ⓘ סודאן. די רעפובליק פון סודאן איז אן איסלאמיש לאנד אין צפון־מזרח אפריקע,וואס האט די גרעסטע טעריטאריע אין אפריקע, און פון אלע אראבישע לענדער, און דאס פופצנטע גרעס ..

                                     

ⓘ סודאן

די רעפובליק פון סודאן איז אן איסלאמיש לאנד אין צפון־מזרח אפריקע,וואס האט די גרעסטע טעריטאריע אין אפריקע, און פון אלע אראבישע לענדער, און דאס פופצנטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט לויט שטח. סודאן גרענעצט עגיפטן צו צפון, עטיאפיע און עריטרעע צו מזרח, דרום סודאן צו דרום, די צענטראלע אפריקאנער רעפובליק צו דרום־מערב, טשאד צו מערב און ליביע צו צפון־מערב. די הויפטשטאט איז כארטום.

די באפעלקערונג פון סודאן איז 44 מיליאן אין 2010. 8.5 מיליאן מענטשן וואוינען אין דרום סודאן, וואו מהאט געהאלטן א רעפערענדום אין יאנואר 2011 און א גרויסע מערהייט האט געשטימט אויפצושטעלן א באזונדער לאנד.

                                     

1. היסטאריע

סודאן איז געווארן זעלבשטענדיק דעם 1טן יאנואר, 1956, אבער האט געליטן 17 יאר פון א אינערליכן ברידער קריג צווישן די צוויי פראקציעס די איסלאמישע צפון און די שווארצע, און קריסטן אין דרום ביז 1972 ווען מאיז געקומען צו אן אפמאך.