ⓘ פסיכאלאגיע ..

געמיט

געמיט אדער שטימונג אדער גיסטע איז דער מצב און וואס דער מענטש געפינט זיך און וואסארא פון די פאלגענדע עמאציעס נעמען אים ארום. שאפונג גייסטליכקייט נערוועז פרייליכקייט ליבע. מרה שחורה עצבות הייליגקייט

דער עניאגראם פון דער פערזענלעכקייט

דער עניאַגראַם פון דער פערזענלעכקייט א פסיכאלאגישע טעאריע וואס טיילט איין די גאנצע מענטשהייט אין 9 סארט נאטורן. יעדער פון די 9 האט זיך זיין איינגארטיגע קוק אויפן לעבן וואס ברענגט איהם צו וועלן\טוהן\שפירן\פיהלן אנדערש פון די אנדערע סארטן טיפן. איינגעטליך לעבט יעדער פון די 9 סארט טיפן אין א וועלט פאר זיך און יעדער האט זיך זיינע נאטורן און טאלאנטן. לויט די טעאריע איז נישט אנדערש א מענטש וואס געפינט זיך אין א הויכן שטאפל אדער נידריגן שטאפל. דאס הייסט: אלעמאל באנוצט זיך דער מענטש מיט זיינע ספעציעלע נאטורן, סיי אין נידריגן שטאפל און סיי אין הויכן.

היפנאזיע

היפנאזיע איז אויסגעשטעלט מיט צוויי מענטשען איינער ווערט היפנאטיזירט ווען דער אנדערער היפאנאטיזירט אים און דאס ברענגט אריין דעם מענטש און א אנדערע פלאנעט וואס דאס איז די אומבאוויסטזיניגע חלק אין מוח וואס דאס וואכט אויף די ווילען און צוזאמגענימענקייט מער ווי ער האט אין באוויסטזין, סווערט געטועהן אין א פסיכאלאגישען וועג

זעיל

זעל אדער נפש איז דער מענטאליטעט, געפילען, מידות, דעות, כאראקטעריסטיקס, און זכרון וואס פארעמעט אויס דער מענטש. אין אידישקייט ווערט דאס פארוואנדלט אין דער נשמה נאכן טויט פונעם מענטש און דאס גייט דורך א פראצעדור פון אויסרייניגונג און שכר ועונש דורך גיהנום און גן עדן אויף אלע מצוות און עבירות וואס דאס איז אחריות אויפן מענטש ביים לעבן אין עולם הזה.

ליבידא

ליבידאָ אין זיין געוויינטלעכער באַניץ מיינט דאס סעקסואלער רייץ און גלוסט; אָבער, אין איר מער טעכנישער דעפיניציע, וואס געפינט זיך מייסטענס אין די ווערק פון קארל יאנג, איז דאס אַלגעמיין באצויגן צו דער פרייער שעפערישער-אָדער פּסיכיש-ענערגיע פון אַ יחיד וואס ער אינוועסטירט זיך צו פּערזענלעך אנטוויקעלן אָדער אינדוויזשליזירן.

נאמאפאביע

נאָמאָפֿאָביע איז די אומלאגישע שרעק צו זיין אָן א מאָביל טעלעפאָן אָדער נישט קענען ניצן דעם טעלעפאָן פאַר סיי וועלכע אורזאך, ווי פארלירן אַ סיגנאַל אָדער אויסלויפן פון מינוטן אָדער באַטעריע קראפט. א פֿאָביע איז דעפינירט אלס אַ אומלאגישע שרעק. אין דעם פאַל פון נאמאפאביע, די זאכן וואס ציען אן דעם מענטש זענען נישט זייער ווארשיינליך, אַזוי אַז דער טייל דערפון איז נישט שכלדיג. וואָס איז אזוי אומלאגיש, איז דער שטאפל פון אומבאַקוועמקייט וואס דער מענטש שפירט איבער דעם געדאַנק פון זייענדיק אפגעשיידט פון דעם סמאַרטפאָן. דאָס וואָרט נאמאפאביע איז אַ צוזאמשטעל, געמאכט פון נאָ קיין + מאָביל + פאָן + פא ...

איוואן פאוולאוו

איװאַן פּאַװלאָװ) איז געווען א רוסישער וויסנשאפטלער און פיזיאלאג. אינעם יאר 1904 האט ער זוכה געווען צו אַן אלוועלטלעכער אנערקענונג ווען ער האט באקומען דעם נאבעל פריז פאר פיזיאלאגיע און רפואה אויף זיין ארבעט אין די פארדייונג סיסטעם פארשונגען, וואס במשך די פארשונגען האט ער אנטפלעגט און געגרינדעט דעם באגריף קלאסישער איינגעתנאי, ווען דאן האט דער אויפפירונג שטרעמונג וואס דאס "קלאסישער איינגעתנאי" איז א חלק פון דעם איז געווען דער עיקרדיקער פסיכאלאגישער גאנג אין די 1920ער.

פסיכאלאגיע פון מוזיק

און אסאך לענדער לערנט מען מיט די קינדער אויף לידער נאך און קינדערגארטען אדער מהייבט אהן דעם טאג מיט לידער ווייל דאס העלפט צו עפענען דעם קאפ, און מיטהאלטען.

