ⓘ וואג ..

טאן

צו מיינט איר א טאהן פון א ניגון? טאן איז א מאס פון וואג, דאס ווערט טראדיציאנאל געשאצט אז עס אנטהאלט 252 וויין גאלאןס. אדער היינט אז עס אנטהאלט 2100 פונט וואסער. א מעטרישער טאן איז 1000 קילאגראם.

קילאגראם

קילאגראַם איז דער מאס- צאל פון מאסע אין דער אינטערנאציאנאלער סיסטעם פון איינסן. מען שרייבט בקיצור ק"ג. נאך צאָלן פון מאָסן, געשאצט לויטן קילאגראם: גראם = 1 טויזנטסטל פון א קילאגראם. בקיצור געשריבן ג אדער g מיליגראַם = 1 טויזנטסטל פון א גראם. בקיצור געשריבן מ"ג. קילאגראַם = דער פונדאמענטאלער אפטייל. פֿעמטאגראַם = מיליאנטל פון א נאַנאגראַם. פיקאגראַם = טויזנטסטל פון א נאַנאגראַם. אַטאגראַם = מיליאַרדטל פון א נאַנאגראַם. נאַנאגראַם = א מיליאַרדטל פון דעם גראם. מיקראגראַם = א מיליאנטל פונעם גראם. טאָן = טויזנט קילאגראם

                                     

גראם

דער ארטיקל דיסקוטירט א מאס פון וואג. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט גראם באדייטן. דער גראַם, סימבאל g, איז אן איינס פון מאסע. אריגינעל איז דער גראם באשטימט "דער אבסאלוט געוויכט פון א פארנעם פון ריין וואסער גלייך צו קוב פון א הונדערטל טייל פון א מעטער, ביי דער טעמפעראטור פון צעגייעדיגן אײַז" שפעטער געענדערט צו 4 °C, היינט איז א גראם באשטימט צו זיין איין טויזנטל פון דער באזע איינס פון דער אינטערנאציאנאלער סיסטעם, דער קילאגראם, אדער ‎ 1×10 -3 ק"ג.

                                     

פונט

צו מיינט איר פונט פונט איז א אפטייל פון מאסע פון וואג. די ראשי תיבות איז lb. אין רוב מדינות נוצט מען זיך נישט מיטן פונט נאר ענדערשט מיט קילא.