ⓘ אברהם יצחק קאהן. רבי אברהם יצחק איז געבוירן געווארן אין יאר התרעו אין שטאט צפת צו זיין פאטער רבי אהרן דוד, און צו זיין מוטער מרת שיינדל ברכה. זיין מוטער איז געו ..

                                     

ⓘ אברהם יצחק קאהן

רבי אברהם יצחק איז געבוירן געווארן אין יאר התרע"ו אין שטאט צפת צו זיין פאטער רבי אהרן דוד, און צו זיין מוטער מרת שיינדל ברכה. זיין מוטער איז געווען אן אייניקל פון רבי אברהם יצחק העלער נאך וועמען ער האט געהייסן, א זון פון רבי שמואל העלער וועלכער איז געווען דער רב פון דער אשכנזישער קהילה אין צפת איבער פערציג יאר. אין זיינע קינדערישע יארן האט ער זיך אריבערגעצויגן צוזאמען מיט זיינע עלטערן אין טראנסילוואניע. דארט האט ער געלערנט צוזאמען מיט רבי ישראל פריינד פון הוניאד וועלכער איז געווען א זון פון רבי אברהם יהושע פריינד, און אויכעט פלעגט ער לערנען א שטיקל צייט ביי רבי יהודה סג"ל ראזנער פון סעקלהיד. דערצו איז ער געווען א תלמיד פון סאטמארער רב און איז געווען א גרויסער קנאי און פרומער. ער האט זיך שטארק אונטערגעווארפן דעם סאטמארער רבס א ווארט נישט גענומען קוויטלעך אין דער שטאט פון זיין רבין.

אין יאר התש"ז, נאך דער פטירה פון זיין שווער רבי אהרן ראטה, האט די גרויסע מערהייט פון די חסידים אים אנגענומען אלס דער ממשיך פון זיין שווער, און נאר א קליינע צאל האבן אויסגעוועלט אין זיין שוואגער רבי אברהם חיים ראטה איבערצונעמען דער פירערשאפט. אין זיינע טעג האט דער תולדות אהרן הויף זיך אנגעהויבן צו בליען און ער האט פארברייטערט דאס חסידות פון א קליינעם קיבוץ צו א גרויסן חסידות, געלאזט מאכן נאך א מנין. אין זיינע לעצטע יארן צוליב די ענגשאפט אין ירושלים און צוליב די הויכע פרייזן פון דירות אין ירושלים האט ער געלאזט זיינע חסידים גיין וואוינען אין בית שמש, וואו היינט צו טאגס וואוינען הונדערטער משפחות פון תולדות אהרן און תולדות אברהם יצחק.

ער איז נפטר געווארן כ"ז כסלו התשנ"ז און באערדיגט געווארן אין הר הזיתים. נאך איידער ער איז אוועק, דער הויף האט זיך צוטיילט צו צוויי הויפן. די מערהייט חסידים האבן געשטיצט און באקרוינט רבי דעם צווייטן זון רבי דוד, און דער צווייטער טייל פון די חסידים זענען געבליבן פארגלייבט און געטריי צום עלטערן זון רבי שמואל יעקב קאהן, וועלכער האט געגרינדעט און אויפגעשטעלט אן אייגענעם הויף אונטערן נאמען "תולדות אברהם יצחק״.

                                     

1. משפחה

הרב אברהם יצחק קאהן האט געהייראט מרת יענטא, די טאכטער פון רבי אהרן ראטה. זיי האבן געהאט זעקס זין און דריי טעכטער:

