ⓘ אינדיע. ‫ ‫ אינדיִע, אפיציעל די רעפובליק פון אינדיע ענגליש: Republic of India ; הינדוסטאני: भारत गणराज्य בהאַראַט גאַנראַדזשיאַ, איז אַ לאַנד אין דרומדיקער אַזי ..

                                     

ⓘ אינדיע

‫ אינדיִע, אפיציעל די רעפובליק פון אינדיע ענגליש: Republic of India ; הינדוסטאני: भारत गणराज्य בהאַראַט גאַנראַדזשיאַ, איז אַ לאַנד אין דרומדיקער אַזיע. איר הױפּטשטאָט איז ניו דעלי. אין איר הונדערטער שפּראכן זיינען גערעדט. זי איז דאס זיבעטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט לויט שטח, און זי האט די צווייטע גרעסטע באפעלקערונג. זי איז די גרעסטע דעמאקראטיע אין דער וועלט.

אינדיע גרענעצט פאקיסטאן צו מערב, כינע, נעפאל און בהוטאן צו צפון־מזרח, מיאנמאר און באנגלאדעש צו מזרח, און דער בוכטע פון בענגאל צו דרום־מזרח, דעם אינדישן אקעאן צו דרום און דעם אראבישן ים צו דרום־מערב.

פיר וועלט רעליגיעס - הינדואיזם, בודהיזם, דזשייניזם און סיקהיזם - שטאמען פון דאנעט; יידישקייט, זאראאסטריזם, קריסטנטום און איסלאם זענען אהער געקומען אין די לעצטע צוויי טויזנט יאר. אינדיע איז געווארן זעלבשטענדיק פון דעם פאראייניגטע קעניגרייך אום 1947, דאן האט די קאמיסיע פארמירט אויך דאס לאנד פאקיסטאן פאר די מוסולמענער. 80 פראצענט אינדישע איינוואוינער זענען פון די הינדואישער רעליגיע.

איר אפיציעלע שפראך איז ענגליש, ווייל עס ווערן גערעדט ארום פיר הונדערט שפראכן אין אינדיע, האט מען אדאפטירט ענגליש, אלס די אפציעלע שפראך, וואס ווערט גערעדט אין פארלאמענט, היינט רעדן עס רוב מענטשן ווי א צווייטע אקצענט.

דער ערשטער פרעמיער מיניסטער פון אינדיע איז געווען דזשאווארהארלאל נעהרו, פון 1947 ביז 1964.

די אינדישע עקאנאמיע איז די דריטע גרעסטע אין דער וועלט.

אינדיע איז א פעדעראלע קאנסטיטוציאנעלע רעפובליק, רעגירט דורך א פארלאמענטארער סיסטעם, מיט 29 שטאטן און 7 פארבאנד טעריטאריעס.

אינדיע איז א גרינדער מיטגליד פון דער וועלט האנדל ארגאניזאציע, און האט אונטערגעשריבן דעם קיאטא פראטאקאל.

                                     

1. געאגראפיע

אינדיע איז דאס זיבעטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט; זי באדעקט דעם גרעסטן טייל פונעם אינדישן אונטער־קאנטינענט. די לענדער וואס גרענעצן אינדיע זענען פאקיסטאן, באנגלאדעש, מיאנמאר, כינע, בהוטאן און נעפאל, און אויך דאס אינזל־לאנד שרי לאַנקאַ.

אינדיע איז א האלבאינזל, ארומגענוען מיט ימען אין מזרח די בוכטע פון בענגאל, דרום דער אינדישער אקעאן און מערב דער אראבישער ים. אין צפון זייט פון אינדיע געפינען זי די הימאלייע וואס האט די העכסטע בערג אין דער וועלט און אנדערע בארגקייטן.

צוויי גרויסע טייכן פליסן פון דער הימאלייע אדורך אינדיע, דער גאנגעס און דער בראהמאפוטרא, און ביידע רינען אפ אין דער בוכטע פון בענגאל. צוויי וויכטיגע בייטייכן פונעם גאנגעס זענען די יאמונע און דער קאסי.

אינדיע האט 7.517 ק"מ פון בארטן; 5.423 ק"מ געהערן צום אינדישן האלבאינזל און די אנדערע 2.094 ק"מ געהערן צו די אנדאמאן, ניקאבאר און לאקשאדוויפ אינזל־קייטן.

