ⓘ בולגאריע. ‫ בולגאַריע איז א לאַַנד אין דרום-מזרח אייראפּע. די הױפּטשטאָט איז סאָפיע. זי גרענעצט פינף לענדער: רומעניע צו צפון בעיקר דורכן דוניי, סערביע און די רע ..

                                     

ⓘ בולגאריע

בולגאַריע איז א לאַַנד אין דרום-מזרח אייראפּע. די הױפּטשטאָט איז סאָפיע. זי גרענעצט פינף לענדער: רומעניע צו צפון בעיקר דורכן דוניי, סערביע און די רעפובליק פון צפון=מאקעדאניע צו מערב, און גריכנלאנד און טערקיי צו דרום; און דעם שווארצן ים צו מזרח.

די גרעסטע שטעט נאך סאפיע זענען פלאוודיוו באפעלקערונג 338.153 און ווארנא באפעלקערונג 334.870.‏

                                     

1. היסטאריע

אין דעם סוף פונעם 6טן יארהונדערט איז אויפגעשטעלט געווארן די ערשטע בולגארישע אימפעריע. אין 1018 איז די אימפעריע געווארן א טייל פון דער ביזאנטישער אימפעריע.

ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה איז בולגאריע געווען דאס איינציגסטע לאנד וואו די בירגער האבן פראטעסטירט אין די מאסן אז מען זאל נישט שיקן די יודן צו די פארניכטונג לאגערן. און די רעגירונג איז דאן טאקע געווען געצווינגען אפצושטעלן די מאסן-דעפארטאציעס, כדי צו פארמיידן א בירגער-קריג.