ⓘ שלום קרויז. הרב שלום קרויז איז געווען אבד אין אודווארי, רומעניע, פאר דער צווייטער וועלט מלחמה, און א רב אין וויליאמסבורג, ברוקלין, נאך דער מלחמה. ער איז געווען ..

                                     

ⓘ שלום קרויז

הרב שלום קרויז איז געווען אב"ד אין אודווארי, רומעניע, פאר דער צווייטער וועלט מלחמה, און א רב אין וויליאמסבורג, ברוקלין, נאך דער מלחמה. ער איז געווען דער לעצטער רב אין דער וועלט וואס איז נאך געווען א רב אינדערהיים אין אייראפע נאך פאר דער מלחמה.

פון יאר התשכ"ד און ביז התשל"ג האט ער געפירט א ישיבה. זיינע תשובות זענען געדרוקט אין שו"ת דברי שלום. אכט חלקים און זיינע תורות זענען געדרוקט אין דער סעריע פון ספרים "מנוחת שלום".

                                     

1. לעבנסגעשיכטע

רבי שלום קרויז איז געבוירן אין אונגארן צו זיין פאטער הרב שמואל דוד קרויז אב"ד אודווארי, א זון פון הרב שלום קרויז פון לעגענעמיהאלי, א זון פון הרב איתמר אפרים קרויז פון ק"ק ווארשאני. הרב שמואל דוד קרויז איז געווען אן איידעם פון ר ישראל דוב שטיין ראש הקהל אין ראצפערט, א זון פון הרב משה שטיין אב"ד סענזשארץ בעמח"ס באר משה.

זיין ברית איז פארגעקומען אין ראצפערט שבת ערב שבועות תרע"ז. ביי זיין ברית וואס איז פארגעקומען אין ראצפערט שבת ערב שבועות תרע"ז האט דער בעלזער רב, רבי מהרי"ד מכבד געווען זיין זון רבי אהרן אלץ סנדק.

ווען זיין טאטע רבי שמואל דוד קרויז, אודוואריער רב איז נפטר געווארן אין כ"ה חשוון התרצ"ז, האט מען אים אויפגענומען אלס רב אנשטאט אים. ער שטאמט פון איבער 45 דורות רבנים. פון מנוחת אשר טשענגער און רבי שמואל קאמאדער פון דאראג. די וואלען און די אויפנאמע איז פארגעקומען אין אנוועזנהייט פון הגה"ק רבי שלום אליעזר האלבערשטאם זון פון דעם דברי חיים פון צאנז, וואס האט געזאגט פארן עולם אז ער הייסט ענדיגן תיכף און אויפנעמען דעם זון אלס רב.

אודוואריער רב איז געווען א איידעם ביי רבי ישראל אברהם אלטער לאנדא אב"ד עדעלין אונגארן וראש מתיבתא שם, בעל המחבר שו"ת "בית ישראל" ועל מסכתות הש"ס, און איידעם פון רבי ישעיהלע קערעסטירער.

ער איז געווען אויפן זעלבן באן וואס איז ארויסגעפארן פון אונגארן צו דער שווייץ און איז באפרייט געווארן ביום כ"א כסליו, צוזאמען מיטן סאטמארער רבין.

                                     

2. אין אמעריקע

אין אמעריקא האט דער רב אנגעפירט מיט א ביהמ"ד פון שנת תש"ח. קערעסטירער-אודוואריער בית המדרש ער האט געהאט א ישיבה משנת תשכ"עד שנת תשל"ג ווען עס איז נפטר געווארן זיין איידעם הגה"צ רבי לייבוש טויב ז"ל פון קאלוב. דעמאלס האט ער פארמאכט די ישיבה. אבער דער כולל איז אנגעגאנגען ביז שנת תשמ"ג.

                                     

2.1. אין אמעריקע אלס פוסק

בשנת תשל"ז איז ער אויפגענומען געווארן דורך רבינו מסאטמאר בעל דברי יואל אלס רב און יושב ראש פון די בית הוראה פון התאחדות הרבנים, וואס איז דעמאלס נתייסד געווארן אין וויליאמסבורג. ביז נישט לאנג פאר זיין פטירה איז ער נאך געגאנגען כמעט יעדען טאג אין בית הוראה.