                                     

2. היסטאריע

צוויי אוראלטע שפראכן, סאנסקריט און טאמיל, שטאמען פון אינדיע.

אין יאר 321 פאר דער ציווילער רעכענונג האט דער ערשטער מאוריער קייסער, טשאנדראגופטא געגרינדעט די מאוריער דינאסטיע מיטן הילף פון טשאנאקיע. דער מערסטער טייל פונעם אונטער־קאנטינענט איז געווארן פאראייניקט צום ערשטן מאל אונטער איין הערשאפט. די אימפעריע האט זיך פארברייטערט נאך ווען די גריכן און פערסן האבן צוריקגעצויגן פונעם ראיאן.

טשאנדראגופטאס זון, בינדוסארא, האט ווייטער פארברייטערט די אימפעריע כמעט צו גאנץ היינטיקער אינדיע.

אין 300 פאר דער ציווילער רעכענונג האט דער מאורישער קייסער אשאקא אויפגעשטעלט אן אימפעריע וואס האט געהערשט איבער כמעט דעם גאנצן שטח פון היינטיקער אינדיע, און האט פארשפרייט בודהיזם איבער דער אימפעריע.

פון 1526 האט די מוגהאל אימפעריע געהערשט איבער אינדיע. אין די 1600ער יארן האבן אייראפעישע לענדער אנגעהויבן אינוואדירן אינדיע. אין 1856 האט די בריטישע אימפעריע געהערשט איבער דעם גרעסטן טייל פון אינדיע.

                                     

3. דעמאגראפיק

אינדיע איז דאס צווייטע מערסט באפעלקערטע לאנד אין דער וועלט, מיט א באפעלקערונג 1.210.193.422 באוואוינער, לויטן באריכט פונעם 2011 פראוויזארישן צענזוס. איר באפעלקערונג איז געוואקסן מיט 1.76% א יאר אין די יארן 2001–2011, אראפ פון 2.13% א יאר אינעם פריערדיקן יארצענדלינג 1991–2001. דאס מענטשן מין־פארהעלטעניש, לויטן 2011 צענזוס, איז 940 נקיבות צו א 1.000 זכרים. די מעדיאן עלטער איז געווען 24.9 אינעם 2001 צענזוס. דער ערשטער צענזוס אין דער נאך־קאלאנישער תקופה, געפירט אין 1951, האט געציילט 361.1 מיליאן מענטשן. מעדיצינישע אנטווירלונגען פון די לעצטע 50 יאר ווי אויך פארגרעסערטע לאנדווירטשאפט פראדוקטיוויטעט צוגעברענגט דורך דער "גרינער רעוואלוציע" האבן גורם געווען א גיכע וואוקס אין אינדיעס באפעלקערונג. דאך האט אינדיע עטלעכע פאלקסגעזונט ארויסרופן. לויט דער וועלט רפואה ארגאניזאציע, שטארבן 900.000 אינדיער יעדע יאר פון טרינקען קאנטאמירט וואסער אדער אטעמען פארפעסטיקטע לופט. עס זענען 50 דאקטוירים פאר יעדע 100.000 אינדיער. די צאל אינדיער וואס וואוינען אין שטאָט־שטחים איז געוואקסן 31.2% פון 1991 ביז 2001. Yet, in 2001, העכער פון 70% האבן געוואוינט אין דארפישע געגנטן. לויטן 2001 צענזוס, זענען פאראן מער ווי 27 א מיליאן שטעט אין אינדיע; צווישן זיי דעלהי, מומביי, קאלקאטא, טשעניי, באנגאלארע, היידעראבאד און אכמעדאבאד are the מערסט באפעלקערטע מעטראפאליטאנע געגנטן. די אלפאבעטיזירונג ראטע אין 2011 איז געווען 74.04%: 65.46% פון נקיבות און 82.14% פון זכרים. קעראלא איז דער מערסט אלפאבעטיזרטער שטאַט; ביהאר דער ווינציקסטער.

אינדיע איז די היים פון צוויי הויפט שפראך־פאמיליעס: אינדא־אריש: גערעדט דורך 74% פון דער באפעלקערונג און דראווידיש 24%. אנדערע שפראכן וואס מרעדט אין אינדיע קומען פון די אויסטרא-אזיאטישע און טיבעטא־בורמישע שפראך־פאמיליעס. אינדיע האט נישט קיין נאציאנאלע שפראך.



