ⓘ על פרענקען. על סטוארט פרענקען איז א ליבעראלער איד און דעמאקראטישער סענאטאר פארן שטאַט מינעסאטע. לץ בדחן און קאמיקער וואס האט זיך אריינגעלאזט אין פאליטיק אקטיווי ..

                                     

ⓘ על פרענקען

על סטוארט פרענקען איז א ליבעראלער איד און דעמאקראטישער סענאטאר פארן שטאַט מינעסאטע. לץ בדחן און קאמיקער וואס האט זיך אריינגעלאזט אין פאליטיק אקטיוויזם הויפט זעכליך אפצושלאגן די כוח פון איינפלוס פון דעם רעכטן טאלק שוי האוסט ראש לימבאו און ביל אוריילי מיט שאן הענעטי.

זיין שוי לויפט אויף ער אמעריקע ראידיא פון 12 ביז 3.

לעצטנס איז דער גאנצער ער אמעריקע געגאנגען טשעפטער 11 באנקראט און ער איז געלאפן פארן סענאט אין מינעסאטע אלס דעמאקראט קעגן דעם אמטירענדן אידישן רעפובליקאנער סענאטאר, נארם קאלמאן, וואס ביידע זענען זיי געווען פון ברוקלין געבוירן אלס פרייע אידן.

צום סוף נאך לאנגע געריכטן און צעגערנישן, איז ער ארויסגעקומען מיט גאר א שמאלער געווינס פון בלויז עטליכע שטימען, אבער און אמעריקע זאגט מען דער קונץ איז צו געווינען, אפגעזעהן וויאזוי און מיט וויפיל, אזוי איז ער היינט דער סענאטאר פון דעם שטאט.