ⓘ פסיכאלאגיע ..

פסיכאלאגיע

פסיכאלאגיע איז די וויסנשאפט וואס פארשט נאך דעם נפש פונעם מענטשן, זיין אויפפיר און פארשטאנד און אירע עמאצינאלע אויסדרוקן. איר ארבעט איז נאכפארשן און אנאליזירן די גייסטישע אנטוויקלונגען, און אויסברוכען פון מענטשען, און פארשטיין פון װוּ די סימפטאמען קומען. ספעציעל טוט מען דורך פילונגען פון מענטשן וואס זענען אין א שווערע סיטואציעס און אין אנדערע טרואמאס צו ארויסהאבען פון װוּ דאס שטאמט, און וויסן ווי אזוי צו טוישן און פארגרינגערן די סיטואציע.

אדיקציע

אַדיקציע איז א סיטואציע פון פסיכאלאגישער אדער פיזישער אפהענגיקייט צו א סובסטאנץ אדער אן אקטיוויטעט. די אדיקציע ווײַזט זיך אויס מיט א צוואנג־אויפפיר צו באקומען וואס די אדיקציע פאדערט, אויך ווען דאס פירט צו נעגאטיווע קאנסעקווענצן, למשל נישט שלאפן אדער נישט באטייליקן אין דער געזעלשאפט. באקאנטע אדיקציעס זענען רייכערן, אלקאהאל און נארקאטיק, וואס זענען פיזיש, ווי אויך אזארטשפיל און אינטערנעץ־באניץ. ביי פיזישע אדיקציעס קען דער מענטש ווערן קראנק ווען ער באקומט נישט וואס דער קערפער פאדערט. דער סובסטאנץ גייט אריין אינעם בלוט־שטראם און ווערט געפירט צום מוח, וואו ער שאפט א געפיל פון הנאה. מיט טייל נאר ...

אינטעליגענץ

אינטעליגענץ איז די אייגנשאפט פון שכל וואס אנטהאלט אין זיך אסאך פארבונדענע מעגלעכקייטן, ווי די מעגליכקייט פאר סברה, פלאן, שליכטן פראבלעמען, טראכטן אבסטראקטיש, באגרייפן איידיע און שפראך, און לערנען. כאטשיג אינטעליגענץ ווערט באטראכט ביים המון זייער ברייט און לאנג, טוען אבער די פסיכאלאגן דאס טיפיש אנרופן די תכונה באזונדער פון שאפונג, פערזענלעכקייט, כאראקטער, וויסן, אדער קלוגשאפט. מענטשן וואס צייכענען זיך אויס אין דעם זענען אינטעלאקטועלן.

אינסטינקט

נאטורליכע אינסטינקט מיינט א אקציע פון א לעבעדיגע באשעפעניש וואס ווערט נישט דיקטירט דורך די כח פון לאגיק אדער געפילן, נאר א באזונדערע כח וואס מאכט א לעבעדיגע זאך טון געוויסע זאכן מיט א חשבון אנצוקומען צו א ציל. ביז דערווייל קען מען דאס נישט ערקעלערן דורך לאגיק, אין עס איז אנגענימען אז עס איז א כח פאר זיך פארזיך. אינסטינקט איז די רעאקציע פון דרויסענדע פאקטארן וואס סטימולירן די קערפער און דער אינסטינקט מאכט אז דער קערפער זאל זיך באוועגן און רעאגירן אויף א געוויסן וועג. עס איז דער וועג וויאזוי אלע סארטן לעבעדיגע באשעפענישן האבן בירושה דורך די גענעס זיך אויפפֿירן און אומציגיין מיט זייער לעבן. א ...

ביהייוויאריזם

ביהײװיאָריזם איז א טעאריע פון א לערע אין פּסיכאָלאָגיע וואָס רופֿט צו זיך פֿאָקוסירן און זיך פארטאן מיט דעם אויפגעדעקטער אויפפיר פון די ארגאניזם, און ניט מיט דער וויסיקייט. לויט דער ביהייוויאריזמער מעטאד האט ניט די וויסיקייט קיין דעפיניטיווע באגריף און עס ניט נוציק צו דער טעאריע. די פארשער פונעם ביהייוויאריזטישער צוגאנג האבן געפארשט אויפפירונגען פון בעלי חיים, און פון זיי געלערנט דעם מענטשנס אויפפיר. אין מיטן דעם 20סטן י"ה האט ביהייוויאריזם געהאט די מערסטע השפעה אין פסיכאלאגיע, אבער זייט דען איז זייער כח אראפ. עס זיינען דא א סך אנדערע פסיכאלאגישע גענג וואס זיינען אנטקעגן דעם אויפפיר צוגאנג ...

                                     

נארציסיזם

נאַרציסיזם איז אַ צושטאַנד אין וואָס אַ מענטש זעט זיין אייגן שטאנד דורך גדלות אָדער עגאאיזם. דער נאמען שטאמט פון א יונגן מאן מיטן נאמען "נאַרציסוס" וואס איז אנידערגעפאלן אין ליבע ווען ער האט דערזען זייַן אייגענעם פּנים אפשפיגלנדיג זיך אין וואסער. א געשאצטער איין פראצענט פון דער מענטשהייט ליידן פון דעם דיסארדער. דער באקאנטער זיגמונד פרויד האט אסאך געשריבן וועגן נארציסיזם. די היינטיגע מומחים גיבן איבער אז פרעזידענט דאנאלד טראמפ איז א שטארקע ביישפיל פון א נארציסיסט.