ⓘ חיים הערש טייטלבוים, ירושלים. הרב חיים צבי טייטלבוים איז דער סאטמארער רב אין ירושלים, און דער עלטסטער זון פון רבי זלמן לייב טייטלבוים, איינער פון די צוויי סאטמא ..

                                     

ⓘ חיים הערש טייטלבוים (ירושלים)

הרב חיים צבי טייטלבוים איז דער סאטמארער רב אין ירושלים, און דער עלטסטער זון פון רבי זלמן לייב טייטלבוים, איינער פון די צוויי סאטמארער רביס. ער איז א תלמיד פון רבי אברהם דוד אטיק.

                                     

1. לעבנס געשיכטע

רבי חיים הערש איז געבוירן תשל"ג אין דער געגנט וויליאמסבורג, ניו יארק, פאראייניגטע שטאטן, צו זיין פאטער רבי זלמן לייב טייטלבוים, דער סאטמארער רבי פון וויליאמסבורג, און צו זיין מוטער הרבנית חיה שרה, א טאכטער פון רבי משה שפיץ פון ביסטריץ זצ"ל. ביי זיין ברית האט זיין זיידע דער ברך משה זצ"ל איהם געגעבן א נאמען נאך זיין אייגענעם טאטן דער עצי חיים. אלס בחור האט ער געלערנט אין סאטמארער ישיבות אין מאנסי, וויליאמסבורג און אין ירושלים ביי רבי משה אריה פריינד זצ"ל וועלכער האט איהם מסמיך געווען צו ווערן א רב און האט איהם געגעבן א היתר הוראה ערלויבעניש צו פסקנען הלכות.

אין יאר תשנ"א, האט ער חתונה געהאט מיט זיין שוועסטער-קינד, די טאכטער פון רבי אפרים לעמבערגער זצ"ל פון מאקאווא בארא פארק, וועלכער איז אויך געווען אן איידעם ביים ביסטריצער רב. אין יאר התשנ"ז נאכדעם וואס זיין טאטע איז געווארן א רב אין ירושלים, האט רבי חיים צבי איבערגענומען זיין פלאץ אלס סיגעטער רב אין וויליאמסבורג. אין יאר התשנ"ט איז זיין טאטע רבי זלמן לייב צוריקגעפארן קיין אמעריקע צו דינען אלס אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג, און אנשטאט איהם האט רבי חיים צבי האט מקבל געווען אויף זיך די אויפגאבע צו פירן די ארטיגע ירושלימער סאטמארער קהילה וואס שטיצט און רעספעקטירט איהם גאר שטארק.

אומגעפער פאר פסח התשע"ז האט רבי חיים הערש זיך צוריקגעצויגן קיין אמעריקע צו וואוינען נאענט צו זיין פאטער דער רבי. ער פארט יעדע שטיק צייט באזוכן זיין קהילה. טראץ דעם וואס ער וואוינט אין די פאראייניגטע שטאטן, ווערט ער נאך אלץ פארעכנט אלס סאטמארער ירושלימער רב.

                                     

2. זיין סטאטוס אין סאטמאר און זיינע שטעלונגען

ער האט א איידעלע באנעמונג, ער דערמאנט זייער אסאך דעם סאטמאר רבין ז״ל זיין עלטער פעטער ביי זיינע דרשות און תורות, און ער ווערט פארעכענט אלס גרויסער קנאי אין ירושלים, און אלס וואס האט צו טון מיט קנאות ווי גיין מוחה זיין קעגן די ציונים אדער זייערע גראבונגען, שיקט ער ארויס זיינע יונגעלייט מוחה זיין, מאנכע רעכענען אים אלס עקסטרעמיסט וואס ערשיינט צו פארשידענע אירועים פון נטורי קרתא און אנדערע קיצונישע ענינים. ער ווערט באטראכט ביי די זאלונים אלס דער "קרוין צירונג" פון סאטמאר. אזוי ווי רבי חיים הערש איז נאך קיינמאל נישט געווען פארמישט אין די חילוקי דעות צווישן די צוויי ברידער, זענען פארהאן אויך פילע ארונים וואס שעצן און רעספעקטירן אים גאר שטארק. ווען ער פארט ארויס קיין ניו יארק און ער האלט א דרשה פאר די חסידים פון זיין טאטע האט ער פיל צוהערער.

                                     

3. זיינע קינדער

  • חנה ברכה סימא
  • פעסל
  • הב חנני יו"ט ליפא, איז א חתן ביי הרב זעליג וואלף ראזענבערגער איידעם פון רבי ישעיה לאבין, דער זידיטשואיווער רבי פון וויליאמסבורג.
  • משה
  • הרב יואל, האט געהייראט מרת חנה, טאכטער פון הרב יואל הורוויץ, זון פון רבי ברוך, דומ"ץ מעליץ.
  • נתן נטע
  • רחל אסתר
  • רויזא נעכא
  • מרת מרים יוטא, די ווייב פון הרב משה חיים, זון פון רבי ישעיה לאבין, דער זידיטשואיווער רבי פון וויליאמסבורג.
  • ארי
  • הרב יעקב בער, האט געהייראט מרת ברכה, טאכטער פון הרב נחמן כהנא, זון פון רבי חיים יצחק אייזיק, אדמו"ר מנצח מנם ספינקא מאנסי - ר"מ בישיבת וויזניץ-וויליאמסבורג.
  • רבקה טויבא
  • הרב מנחם אפרים, האט געהייראט מרת יוטל, טאכטער פון הרב יואל טייטלבוים - אב"ד תפארת מרדכי