ⓘ משפחה ..

אייניקל

אן אייניקל איז א דריטער דור פון א מענטש אדער א בעל חי, א קינד פון זיין קינד. א פאטער און מוטער, האבן א קינד, ווען זייער קינד האט א קינד, נישט קיין חילוק א אינגל צי א מיידל, ווערט דאס קינד גערופן אן אייניקל. ווען דאס אייניקל האט א קינד, איז דאס קינד א אור-אייניקל פארן זיידע-באבע, און אן אייניקל פארן טאטע-מאמע. דער וואס האט אן אייניקל איז א זיידע ווען א זכר אדער א באָבע ווען א נקיבה.

אלמן

אן אלמן איז א מאן וועמענס ווייב איז געשטארבן און ער לעבט נאך. אן אלמנה איז א פרוי וואס איר מאן איז געשטארבן און זי לעבט נאך. דער וואס פארלירט זיין לעבנס־פאר ווערט גערופן איינזאם. אין א געזעלשאפט אזוי ווי עס פלעג זיין דער שטייגער אין אסאך געמיינדעס וואו דער מאן איז דער איינציגער וואס ברענגט אריין פרנסה אין דער שטוב, איז עס א ביטערער מצב ווען א פרוי ווערט אן אלמנה. אין דער תורה שטייט זייער הארב, ווער עס טוט וויי א אלמנה. אין געווענליכע אומשטענדן, ווערט מען לויט דער יודישער הלכה, מותר חתונה צוהאבן מיט א אנדערן, וואס ווערט גערופן זיווג שני. לויט קאטאליציזם איז נישט דא א וועג פאר א מאן צו גטן ז ...

געשוויסטער

געשוויסטער מיינט שוועסטער אדער ברודער, ד.ה. צוויי מענטשן וואס האבן איין טאטע אדער איין מאמע. דאס ווערט אנגעקוקט רוב מאל ווי א זיי זענען זייער נאנט ווייל זיי טיילן איין בלוט און פלייש אדער מער מאדערן איין גענע סטרוקטור, אבער אין די וועלט ווערט אן אדאפטירט קינד אויך אנגעקוקט ווי געשוויסטער וואס מען האלט זיך רוב מאל זייער נאנט, אחוץ ווען עס פלאצט אויס א מלחמה פון א גרויסע ירושה צו פון עשירים צו פון רעביס וואס דאן איז מען יא צוהארגעט און צושאלגן. אבער אין רוב ציוויליזירטע געזעלשאפטן וועלן געשוויסטער אויפוואקסן זייער נאנט אין איין פאמיליע מיט די זעלבע עלטערן אונטער איין דאך דורכאויס די איגענט. ...

היתר מאה רבנים

היתר מאה רבנים איז א היתר וואס א בית דין גיבט ארויס פאר א פארהיירעטן מאן אז ער זאל קענען חתונה האבן אפילו אויב זיין ווייב וויל נישט אדער קען נישט נעמען קיין גט.

זיידע-באבע

די זיידע־באָבע פון א מענטש זענען די עלטערן פון זיינע עלטערן. דער פאטער פון איינעם פון די עלטערן הייסט א זיידע, און די מוטער פון איינע פון די עלטערן הייסט א באָבע. א זיידע אדער א באבע האט "אייניקלעך" פאר וועמען ער/זי איז א זיידע/באבע. א מענטש האט צוויי זיידעס און צוויי באבעס.

טאטע

יעדעס קינד וואס איז געבוירן פון א יידישן מאנספערזאן און א יידישער פרויענפערזאן, ווערט דער מאנספערזאן פאררעכנט אלס פאטער פון קינד, אומאפהענגיק צי ער מעג מיט איר הייראטן לויט דער תורה צי נישט, און אויך נישט אפהענגיק צו זיי האבן געהייראט. אבער א קינד וואס איז געבוירן פון א יידישן מאנספערזאן און א נישט יידישער פרויענפערזאן, אויך ווען זי זאל זיין ערלויבט צו אים, צום ביישפיל אן עבד עברי וואס איז ערלויבט פאר אים א שפחה כנענית, דאך ווערט דער מאנספערזאן נישט אנגערופן פאטער לויט דער תורה. ער איז איינער וואס האט אראפגעברענגט א קינד אויף די וועלט, ער איז אים מחויב צו מחנך זיין און דאס קינד איז אים מחו ...

יתום

אין די תורה איז א יתום נאר דער וואס האט נישט קיין טאטע. אבער דער וואס האט פארלוירן זיין מאמע הייסט נישט קיין יתום, וויבאלד אין די תורהס צייטן האבן נאר די מענער געארבייט פאר פרנסה, און נאר ווען איינער פארלירט זיין טאטע ווערט ער א נצרך וואס מען דארף אים העלפן מיט די חוקי התורה.