רוב פון די היינטיגע רבנים ודיינים האבען געהאט ביי אים שימוש. ווי הרב מאיר וועבערמאן. הרב אילאוויטש. הרבי מקאסאן. הרב חיים דוד כ"ץ. הרב יאזעפאוויטש. הרב מאיבראן. הרב ירמי פ"מ. ועוד. ער האט שוין מסמיך געווען להוראה הונדערטער יונגעלייט. ווי אויך געגעבען פאר צענדליגע שוחטים און פאר סופרים כתב קבלה.

ער איז געווען אין שטיצע פארן עירוב אין וויליאמסבורג.

ביי דער פרשה פון עירוב אין וויליאמסבורג האט זיך דער רב צוגעשטעלט צו די מתירי העירוב בוויליאמסבורג און געשריבן פארשידענע בריוון להלכה וועגען דעם ענין. צו אים האבן זיך צוגעשטעלט די גדולי הרבנים בוויליאמסבורג רבי פישל הערשקאוויטש מהאליין ודומ"צ קלויזענבורג. הגה"צ אב"ד ווין. אדמו"ר מפאפא. קהילות הקודש סקווירא. וויזניץ בני ברק.בעלזא. מאכנובקא. תולדות אהרן. חוץ רבני בארא פארק. הגה"צ מקארלסבורג. הגה"צ מאונגוואר. הגה"צ מסערדאהעלי. האדמו"ר ממונקאטש. הגה"צ מיאקא. להבחל"ח. האדמו"ר ממאזשוי ועוד.

ער האט געשריבן אסאך תשובות להלכה אל כל קצוי תבל. וויא עס איז שוין ארויסגעקומען 7 בענדער שו"ת דברי שלום על כל ד חלקי שו"ע. וויא אויך צענדליגע חיבורים. דריי בענדער מנוחת שלום עה"ת אבות על בנים. שארית נתן וכדומה.

די הכשרים פון אודווארי ווערן געגעבן דורך זיין זון ומ"מ הגה"צ רבי שמואל דוד קרויז אודוואריער רב וואס האט שוין באקומען די הוראה מגדולי הרבנים מדור העבר בשנת תשכ"ז. ער געט שוין הכשרים משנת תשמ"ג. ער האט געהאט שימוש אין עניני כשרות ביי הגה"צ מגרויסווערדיין ז"ל. וויא אויך ביי ראביי בערנאד ליווי דער טאטע פון ראביי דן יואל ליווי דער בעה"ב פון די אוי קעי.און שימוש לענייני הוראה חוץ פון זיין טאטן אויך פון הגה"צ ר"י שטיינער ראש בי"ד ווין. גאב"ד דעברעצין בעל באר משה. הגה"צ מקאפיש בעל משנת יעקב הגה"צ מסאמבאטהעלי ועוד



                                     

3. משפחה

אין דעם ערשטן מאל, האט רבי שלום געהייראט מרת הענטשא מרים נפטר געווארן כ"ט טבת התשל"ה, טאכטער פון רבי ישראל אברהם אלטער לאנדא אבד"ק עדעלין, אן אייניקל פון רבי ישעיהלע פון קערעסטיר, צוזאמען האבן זיי געהאט איין זון און צוויי טעכטער. נאך איר פטירה האט ער חתונה געהאט מיט מרת אסתר נפטר געווארן כ"ח חשוון התשס"ג, טאכטער פון רבי דוד סאקס.

דער אודוואריער רב זצ"ל האט בנין וחתנין רבנן. פילצאליגע אייניקלעך זיינע, דינען אלס רבנים און דיינים. יונגעלייט אייניקלעך און אור אייניקלעך וועלכע זיצן און האראווען באהלה של תורה.

