ⓘ מאיר בראנדסדארפער. הרב מאיר בראנדסדארפֿער איז געווען א פוסק און א מוהל. ער איז געווען א דיין ביי דער עדה החרדית אין ירושלים, און ממונה איבער דער שחיטה פון דער ע ..

                                     

ⓘ מאיר בראנדסדארפער

הרב מאיר בראנדסדארפֿער איז געווען א פוסק און א מוהל. ער איז געווען א דיין ביי דער עדה החרדית אין ירושלים, און ממונה איבער דער שחיטה פון דער עדה החרדית. אויך איז ער געווען רב פֿון די תולדות אברהם יצחק חסידים אין ירושלים.

                                     

1. יונגע יארן

מאיר בראנסדארפער איז געבוירן אין אנטווערפן, בעלגיע, אין יאר תרצ"ד צו זיין פאטער שלמה בראנסדארפֿער און זיין מוטער פֿרומעט, א טאכטער פונעם פישטיאנער רב, רבי ישכר שלמה טייכטאל הי"ד.

ווען נאצי דייטשלאנד האט אינוואדירט בעלגיע אין אייר הת"ש מיי 1940 איז די בראנסדארפער משפחה אנטלאפן קיין פראנקרייך. ווען זיי זענען אנגעקומען אין פאריז איז מען געוואויר אז מאיר ליידט פון טובערקולאז. האט מען אים געשיקט צו א הייל צענטער אין דער שווייץ. נאך ניין חדשים ווען ער איז געווארן געזונט איז ער צוריקגעקומען צו זיין פאמיליע אין פראנקרייך, וואו ער איז געבליבן באהאלטן ביז נאכן צווייטן וועלט קריג. נאכן קריג אין תש"ה - 1945,האט זיין משפחה זיך געצויגן קיין ארץ ישראל.

אין ארץ ישראל האבן זיי געוואוינט צו ערשט אין קיבוץ חפץ חיים, דערנאך אין תש"ו"האבן זיי זיך באזעצט אין די אונגארישע הייזער אין ירושלים, דארט איז זיין פאטער געווארן איינער פון די נאנטע תלמידיים פון דעם שומרי אמונים רבי, רבי אהרן ראטה. ער איז נאר געווען צוועלף יאר אלט, אבער רבי אהרעלע האט געוויזן א נאנטשאפט צו אים און געזאגט אויף אים "אז דאס קינד וועט באלייכטן די אויגן פון יידן אין ירושלים עיר הקודש". ווען דאס חסידות האט צעשפאלטן מיט ר אהרעלעס פטירה, האט זיין פאטער זיך איינגעשלאסן צו תולדות אהרן און דער יונגער מאיר איז געווארן איינער פון די חשובע מקורביום פונעם תולדות אהרן רבי אברהם יצחק קאהן.

נאך זיין בר מצווה, האט ער אנגעהויבן לערנען אין דער "בית יוסף צבי" ישיבה דושינסקיא. דארטן האט ער געלערנט בחברותא מיט הרב משה האלבערשטאם, און זיי ביידע האבן באקומען היתר הוראה אין תש"ך פון הרב פנחס עפשטיין דער ראב"ד פון דער "עדה החרדית". נאכהער זענען זיי ביידע צוזאמען אריין לערנען אין דער סלאנימער "בית אברהם" ישיבה, וואו דער ראש ישיבה איז געווען הרב שלום נח בראזאווסקי.

                                     

2. חתונה

מאיר האט חתונה געהאט מיט ברכה, די טאכטער פון הרב שמעון דוב קרישעווסקי, דער סעקרעטאר פונעם דיסקין יתומים הויז און דער פריוואטער סעקרעטאר פון דאקטער משה וואלאך, דער גרינדער און דירעקטאר פון דעם שערי צדק שפיטאל. נאך דער חתונה האט ער פארגעזעצט לערנען אין דער מירער ישיבה אין דעם בית ישראל פערטל אין ירושלים.

