ⓘ מאלדאווע. ‫ מאָלדאװע איז אַ לאנד-איינגעשלאסן לאַנד אין דרום-מזרח אייראפּע, צווישן רומעניע צו מערב און אוקראינע צו צפון, מזרח און דרום. איר הױפּטשטאָט איז קעשענע ..

                                     

ⓘ מאלדאווע

‫ מאָלדאװע איז אַ לאנד-איינגעשלאסן לאַנד אין דרום-מזרח אייראפּע, צווישן רומעניע צו מערב און אוקראינע צו צפון, מזרח און דרום. איר הױפּטשטאָט איז קעשענעוו.

ווערנט דער מיטל אלטער, רוב פון דער היינטיגער טעריטאריע פון מאלדאווע איז געווען א טייל פון דער פרינציפאליטעט פון מאלדאוויע. אין 1812, האט די רוסלענדישע אימפעריע אנעקסירט דעם מזרח טייל פון דער פרינציפאליטעט און געגעבן א נאמען בעסאראביע. צווישן 1856 אין 1878, האט מען צוריקגעגעבן דעם דרום טייל צו מאלדאוויע. אין 1859 איז זי געווארן פאראייניגט מיט וואלאכיע צו פארמירן די מאדערנע רומעניע.

מאלדאווע איז געווארן א מיטגליד פון די פאראייניגטע פעלקער אין מערץ 1992.

                                     

1. דעמאגראפיע

לויטן צענזוס פון 2004, זענען 75.8% פון די באפעלקערונג מאלדאוואנער 2.564.849 און 8.3% 282.406 אוקראינישע. יידן זענען געווען 3608. דער צענזוס האט נישט איינגעשפארט די טעריטאריע פון טראנסניסטריע.