די קינדער אוו די אייניקלעך א טיילווייזע ליסטע זענען ווי פאלגנד:

  • מרת רחל, ווייב פון רבי מאיר גרינוואלד, דומ"ץ דקהל "קהילת יעקב" פאפא, זון פון רבי יעקב יחזקיה, דער פאפא רבי.
  • מרת חנה, ווייב פון רבי יצחק אייזיק שנעעבאלג, רב דקהל בעלזא מאכניווקא אין וויליאמסבורג, זון פון רבי מענדל, גאב"ד מאנטשעסטער.
  • מרת איידל, בזיווג ראשון ווייב פון רבי נפתלי אריה לייבוש טויב מיט וועמען זי האט געהאט אלע אירע קינדער, זון פון רבי מנחם שלמה פון קאלעוו, און שפעטער, ווען איר מאן איז נפטר געווארן האט זי חתונה געהאט מיט רבי נחום מאיר גערמאן, א מגיד שיעור אין דער באבאווער ישיבה.
  • רבי ישראל אברהם אלטער, רב דקהל בית נפתלי קאלעוו אין בארא פארק. ער האט געהייראט מרת חנה רחל, טאכטער פון רבי יוסף חיים מאסקאוויטש, שאצער רבי.
  • רבי ישכר דוב, רב דקהל זכרון נפתלי אריה און אב"ד נעשכיז וויליאמסבורג. ער האט געהייראט מרת מאטיל לאה, טאכטער פון רבי שמואל יודא פאנעט, דעעשער רבי פון פלארידא.
  • מרת שרה, ווייב פון רבי אהרן האגער, וויזשניצער רבי אין מאנטריאל.
  • מרת דבורה נחמה, ווייב פון רבי משה מנשה זון פון הרב אלתר זון פון רבי לייבוש לייזער אדמו"ר מפשעווארסק אנטווערפן וחתן הרב גמזו חתן אדמו"ר מקאלוב
  • מרת בריינדל, ווייב פון רבי יואל לוי יצחק גרינוואלד, זון פון טעטשער רב רבי יודא יחיאל שליט"א
  • מרת שרה רחל, ווייב פון רבי חיים אלעזר הורוויץ זון רבי יוסף הורוויץ ראש הכולל חיים ושלום חתן כ"ק אדמו"ר משה יודא לייב ממונקאטש.
  • מרת שפרה מלכה, ווייב פון הרב יצחק, זון פון רבי אליעזר זאב, זון פון רבי מרדכי האגער, דער וויזשניצער רבי פון מאנסי.
  • רבי מאיר בער, האט געהייראט מרת חנה רייזל, טאכטער פון רבי נפתלי ראובן קארנרייך, דער קאסאוו וויזשניצער רבי, און איידעם פון הרה"ק רבי אליעזר האגער, דער פריערדיגער סערעט-וויזשניצער רבי.
  • רבי שמואל דוד, דער היינטיגער רב און ממלא מקום פון זיין פאטער. ער האט געהייראט מרת יהודית, טאכטער פון רבי יוסף לייפער, ווערדאן-נאדווארנא רבי.
  • רבי יואל איתמר, ראש כולל אין רמת וויזשניץ באצירק אין חיפה. ער האט געהייראט מרת טויבא אסתר, טאכטער פון רבי יעקב האגער, דער סערעט וויזשניצער רבי.
  • מרת הענטשא מרים, ווייב פון רבי מאיר איתמר ראזענבוים, דער טערבישאנער רבי פון וויליאמסבורג, א זון פון רבי ניסן, קרעטשענעווער רבי פון ירושלים.
  • ר׳ אהרן משה ישעי׳ אב״ד אפטא אין וויליאמסבורג, איידעם ביי רבי יצחק ארי׳ ווייס, הארעדענקער רבי אין מאנטשעסטער
  • מרת חנה, ווייב פון רבי ישראל, זון פון רבי אהרן טוביה שפיטץ, זון פון רבי משה פון ביסטריץ, און איידעם פון רבי אליעזר האגער, דער פריערדיגער סערעט-וויזשניצער רבי.
  • רבי ישראל אברהם אלטער, קערעסטירער רב פון מאנסי און דומ"ץ התאחדות הרבנים ער האט געהייראט מרת רבקה, טאכטער פון רבי שמואל יעקב קאהן, דער תולדות אברהם יצחק רבי.
  • מרת בריינדל, ווייב פון רבי פנחס גרינוואלד, אב"ד פאפא מאנסי, זון פון רבי יעקב יחזקיה, דער פאפא רבי.
  • מרת הענטשא מרים ווייב פון רבי מאיר נתן פריעדמאן רב דקהל מנוחת אשר מאנסי זון פון הרב מטענקא
  • רבי איתמר, רב דקהל אור מרדכי מאנסי. ער האט געהייראט מרת ראצא, טאכטער פון רבי יעקב ראטטענבערג, רב דקהל בית האוצר דסאלקא מאנסי.
  • מרת רחל, ווייב פון רבי מאיר יוסף ראזענבוים, דער סטראזשניצער רבי פון קליוולאנד.
  • רבי שמואל דוד יהושע, האט געהיירט מרת שיינא רחל, טאכטער פון רבי דוד לייב קלוגהויפט, איידעם פון רבי ישראל אברהם פארטוגאל, דער סקולענער רבי.
  • מרת רחמה מירל, ווייב פון רבי לייבוש רוקח, בערטשער רב פון מאנסי, זון פון רבי מאיר, דער קאזלאווער רבי פון מאנסי.