  • הרב שמואל יעקב קאהן - דער היינטיגער תולדות אברהם יצחק רבי.
  • מרת שפרה לאה, די ווייב פון רבי שלמה זלמן כ"ץ נפטר י"ח סיון תשע"ח, רב פון דער תולדות אהרן קהילה אין וויליאמסבורג
  • הרב יוסף יואל קאהן - אדמו"ר פון חסידות מבקשי אמונה, אן איידעם פון הרב מנחם מאנדערער פון קאסאוו ירושלים.
  • מרת רייזל, די ווייב פון רבי נפתלי צבי ראטטענבערג, א זון פון רבי משולם פייש פון קאסאן. זי האט אויפגעשטעלט ארגאניזאציע וואס העלפט אלמנות און יתומים וועלכע הייסט "זה לזה". איר מאן רבי נפתלי צבי דינט אלס רב פון דער תולדות אהרן קהילה אין בית שמש.
  • הרב אהרן קאהן - רב פון דברי אמונה אין מאנסי, איידעם פון רבי שמואל חיים ראובן וואגשאהל, דער געוועזענער לאנצוטער רבי פון מאנסי. נפטר געווארן כ"ד סיון התש"פ.
  • הרב דוד קאהן - דער היינטיגער תולדות אהרן רבי.
  • מרת דינה, די ווייב פון רבי דוד צבי שלמה נפתלי בידערמאן, לעלאווער רבי פון בארא פארק.
  • הרב ישראל חיים קאהן - אדמו"ר פונעם נחלת אהרן חסידות. ער האט געהייראט מרת שרה, טאכטער פון רבי אברהם צבי הלוי בעק, רב פון קהל "עדת ישראל" אין מעלבארן, אויסטראליע
  • הרב משה קאהן - ראש ישיבה פון תולדות אהרן אין ירושלים. ער האט געהייראט מרת חוה, טאכטער פון רבי יחיאל לייפער פון טעמעשוואר ירושלים.
                                     
  • תולדות אהרן נאך דער פטירה פון זייער רבין רבי אברהם יצחק קאהן און געקרוינט זיין עלטערן זון רבי שמואל יעקב קאהן פאר זייער רבי. דער הויף באשטייט היינט צו טאגס
  • שמואל יעקב קאהן געב ט ו אלול ה תש ג איז דער תולדות אברהם יצחק רבי. ער איז דער עלטסטער זון פון דעם פריערדיקן תולדות אהרן רבי. רבי שמואל יעקב קאהן איז געבוירן
  • קאהן געב י ז אדר ב ה תשי ט איז דער רבי פונעם מבקשי אמונה חסידות. ער איז דער יונגסטער זון פונעם פריערדיגן תולדות אהרן רבי, רבי אברהם יצחק קאהן
  • וויליאמסבורג, בארא פארק און קרית יואל. דער רבי און גרינדער איז געווען רבי אברהם יצחק קאהן בעל דברי אמונה די חבורה פון שומרי אמונים האט זיך געגרינדעט נאך אין
  • קאהן געבוירן ט טבת תש ז איז דער היינטיגער תולדות אהרן רבי. רבי דוד קאהן איז געבוירן געווארן ט טבת תש ז, דער צווייטער זון פון זיין פאטער רבי אברהם
  • ישראל חיים קאהן איז דער רבי פון דעם נחלת אהרן חסידות. ער איז דער פינפטער און יונגסטער זון פון דעם פריערדיגן תולדות אהרן רבי, רבי אברהם יצחק קאהן י א סיון
  • רעביסטעווע פון זיין שוואגער, רבי אברהם יצחק קאהן גרינדער פון תולדות אהרן, און א קלענערער טייל האבן אויפגענומען רבי אברהם חיים. ער האט ארויסגעגעבן זיין פאטערס
  • קעגן די יידן אין פאלמא דע מאיארקא ה תש ג - רבי שמואל יעקב קאהן אדמו ר פון תולדות אברהם יצחק ה תקמ ז - רבי יעקב קאפל חסיד, פון וועמען שטאמען די דינאסטיעס
  • מירער ראש ישיבה נפ ה תשע ב רבי יצחק יעקב ראבינאוויטש, דינוב ע רבי. ט ו אלול רבי שמואל יעקב קאהן אדמו ר פון תולדות אברהם יצחק יארן אין יידישן לוח
  • אויסגעקליבן זיין איידעם, הרב אברהם יצחק קאהן וואס האט געגרינדעט דאס תולדות אהרן חסידות. אנדערע האבן נאכגעפאלגט הרב אברהם חיים ראטה, וואס הא ט געירשענט
  • זוהן פון ר בעריש ספינקער. ער איז אן איידעם ביי ר שמואל יעקב קאהן אדמו ר מתולדות אברהם יצחק ער פלעגט אנפירן די בארשע בית מדרש אין וויליאמסבורג, ביז ווען
  • פרומט גליקל א טאכטער פון רבי שמואל יעקב קאהן דער תולדות אברהם יצחק רבי. חי חתונה געהאט מיט רבי ישעי קאהן א זון פון רבי דוד קאהן דער תולדות אהרן רבי
  • האבן געהאט צוויי קינדער: רבי אברהם חיים, דער צווייטער רבי פון שומר אמונים מרת יענטע, דאס ווייב פון רבי אברהם יצחק קאהן דער ערשטער רבי פון תולדות אהרן