ⓘ בתוך הגן א תורה בלעטל אויף די פרשת השבוע וואס פלעגט ערשיינען אין יאר תשסה דורך תלמידי ישיבה לצעירים דסאטמאר וויליאמסבורג. עס האט זיך דערקענט אז עס ווערט געמאכט ..

                                     

ⓘ בתוך הגן

בתוך הגן א תורה בלעטל אויף די פרשת השבוע וואס פלעגט ערשיינען אין יאר תשס"ה דורך תלמידי ישיבה לצעירים דסאטמאר וויליאמסבורג.

עס האט זיך דערקענט אז עס ווערט געמאכט דורך יונגע אומערפאנע אומרייפע בחורים, און ספעציעל איז עס ארויסגעשווימען אין די עפענטליכקייט ווען זיי האבן בטעות אריינגעלייגט א אומ-מוגהדיגע תורה פון סאטמארער רבי הרב זלמן לייב טייטלבוים, וואס האט אויסגעקוקט כאילו ער זאגט אז מען געבט א שקל שלם אנשטאט א האלבע מחצית השקל.

עס האט דעמאלטס אויפגערודערט די היימישע גאס, און דער בלאט האט עטליכע וואכן אין א צו געמאכט געשמאקע צימעס דערפון, און ווי אויך א נאמען געגעבן זייער פורימדיגע ביילאגע יענע יאר "שקל שלם" לשמו ולזכרו.

דערנאך האט זיך עס פארמאכט פאר קנאפע צוויי יאר, און עס איז פריש ערשינען שבועות תשס"ז, דורכן באקאנטן סאטמארער עסקן ר יואל שטערנבערגער.