ⓘ קירוב ..

אש התורה

אש התורה איז די ישיבה פאר בעלי תשובות וואס קומען פון איבער דער וועלט צו לערנען אידישקייט. געגרינדעט און געפירט דורך דעם באגאבטען ענערגישער תורה פּיאנער, הרב הצדיק ר נח וויינבערג ז"ל. איר מולטי מיליאן דאלער קאמפלעקס געפינט זיך קעגן איבער כותל המערבי, און דאס סטראטעגישע אויסשטעל העלפט אויף רעקרוטירן בחורים פרייע אידן פון דער גאנצער וועלט וואס קומען אהין פאר טוריזם און באקענען זיך מיט דעם הארציגען אידישן חינוך מוסד און פארבלייבן שוין דארטן צו לערנען און זיך טוישן זייער לעבן לתורה ומצוות.

הלל (קעמפוס קירוב)

הלל איז א אידישע סטודענטן פארבאנד, מיט צענטערן אין אלע קאלג און אוניווערסיטטן איבער די וועלט, זיי שטעלן צו מננים צו דאווענען און כשרס צו עסן. און סתם א ווארעם שטיבעלע אדער דירה צו פארברענגן צוזאמן אין א אידישע סביבה. כדי די אידן זאלן זיך ווי ווייניגער אסימילירן מיט די גוים מיט וועמען זיי לערנען און זיך נאר פארברענגן צווישן זיך אזוי ארום חתונה האבן מיט אנדערע אידן. א גרויס חלק פון בעלי תשובה זענען פון אט די הלל צענטערן, ווייל אסאך שטעלן צו גוטע ראביי מיט פראגראמען וואס מאכן זיי באליבט אין אידישקייט. זייער וועב סייט.

נח וויינבערג

רבי ישראל נח וויינבערג איז דער גרינדער און אנפירער פון די ישיבות אור שמח און אש התורה מיט פילאליעס איבער דער גארער וועלט. ער איז געווען א זון פון הרב מתתיהו וויינבערג. הרב נח וויינבערג איז געווען אַ תלמיד פון מתיבתא רבינו חיים בערלין, אונטער הגאון ר׳ יצחק הוטנער זצ״ל, מחבר פון די ספרים ״פּחד יצחק״. שפעטער האָט ער געלערנט אין דער ״נר ישראל״ ישיבה אין באָלטימאָר, ביי הגאון רבי יעקב יצחק רודערמאַן. נאָך הרב רודערמאַן, האָט הרב נח וויינבערג טאַקע געלערנט ביי זיין עלטערן ברודער הרב שמואל יעקב וויינבערג, אן איידעם פון הרב רודערמאן. רבי נח וויינבערג האט געשריבן 48 וועגן צו חכמה.‏ ער איז נפטר געוו ...

משה וויינבערגער

ר משה וויינבערגער איז דער רב אין קהילת אש קודש אין וואודמיר. אין די איגענט איז ער געווען א מאדערן ארטאדאקס און זיך געלערנט אין וויי יו צו ווערן א לויער. ווען ער האט גענדיגט האט ער זיך מיישב געווען אז א לויער איז זייער נישט קיין ערליכע פאך האט ער דאס איבערגעלאזט אין אנגעהויבן צו לערנען תורה. ער איז א זעלבסט געווארענער חסיד נאכדעם וואס ער איז צוריק צו זיין אפשטאם אלס בעלזא חסידים פאר די צווייטער וועלט קריג. ר משה וויינבערגער גייט א שטריימל און פירט זיך ווי א רבי מיט א קאלירט בעקיטשע פירענדיג טיש פאר זיין עולם אין אש קודש אויפן פלאם פייערדיגן דרך אין עבודת ה ווי דער הייליגער פיאצעסענא רב וואס ...

עזריאל טויבער

ר עזריאל טויבער איז געווען אן עסקן אין מאנסי וואס איז שטארק עוסק אין קירוב. ער האט געגרינדעט די שלהבת ארגאניזאציע צוזאמען מיט רבי שמשון פינקוס צו בויען אידישקייט איבער דער וועלט דורך מאכן בעלי תשובה. ער פירט שבתים סיי אויף אידיש סיי אויף ענגליש.