רבי שלום איז געווען אויכעט א ברודער מיטן איש החסד ראצפערטער רב.

                                     

3.1. משפחה זיינע לעצטע יארן

אידן פון אלע שיכטן און קרייזן און פון איבעראל, פלעגן אהינקומען צום צדיק כדי אויפצוכאפן א בליק און ווייזן פאר די קינדער ווי אזוי עס האט אמאל אויסגעזעהן א רב פון אמאליגע צייטן באלד הונדערט יאר צוריק.

אויף יום טוב שבועות התש"ע האט דער אודוואריער רב, געוויילט אין ען.וויי.יו שפיטאל אין מאנהעטען דארט וואו די משפחה, חסידים און אנהענגערס געדאווענט אלע תפילות. מוצאי שבועות האט דער דאקטאר האווערד פריעדמאן געמיינט אז עס איז פארפאלן אבער דער אייבישטער האט געהאלפן און ער איז ב"ה אהיימגעקומען צום הויז ביים טאכטער סטראזשניצער רעביצין מרת רחל, וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר זיין געזונט.

אום ראש השנה האט אודווארי געהאט די זכיה אז דער רב איז ערשינען אין ביהמ"ד און געהאלטן א פייערדיגע דרשה אין גרויסן בית המדרש און געדאווענט פארן עמוד מוסף. ווי אויך יום הקדוש פאר כל נדרי געהאלטן א פייערדיגע דרשה. הושענא רבההאט געדויערט שעהן די הייליגע דרשה מיט די הושענות. שמחת תורה א ריזיגן ציבור אידן פון אלע עקן און פארבן רעגנבויגען פונעם חרדישן אידנטום, איז אנגעקומען צום רב כדי מיטצוהאלטן דעם גרויסן מעמד פון הקפות

נאך סוכות איז דער רב ליידער ווידערמאל אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל און גאנץ כלל ישראל האט איינגעריסן מיט הימל שפאלטנדע תפילות און בכיות, פארן זקן הרבנים, גלייכצייטיג, זענען פארגעקומען צוויי חתונות פון צוויי אור אייניקלעך פון אים.

                                     

4. זיין פטירה

מוצש"ק וישלח תשע"א איז ער נפטר געווארן.