זיינע רביס אין הלכה, ביי וועמען ער האט גענומען סמיכה, זענען הרב משה אריה פריינד גאב"ד פון דער "עדה החרדית", רב שמואל וואזנער און רב יששכר דב גאלדשטיין ראש כולל שומרי החומות. ער האט אויך געהאט א שטארק שייכות מיט רב שלמה זלמן אויערבאך, מיט וועמען ער האט געשריבן אין הלכהדיגע ענינים.

ער האט פֿארעפֿנטליכט דאס ספר שו"ת "קנה בשם" וואס אנהאלט תשובות וואס ער האט געשריבן אין די פיר חלקים פון שלחן ערוך.

אחוץ דעם איז ער געווען א באוואוסטער מוהל אין ירושלים.

                                     

3. משפחה

די קינדער פון ר מאיר און זיין ווייב ברכה זענען:

  • הרב יוסף קדיש, מחבר פון די ספרים "אורה ושמחה" אויף דער משנה תורה פונעם רמב"ם. איידעם פון הרב מנחם מאנדערער, דער קאסאווער רבי פון ירושלים.
  • יצחק
  • ר משה, מו"צ אין דער עדה החרדית און רב פון בית הוראה "היכל הוראה".
  • ר יששכר, ראש מכון "שערי אורה" וואס דרוקט זיין טאטנס כתבים און ראש השוחטים אין דער עדה.
  • חיים אלעזר, א מוהל
  • שמעון דב
  • יהודה טרייטל, איידעם פון ר דוד שווימער
  • די ווייב פון רבי יוסף סאמעט, ראש כולל עוז והדר
  • אהרן, שוחט ובודק
  • ר שמואל, מו"צ אין דער עדה החרדית, רב פון קהילת "תפארת הנחל" און ראש כולל "תולדות אברהם יצחק" אין בית שמש.
  • ר נתנאל, מו"צ אין עדה החרדית, רב פון "קנה בושם" געגנט אין בית שמש
                                     
  • 1638 - לואי דער פערצנטער, מלך פון פראנקרייך געש 1715 1934 - הרב מאיר בראנדסדארפער רב, דיין, פוסק און מוהל מיטגליד אינעם בד ץ פון דער עדה החרדית מחבר
  • פון קאנאדע 10טן אפריל - דוד האלבערשטאם, שרייבער 5טן סעפטעמבער - הרב מאיר בראנדסדארפער רב, דיין, פוסק און מוהל מיטגליד אינעם בד ץ פון דער עדה החרדית מחבר
  • יצחק זענען געווען דער פוסק און מיטגליד פון בד ץ פון עדה החרדית, רבי מאיר בראנדסדארפער דער מקובל און בעל מחבר ספר מתוק מדבש על הזוהר הקדוש, רבי דניאל
  • סערעט - וויזשניצער רבי. מרת רבקה, ווייב פון רבי יהודה בראנדסדארפער זון פון רבי יוסף קדיש, זון פון רבי מאיר בראנדסדארפער זצ ל. דינט אלס רב פון סאסאווער חסידים אין
  • צווישן די תלמידים: רבי מאיר בראנדסדארפער זצ ל חבר הבד ץ דהעדה החרדית טרא ץ זיין אנגעהערשאפט אין אן אנדער קהילה רבי צבי מאיר זילברברג דער רבי פון פינסק
  • איז געווען דירעקטעד פונעם אינסטיטוט רבי יוסף סאמעט, איידעם פון רבי מאיר בראנדסדארפער מיט דער צייט זענען געווען ספיקות צי דער אינסטיטוט קען זיך אויסהאלטן
  • יעקב פישער 1996 - 2003 הרב משה שטערנבוך 2003 היינטיגער הרב מאיר בראנדסדארפער הרב משה האלבערשטאם הרב נפתלי הירצקא פרענקל הרב יעקב בלויא הרב אברהם