ⓘ פרחי מגדים. א תורה בלעטל וואס פלעגט ערשיינען אונטערן נאמען פון מכון באר יצחק דסקווירא בפ, צונויפגעשטעלט דורך הרב צבי הירש שווארץ, א זון פונעם באקאנטען ידען ר בע ..

                                     

ⓘ פרחי מגדים

א תורה בלעטל וואס פלעגט ערשיינען אונטערן נאמען פון מכון "באר יצחק" דסקווירא ב"פ, צונויפגעשטעלט דורך הרב צבי הירש שווארץ, א זון פונעם באקאנטען ידען ר בערל שווארץ, מח"ס ארצות החיים א "שם הגדולים" אויף רבני אמעריקא, און אויך עפעס א מעשה ביכל אין לשה"ק וואס ער האט געהערט פון אלטע אידען און רבנים ואדמורי"ם.

עס האט אנגעפאנגען צו ערשיינען אין יאר. עס האט אנגעהאלטען א שיינע פאר יאר, אין א קאלירפולע פארמאט, פארשפרייט און רוב היימישע געגענטער, מאנכע באדויערן זייער שטארק אז עס איז אונטערגעגאנגען, אבער אנדערע זאגן אז עס האט זיך אינגאנצען נישט אויסגעפעלט, און זייער גוט אז עס איז טאקע אונטערגעגאנגען, ווייל קיין גרויסע חידושים האט מען דארט נישט איינגעהאנדעלט.