ⓘ מאס ..

מאס

מאָס איז דער אפשאצונג אדער אפמאך פון די דערגרייכונג, דימענסיע אדער מעגליכקייט, געווענליך און שייכות צו א סטאנדארט אדער אפטייל פון מאס. די מאס איז אויסגעדרוקט אין א נומער פון אפטיילן פון דעם סאטנדארט. ווי למשל ווייטקייט דורך די נומער פון מיילן אדער קילאמעטער. די וויסנשאפט פון מעסטן ווערט גערופן מעטראלאגיע.

אינטערנאציאנאלע סיסטעם פון איינסן

די אינטערנציאנאלע סיסטעם פון איינסן איז די אינטערנאציאנאלע סטאנדארטע פארעם פון דער מעטרישער סיסטעם וואס ווערט ברייט באניצט היינט. די סיסטעם איז באקאנט ווי SI וואס איז א פארקירנצונג פונעם פראנצויזישן נאמען S ystème I nternational dunités. די סיסטעם איז א סיסטעם פון מעסטן באזירט אויפן מעטער פאר לענג און דיסטאנץ, קילאגראם פאר מאסע, און סעקונדע פאר צייט. פון די מעטער, קילאגראם און סעקונדע ווערן געשאפן אנדערע מאס איינסן ווי פארנעם, ענערגיע, דרוק, און גיכקייט. ווען מען דארף גאר גרויסע אדער גאר קליינע מאסן ניצט מען א פרעפיקס, למשל קילא ־ פאר "1000" און מילי־ פאר "0.001" א טויזנטסטל. אזוי האט מען ...

דונאם

דונאם איז א טערקישער וועג פון רעכענען לאנד שטח, וואס ווערט מייסטנס באנוצט, דורך לענדער וואס זענען געווען אונטער דעראטאמאנישער אימפעריע ווי ישראל, לבנון, יארדאניע, טערקיי, פאלעסטינער אויטאריטעט, איראק. עס ווערט אבער גערעכנט אנדערש ווי אמאל, היינט איז עס 1.000 קוואדראט מעטער, אדער 10.760 פוס פירעקיג. אמאל איז עס גערעכנט געווארן אויף אן אנדערן אופן, ד"ה וויפיל א מענטש קען ארבעטן אין זיין פעלד אין איין טאג, וואס דאס ווענט זיך אויף וועלכע שטח ער טוט דאס.

ליטער

א ליטער איז דער מעטרישער איינס פון פארנעם. איין ליטער איז דער פארנעם פון איין קובישער דעצימעטער, ד"ה א קוב פון x 10 x ‏10 צענטימעטער. א ליטער וואסער האט א מאסע פון אומגעפער איין קילאגראם. 1 ליטער = 0.2642 אמעריקאנער גאלאנען 1 ליטער = 0.2200 אימפערישע גאלאנען 1 אימפערישער גאלאן = 4.5461 ליטער 1 אמעריקאנער גאלאן = 3.7854 ליטער 1 ליטער = 1 dm 3

מיל

צו מיינט איר א מיל וואס צומאלט? מיל איז א מאס פון די צייטן פון די אלטע צייטן צו מעסטן די לענג אדער שטרעקע פון א פלאץ, עס איז א ביסל ווייניגער ווי א מייל.

                                     

קאלערי

קאלערי איז אן אפטיילונג פון ענערגיע מעסטונג אין עסן אדער טרונקן. אין א סך לענדער ווי אין אמעריקע מוז יעדע עסן פראדוקט וואס ווערט פארקויפט האבן א לעיבל אויפגעשריבן וויפל "קאלעריס" דאס פארמאגט. דער דורכשניטליכער מענטש מוז אריינמען 2000 קאלעריס א טאג כדי צו פונקיציאנירן געהעריג.