פסיכיאטריע

פסיכיאַטרע איז דער טייל פון מעדיצין וואס שטודירט, דיאגנאזירט און באהאנדלט און אומנארמאלע אויפפירן און צושטאנדן וואס שאפן שוועריגקייטן פאר מענטשן. די דאקטויים וואס פראקטיצירן פסיכיאטרע און קורירן מענטשן מיט פסיכיאטרישע פראבלעמען רופט מען פסיכיאטערס. א פסיכיאטער איז בודק גייסטליכע קרענק אין מאכט א דיאגנאז. פסיכיאטריע איז נאכן לערנען דאקטעריי לערנט מען זיך צו וויאזוי צו באהאנדלען גייסטליכע קרענק מערסטנס דעפרעסיע מרה-שחורה, ביפאלארע שטערונג גיסטע-סטאבילעטי, ענקזייעטי שטערונג ציטער-זארג-נערוועזיקייט, און אזוי ווייטער.

פסיכיאטריע אינסטרוקציע בוך (DSM)

די דיאַגנאָסטישע און סטאַטיסטישע האנטבוך פון גייַסטישע פֿעלערן איז ארויסגעגעבן געווארן דורך דער אמעריקאנישער פסיכיאַטרישער אַסאָסיאַציע און דאס אָפפערט אַ קענטיגע שפּראַך און נאָרמאַלע קרייטעריע פֿאַר די קלאַסיפיקאציע פון גייַסטישע פֿעלערן. עס ווערט גענוצט, דורך קליניקס, ריסערטשעס, פסיכיאַטריק מעדיצין רעגולעישן עידזשענסיס, געזונט פאַרזיכערונג קאָמפּאַניעס, פאַרמאַסוטיקעל קאָמפּאַניעס, און דער לעגאַלער סיסטעם צוזאַמען מיט אַלטערנאַטיוועס אַזאַ ווי די ICD -10 קלאַסיפיקעישאַן פון גייַסטישע און ביהעיוויערעל-פֿעלערן, געשאפן דורך די ווארלד העלטה ארגעניזאציע. די ד.ס.ם. איז איצט אין זייַן פינפטע א ...

קערפער שפראך

קערפער-שפראך זענען אויסדריקען אויפן גוף אדער אויפן פנים ווי א שמייכעל, א בלינק מיט די אויגען, אדער א קוועטש מיט די נאז א דריי מיטען פינגער שבכל הלילות. רוב באוועגונגען און אויסדריקען נעמען מענטשטען נישט אין אכט. סאיז דא באמערקבארע און אומבאמערקבארע אויסדריקען וואס מקען צוריקהאלטען אין וואס מקען נישט צוריקהאלטען. דאס איז די איינציגסטע שפראך גלייך פאר אלעמען, א שמייכעל איז א שמייכעל איבעראל, אין א גרימאס פנים איז אויך די זעלבע, באשעפענישען פארשטייען אפילו בלינדע וואס האבען קיינמאל נישט געזען קיין שמייכעל שמייכלען די זעלבע

שטות

שטות שוטה הייסט אזא סארט משוגענער, א מענטש וואס זיין שכל איז נישט גלייך און איז נישט מיושב. אין די הלכה געפינען מיר סימנים ווען א מענטש הייסט א שוטה: איינער וואס גייט אליינס ביינאכט. ער נעכטיגט אין א בית הקברות. ער צורייסט זיינע בגדים. ער פארלירט וואס מען גיט אים. לויט די הלכה איז א שוטה פטור פון אלע מצות, ער איז נישט באגלייבט ביי משא ומתן, ער קען נישט זוכה זיין און נישט מזכה זיין שו"ע חו"מ סי רל"ה ס"ב. א שוטה האט אויף א פראבלעם ביים זיך געטן וויבאלד זיין גט איז נישט קיין גט, און א פרוי א שוטה קען נישט מקבל זיין א גט. כתובות קיב. יבמות קיג. די משנה בבא קמא זאגט חרש שוטה וקטן פגיעתן רעה, עס ...

שכל

שכל אדער מיינונג איז די מעגליכקייט צו טראכטן כדי צו פארשטיין זאכן און באגריפן און באניצן דעם וויסן צו שאפן א באוואוסטזיין און פירן א לעבן אויף אייגענע געדאנקען. עס ליגט אין דעם אויך די מעגליכקייט פון מערקונג, פארשטאנד און זכרון. דאס איז שייך בעיקר מענטשן. טראכטן אדער קלערן איז דער גייסטיקער פראצעס מיט וואס א מענטש טוט באהאנדלען די וועלט לויט זיינע צילן און באגערן. סאיז פאראן א לאַנגע טראדיציע פון פארשונגען אין פילאסאפיע, רעליגיע, פסיכאלאגיע און באנעם־וויסנשאפט וואס זוכט צו פארשטיין וואס איז טאקע שכל. גייסטישע פענאמענען זענען גאנץ אנדערש פון פיזישע פענאמענען. אז איינער איז העכער פון א צוויי ...