תיכף ווען די בשורה איז פארשפרייט געווארן האט זיך פארזאמלט ארום דעם אודוואריער בית המדרש און אין די גאסן ארום, צענדליגע טויזנטער אידן. מען האט דעם צדיק געטובלט אין זיין אייגענעם מקוה בראשות די אויסגעקליבענע חברה קדישא ווי אויך עטליכע אנזיכטיגע און חשובע תלמידים. נאכדעם האט מען דעם ארון אריינגעטראגן אין בית המדרש. תלמידים האבן זיך קריעה געריסן כהלכה. נאך די הקפות האבן מספיד געווען קודם דער שוואגער דער קערעסטיר־בערבעשטער רבי הרב ישעי גראס וואס ער האט אויך אויפן פלאץ מכתיר געווען דעם נייעם רב זיין איינציגן זון, שמואל דוד קרויז. נאכדעם האבן מספיד געווען: דער קארלסבורגער רב, רבי יחזקאל ראטה, אדמו"ר מהארעדענקא מאנטשעסטער א מחותן. איינער פון די צוויי סאטמארער רביס, רבי זלמן לייב טייטלבוים. דער מונקאטשער רבי, רבי משה לייב ראבינאוויטש. דער פאפא רבי, רבי יעקב יחזקיה גרינוואלד, רבי טודרוס זילבער יאוואזשנער שכן טוב רב. אב"ד סאטמאר וומס"ב רבי מענדל טייטלבוים, דעם רבינס איידעם רבי נחום מאיר גערמאן. דער רבינס איידעם רבי מאיר יוסף ראזענבוים - סטראזשניצער רבי פון קליוולאנד. אן אייניקל פונעם רב, רבי ישראל אברהם אלטער קרויז - קערעסטירער רבי. אן אייניקל פונעם רב, רבי ישכר דוב טויב, נעשכיזער רב פון וויליאמסבורג. אן אייניקל פונעם רב, הרב מתולדות נפתלי. אן אייניקל פונעם רב, רבי איתמר ראזענבוים פון מאנסי,והאחרון הכביד הגאב"ד דאודווארי. ווי אויך דער משמש בקודש הרב חיים אהרן מיללער. פארטאגס איז די לוויה אנגעקומען צום חלקת אודווארי ניו דזשערסי וואו עס איז געווען שווארץ פון די הונדערטער אידען וואס האבן דארט אפגעווארט דעם ארון. אין דעם בית החיים זענען אויכעט אפגעהאלטן געווארן מילי דהספידא, און דערנאך דער ארון איז נטמן געווארן אינעם אוהל פון צדיקי בית אודווארי זי"ע.

די וואך פון דער שבעה זענען טויזנטער אידן דורכגעגאנגען מנחם אבל זיין און טרייסטן זיין איינציגן און באליבטן זון רבי שמואל דוד וואס איז באקאנט בעולם התורה והחסידות און וואס האט ערווארבן א נאמען פון א געוואלדיגער תלמיד חכם און פוסק, וועלכער איז א בקיא בכל מכמונות התורה, און וועלכער האט געהאט א היתר הוראה שוין פילע יארן, זייט תשכ"ז. צווישן די רביס וואס זענען געקומען צו מנחם אבל זיין, זענען אריינגערעכנט: ביידע סאטמארער רביס. די רביס פון, באבאוו, פאפא, וויזשניץ, סקווירא, רחמיסטריווקא, פשעווארסק, קרעטשענעוו, וויען צעהלים, תולדות אהרן, מונקאטש, דינוב און נאך. ככלות השבעה איז פארגעקומען די הקמת המצבה בחלקת אודווארי ביום כ"א כסלו, אין דעם טאג וואס דער רב זי"ע איז באפרייט געווארן צוזאמען מיטן סאטמארער רבי אדמו"ר בעל דברי יואל זי"ע. בוסן זענען געפארן פון אלע צענטערן אין ניו יארק. דורך די ערשטע צוויי וואכען נאך דער פטירה פונעם רב זענען געבוירן געווארן אין די משפחה 7 אור אייניקלעך וואס טראגען דעם נאמן "שלום".

מיט דעם הסתלקות פון איינעם פון די איינציגע פארצייטישע צדיקים פון דער אלטער היים האט זיך געשלאסן א תקופה וואס האט צוזאמעגעבינדן דעם היינטיגן דור מיטן פריערדיגן.