח, רב אין טעטש.
  • די ווייב פון הרב משה הורוויץ, התקפ"ד – י סיון תרנ"ד, רב אין ראזוואדאוו.
  • מרת הענדל –ג אלול תרפ"ד, די ווייב פון הרב ישראל יעקב יוקיל טייטלבוים ת"ר – ט"ו אלול תרפ"ד, רב אין וואלאווע.
  • מרת פעסיל, די ווייב פון הרב ברוך האלבערשטאם תקפ"ט – א אדר תרס"ו, רב אין גארליץ.
  • הרב משה יוסף טייטלבוים תר"ה – כ"ד טבת תרנ"ז, רב אין איהעל
  • הרב אברהם אהרן טייטלבוים תקפ"ו - י"ב אלול תר"ע, רב אין קאלבאסאוו
                                     
  • יקותיאל יהודה טייטלבוים איז דער נאמען פון דריי רבנים: יקותיאל יהודה טייטלבוים פון סיגעט, דער ייטב לב יקותיאל יהודה טייטלבוים ב אב ד סיגעט יקותיאל יהודה
  • ישמח משה. און צו זיין מוטער מרת הענדל א טאכטער פון זיין פעטער הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים דער ייטב לב. אין יאר ה תרס ה האט זיין פאטער געשטעלט רבי אהרן אלס
  • רבי יקותיאל יהודה זלמן לייב טייטלבוים געבוירן כ ד כסליו ה תשי ב איז דער סאטמארער רבי אין וויליאמסבורג, ניו יארק. ער איז דער דריטער זון פונעם פריערדיגן
  • זיין פאטער הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים דער ייטב לב א זון פון הרב אלעזר ניסן טייטלבוים רב אין דראהאביטש, א זון פון הרב משה טייטלבוים דער ישמח משה
  • הרב חנניה יו ט ליפא טייטלבוים רב אין סיגעט, א זון פון הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים דער ייטב לב א זון פון הרב אלעזר ניסן טייטלבוים רב אין דראהאביטש
  • א זון פון הרב משה טייטלבוים פון אוהעל דער ישמח משה. און צו זיין מוטער מרת הענדל א טאכטער פון זיין פעטער הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים דער ייטב לב. רבי
  • זון פון הרב ברוך האלבערשטאם, רב אין גארליץ, אן איידעם פון הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים דער סיגעטער רב א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, רב אין צאנז, דער
  • רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם זצ ל ה תרנ ג - ה תש ג שינאווער רבי אין צאנז. רבי יקותיאל יהודה איז געבוירן געווארן אין יאר ה תרנ ג אומגעפער צו זיין
  • רופט מען זיי אויך זלמן לייב. דא ס װא רט קען זיך װײ טער צעטײלן צו עטלעכע בא דײ טן: יקותיאל לאנדא מטירהאוויצא זלמן לייב טייטלבוים יקותיאל יהודה הלברשטאם
  • געווען ברבנות: רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים ה תקס ח - ו אלול ה תרמ ג - רב אין סיגעט, דער ייטב לב. זיין זון רבי חנניה יו ט ליפא טייטלבוים ו סיון ה תקצ ו