ⓘ פארדייאונג סיסטעם ..

גאלבלאז

דער גאַלבלאָז אדער גאַלפענכער איז אַ גליד אין דיין בויך וואס האט די פארעם פון א באַר. ער שפייכלט אומגעפער 50 מ״ל פון גאַל וואס דער גוף ניצט צו פארדייען פֿעטס וואס געפינט זיך אין דעם עסן. ביי מענטשן איז דער גאַלבלאָז לאַנג בערך 7-10 צ״מ. ער האט א טונקל גרין קאָליר פון דעם גאל דערין. דער גאלבלאז איז פארבונדן צו דער לעבער און דעם דואדענום. אמאל, ספעציעל ביי פרויען, טרעפט זיך אין גאלבלאז גאלשטיינער, וואס זענען כלארעסטעראל אדער בילירובין וואס צעגייט נישט. די שטיינער קענען בלייבן שטיל, אבער ווען זיי זענען גורם אן אנצינדונג דארף מען אפערירן און אוועקשניידן דעם גאלבלאז.

לעבער

די לעבער איז איינע פון די גרעסטע אינערלעכע ארגאנען פונעם מענטשליכן גוף. די לעבער פון א מענטש וועגט דריי פונט. זייענדיג דער גרעסטער אבר פון גוף, איז דאָס אַ כעמישע פעקטאָרי וואָס דינט איבער פינעף הונדערט פארשידענע מינע פונקציעס. 1. כעמישע אויפרייסן פון ענזימען וואס אַקטיוויזירן פאַרשידענע כעמישע אַנטוויקולינגען. 2. צענטראַלער הייצונג סיסטעם, עס וואַרעמט אָן די בלוט דורך די פילע נאכאַנאַנדיגע עקספּלאָוזענס וואס גייט נאכדעם אַרום אין דאַס גאנצער באַדי צו וואַרעמען. 3. עס סאָטריט אויס די פּראָטעינען און פארשידענע אַנדערע לעבןס וויכטיגע חומרים. 4. עס פּראָדוצירט די לעבןס וויכטיגע חומר וואס מאכט ...

פארדייאונג

פארדייאונג איז דער פראצעס פון מעטאבאליזם וואס אן ארגאניזם פראצעסירט און נעמט צונויף גרויסע מאלעקולן פון עסנווארג וואס צעגיין נישט אויף קלענערע מאלעקולן וואס צעגיין אין וואסער און ווערן נערשטאף. דאס עסן ווערט צעבראכן מעכאניש אויף קליינע שטיקער און כעמיש דורך ענזימען. פארדייאונג הייבט אן אינעם מויל, וואו די ציין קייען דאס עסן אויף קליינע שטיקלעך, און דאס שפייעכץ גיט אריין ענזימען. דערנאך שלינגט מען איין דאס עסן דורכן וושט אין בויך אריין, ביז זיי ווערן אריינגענומען אין דער קליינע קישקע און אזוי ווייטער אין די בלוט אדערן. צעברעכן גרויסע שטיקלעך אויף קליינע שטיקלעך הייסט מעכאנישע פֿארדייאונג. ו ...

פארדייאונג סיסטעם

פֿאַרדײַונג־סיסטעם איז די וואונדערבארע סיסטעם וואס פארדייעט דאס עסן וואס מען לייגט אריין אין מויל, עס ווערט באארבעט און צושטיקלעט ארויסצונעמן אלע גוטע באשטאנדטיילן און ארויסווארפן אלע שלעכטע. די פארדייאונג־סיסטעם באשטייט פון דעם מויל, וושט, בויך און קישקעס צוזאמען מיט די צונג, שפייכל־דריזן, פאנקרעאס, לעבער און גאלפענכער. דער פראצעס פון פארדייען האט עטלעכע שטאפלען. אין דעם מויל פאסירט דאס קייען, ווען דאס עסן ווערט אויסגעמישט מיט שפייעכץ, וואס הייבט אן דעם מעכאנישן פראצעס פון פארדייאונג. די פארדייאונג־סיסטעם אין א מענטש איז לאנג אומגעפער 9 מעטער.

קליינע קישקע

די קליינע קישקע איז דער טייל פון די געדערעם וואס הייבט אן פון דעם מאגן און ציט זיך ביז צו דער גראבער קישקע, און איז דער הויפט טייל פון דער פארדייאונג סיסטעם. אין א מענטש וואס איז עלטער פון פינף יאר איז די קליינע קישקע לאנג פינף אדער זעקס מעטער. כאטש זי איז לענגער ווי די גראבע קישקע, הייסט זי די קליינע קישקע ווייל זי איז שמעלער. אין דער קליינער קישקע ווערט דער נערשטאף פונעם עסן איינגעזאפט אינעם קערפער. אויך העלפט די קליינע קישקע אויסרייניקן קארבאן דיאקסייד פונעם בלוט און טוישן מיט זויערשטאף. דאס עסן בלייבט אין דער קליינער קישקע אומגעפער דריי שעות.

שפייעכץ

שפייעכץ איז וואַסער און שליים אין מויל גיסט זיך מער ווי אַ וואַש-מאַשין בשעת מען טראַכט פון עסן. דאס מויל קען אריין נעמן אדאנק איר אסאך סכנהדיגע זאכן אבער די שפייאכץ אנטהאלט א שארפער כעמיקאל וואס הארגעט אלע זשערמס איך טראכט נאר פון א סענדוויטש אדער סיי וועלכע געשמאקע מאכל הייבט ער שוין אן צו וואשן מיין מויל ווי א וואש מאשין איבערמידלעך צו זיין גרייט איר צו פארדייען

                                     

גראבע קישקע

די גראבע קישקע איז דער לעצטער טייל פון דער פארדייאונג סיסטעם אין באשעפענישן מיט א רוקנביין. איר צוועק איז איינזאפן וואסער צום קערפער, און ארויספירן דעם איבעריגן אפפאל. ביי מענטשן הייבט זי אן ביי דער טאליע אויף דער רעכטער זייט, ווי זי איז באהאפטן צו דער קליינער קישקע דורך דער בלינדער קישקע, און גייט ארויף דעם בויך, ווייטער אריבער דעם בויך צו דער לינקער זייט, און פון דארט אראפ צום אנוס. די מענטשן גראבע קישקע איז לאנג אומגעפער 1.5 מעטער. דער פראצעס פון דורכגיין די גראבע קישקע דויערט עטלעכע 24 שעה.

                                     

וושט

דער וושט איז דער עסנווארג רער וואס ליגט ביי יעדע ווערטעברעיט מין פון באשעפעניש צו פארבינדן צווישן די האלדז און געדערעם. דאס איז א טייל פון דער פארדייאונג סיסטעם. דאס עסן נידערט נישט דארטן אראפ מכוח גראוויטי נאר צוליב די מוסקלען וואס פארארבעטן דאס אראפשיקן, און אפילו מען שטייט אויפן קאפ ארבעט דאס פערפעקט. דאס איז נעבן די ווינט רער און א ספעציעלער אויטאמטישער דעקל פארשטאפט די ווינט רער עס זאל נישט אהין גיין די עסן נאר בלויז צום וושט.