פעטער

א פֿעטער איז א פאמיליע נאענטשאפט, וואס אזוי רופט מען איינע פון די עלטערןס ברודער אדער שוואגער. א שוועסטער אדער א שוועגערין פון אן עלטער רופט מען א מומע. דעם זיידנס ברודער, איז אן עלטער־פעטער. דער באטרעפנדער איז א פלימעניק אדער א נעפֿע, און ביי א נקיבה א פלימעניצע אדער ניכטע.

                                     

זון (משפחה)

לויט דער תורה, ווען איינער איז נפטר און לאזט איבער א זון אדער זין, באקומען זיי די גאנצע ירושה, און די טעכטער גארנישט. חז"ל האבן אבער מתקן געווען איבערלאזן א טייל פון דער ירושה פאר די טעכטער וואס זענען נאך נישט געהייראט. טאמער דער עלטסער זון איז א בכור צו זיין פאטער, באקומעט ער צוויי טיילן פון דער ירושה קעגן זיינע ברידער.

                                     

זיבן קרובים

די זענען די זיבן קרובים פאמיליע מיטגלידער אויף וועם מען דארף לויט די הלכה זיצן שבעה און האלטן אבלות: טאטע, מאמע, ברודער, שוועסטער, זוהן, טאכטער, מאן אדער ווייב. די געשוויסטער פון די מאמעס זייט און אזוי אויך א מאן אדער ווייב זענען נאר מחוייב מדרבנן.

                                     

חתן

חתן איז דער אפטייטש פון איידעם. צ.ב.ש. ראובן בן שמעון חתן לוי. די דעפיניציע פון חתן ווערט אבער הויפטזעכליך באנוצט צו באצייכענען א בחור וועלכער אנגעבינדן געווארן אין א שידוך און ער איז דער חתן צו די כלה. דעם זעלבן גורל וואס עס באגלייט דעם חתן טיילט אויך די כלה. כלה איז טייטש שנור, אבער ווערט אממערסטן באנוצט אלס א מיידל וואס איז אנגעקניפט אין א שידוך מיט א חתן.

                                     

מומע

א מומע איז א פאמיליע נאענטשאפט, וואס אזוי רופט מען איינע פון די עלטערנס שוועסטער אדער שוועגערין. א ברודער אדער א שוואגער פון אן עלטער רופט מען א פעטער. דעם זיידנס אדער דער באבנס שוועסטער אדער שוועגערין, איז אן עלטער־מומע.

                                     

שוואגער

א שוואָגער איז איינער וואס זיין שוועסטער האט חתונה געהאט מיט איינעם, איז ער א שוואגער צו זיין שוועסטערס מאן. און אזוי אויך ווערט דער מאן צוריק אנגערופן א שוואגער פאר די געשוויסטער פון זיין ווייב.

                                     

שוויגער

שוויגער איז די מאמע פון א ווייב אדער מאן. ביי א טייל מענטשן איז די ווארט שוויגער ווייזט אויף א אומפארגינערשע יענטערישע כאראקטור, צוליב וואס עס איז זייער אפט וואס מאמעס טראסטן נישט אדער פארגינען נישט דאס זעלבסטשטענדיגע לעבן פון זייערע נאר וואס פארהייראטע קינדער, ספעציעל אויב די קינדער זענען נאך יונג, דעריבער מישן זיי זיך און זיי טיילן איין יעדע זאך ווי אזוי די קינדער זאלן זיך פירן, און עס קומט ארויס סאך קריגערייען דערפון.

                                     

שווער

א שווער איז דער פאטער פונעם פאר פאלק, ד.ה. ביי א מאן דער פאטער פון זיין ווייב, און ביי א ווייב דער פאטער פון איר מאן. לויט דער הלכה איז א שווער פסול צו זאגן עדות.

                                     

שידוך

א שידוך איז א צוזאמענשטעל פון א מאן מיט א פרוי. א שידוך ווערט געווענליך באנוצט צו באצייכענען א מאן/פרוי אנקניפ איידער זיי האבן געהייראט, ווי צ.ב.ש. נעכטן איז געווען א שיינער שידוך, ראובן מיט לאה. אדער יוסף און בנימין האבן זיך משדך געווען. טראדיציאנעל ווערט א שידוך אויסגעפירט דורך א שדכן, אבער אין דער היינטיגער מאדערנער וועלט טרעפן זיך אסאך פארן אן א שדכן.