ⓘ קערפער שפראך. קערפער-שפראך זענען אויסדריקען אויפן גוף אדער אויפן פנים ווי א שמייכעל, א בלינק מיט די אויגען, אדער א קוועטש מיט די נאז א דריי מיטען פינגער שבכל הל ..

                                     

ⓘ קערפער שפראך

קערפער-שפראך זענען אויסדריקען אויפן גוף אדער אויפן פנים ווי א שמייכעל, א בלינק מיט די אויגען, אדער א קוועטש מיט די נאז א דריי מיטען פינגער שבכל הלילות. רוב באוועגונגען און אויסדריקען נעמען מענטשטען נישט אין אכט. סאיז דא באמערקבארע און אומבאמערקבארע אויסדריקען וואס מקען צוריקהאלטען אין וואס מקען נישט צוריקהאלטען.

  • דאס איז די איינציגסטע שפראך גלייך פאר אלעמען, א שמייכעל איז א שמייכעל איבעראל, אין א גרימאס פנים איז אויך די זעלבע, באשעפענישען פארשטייען
  • אפילו בלינדע וואס האבען קיינמאל נישט געזען קיין שמייכעל שמייכלען די זעלבע
                                     

1. קערפער-שפראך באניצער

די באוועגונגען פינעם קערפער געבען שטארק צו א שמועס עס צו מאכען אויס לאנגווייליג דאס ברענגט מענטשען זאלען זיך וועלן באקענען מיט דיר און דאס ברענגט זיך צו דערווייטערן סהארגעט אוועק פארבינדענישען פון לאנגע יאהרען

  • דאס איז איינע פון די וועגען ווי אזוי מטרענירט חיות און ווי אזוי חיות פארשטייען זייערע בעלי בתים
  • דאס געבט צו צום ריטאריק פין א רעדנער אז די עולם זאל נישט שנארכען אינמיטען זיין רעדע און אפילו פון מאהל צומאהל צוווארפען א שמייכעל און אנדערע ווערטער דער אויפטרעטער ניצט די אויסדריקען צו באאיינפלוסען דעם עולם אויף סיי וואספארא אופן סזאל צוגעבען צום טאהן אדער צום געשפאנטקייט און געשמאקייט פונעם סיטואציע.
  • מלייגט ארויף אויפן עדווערטייזמענט א בילד פון וואס מוויל אז סזאל אומבאמערקבאר אפעקטירען די אויג וואס זעיט דאס
  • ממאכט נאך מענטשען מיט זייערע באוועגונגען
  • קערפער-שפראך ביי בילדער מיינט משטעלט זיך אין א פאזע, מיט: זאג - טשיז!!!
  • סעילס לייט באניצען זיך אפט מיט די קערפער-שפראך צו אבזערווירען זייערע קונדען
  • קורצע מעסעזשעס ווערן אזוי איבערגעגעבען
  • פסיכאלאגען באבאכטען זייערע קונדען און דאס העלפט זיי דיאגניזירען