                                     

4. פאליטיק

אינדיע איז די מערסטע באפעלקערטע דעמאקראטיע אין דער וועלט. אינדיע איז א פארלאמענטארע רעפובליק מיט זעקס נאציאנאלע פארטייען, כולל די אינדיאנישע נאציאנאלע קאנגרעס און די בהאראטיא דזשאנאטא פארטיי BJP, און מער ווי 40 ראיאנישע פארטייען.

ביי די ערשטע דריי נאציאנאלע וואלן פון אומאפהענגיקער אינדיע, אין 1951, 1957, און 1962, האט די קאנגרעס פארטיי פון דזשאווארהארלאל נעהרו געווינען גאנץ גרינג. ווען נעהרו איז געשטארבן אין 1964, איז לאל באהאדור שאסטרי געווארן פרעמיער מיניסטער אויף א קורצע צייט, אבער ער איז געשטארבן פלוצלינג אין 1966. נאך אים איז אינדירא גאנדהי געווארן פרעמיער מיניסטער; אונטער איר האט קאנגרעס געזיגט אין די וואלן פון 1967 און 1971.

                                     

5. רעגירונג

אינדיע איז די גרעסטע דעמאקראטיע אין דער וועלט. די רעגירונג ווערט צעטייל אויף דריי צווייגן: לעגיסלאטיוו פארלאמענט, וואס מאכט געזעצן, עקסעקוטיוו די מיניסטארן און די געריכטיקע מאכט. די פארלאמענט זיצט אין דער הויפטשטאט פון אינדיע, ניי דעלי. דער פארלאמענט האט צוויי הייזער: ראדזשיא סאבהא דאס העכערע הויז האט 250 מיטגלידער און לאק סאבהא דאס נידעריקע הויז האט 545 מיטגלידער.

אינדיע האט 29 שטאטן:

  • ביהאר
  • האריאנא
  • מאדהיא פראדעש
  • מיזאראם
  • מעגהאלאיא
  • טעלאנגאנע
  • הימאטשאל פראדעש
  • גודזשאראט
  • אריסא
  • מאהאראשטרא
  • טשאטיסגארה
  • קארנאטאקא
  • ארונאטשאל פראדעש
  • אוטאר פראדעש
  • טאמיל נאדו
  • אוטאראקהאנד
  • אנדרא פראדעש
  • קעראלא
  • טריפורא
  • דזשארקהאנד
  • גאא
  • סיקים
  • נאגאלאנד
  • מערב בענגאל
  • דזשאמו און קאשמיר
  • ראדזשאטהאן
  • פונדזשאב
  • אסאם
  • מאניפור
                                     

6. עקאנאמיע

די עקאנאמיע פון אינדיע וואקס גאר גיך, פון די גיכסטע אין דער וועלט. אינדיעס עקאנאמיע איז די דריטע גרעסטע אין דער וועלט מיט א ברוטא אינלענדישער פראדוקט פון $4798 ביליאן, מיט א וואוקס ראטע פון 8.25% אין 2010. דער דינסט סעקטאר ווערט פאררעכנט 43% פון דער עקאנאמיע און דער אינדוסטריעלער סעקטאר 41%.

די הויפט אינדוסטריעס זענען אויטאמאבילן, אפטייקווארג, טעקסטיל, טראנספארט געצייג, כעמיקאלן, מאשינעריע, מינעריי, נאפט, עלעקטראניק, עסן פראצעסירונג, צעמענט און שטאל.

טראץ דער גרויסער וואוקסט אין דער עקאנאמיע, ליידט 27.5% פון דער באפעלקערונג פון ארעמקייט.

זייט דעם 1טן יאנואר 1995 איז אינדיע א מיטגליד אין דער וועלט האנדל ארגאניזאציע.



                                     

7. קולטור

די ערשטע ליטערארישע שרייבונגען, אנהייבנדיק פון 1400 פאר דער ציווילער רעכענונג, זענען געשריבן געווארן אין דער סאנסקריט שפראך. פראמינענטע ווערק פון סאנסקריט ליטעראטור שפארן איין עפאסן ווי מאהאבהאראטא און ראמאיאנא, און די דראמעס פון קאלידאסא.

                                     

8. רעפערענצן

  • "India", The World Factbook Central Intelligence Agency, דערגרייכט ‏4טן אקטאבער 2011
  • דאס בוך פון דזשאנגל