ⓘ דעת אמת איז א תורה בלעטל און אויך דער נאמען פון דער ארגאניזאציע וואס געבט עס ארויס צו ווייזן ווי לעכערלעך לויט זיי, די תורה איז. דאס געבט חיזוק פאר בחורים און כ ..

                                     

ⓘ דעת אמת

דעת אמת איז א תורה בלעטל און אויך דער נאמען פון דער ארגאניזאציע וואס געבט עס ארויס צו ווייזן ווי לעכערלעך לויט זיי, די תורה איז. דאס געבט חיזוק פאר בחורים און כולל אינגעלייט וואס לערנען תורה צו טאן שריט און אפלאזן אידישקייט צו ווערן אפגעפארן פון רעליגיעזן לעבנסשטייגער, אלץ געפעקעזשט אין א פארעם פון לימוד התורה.

דאס געריכט אין ישראל האט שוין אנגעקלאגט אירע מעמבערס אויף טרעספעסינג פארן אריין גיין שלא ברשות אין א ישיבה אראפלייגן די בלעטלעך. און עס האט נשיט געהאלפן זייער טענה אז זייערע בלעטער זענען פונקט אזאלעכע דברי תורה ווי עלים לתרופה און אנדערע תורה בלעטער. אבער געוויסע לעגאלע עקפערטן זאגן אז מקען זיך נישט ברענגן א ראיה פון יענעם פסק ווייל אין יענע ספעציפישער פאל האט מען געווארענט די חברה זאלן נישט איבערטרעטן די שוועל פון דער ישיבה.

דאס ווערט אנגעפירט דורך א געוועזענער בעל תשובה אין דעם נאמען ירון ידען וואס האט אויפגעשטעלט א חרדישע משפחה און איז געווען אין שפיץ פון א כולל, און האט געהארעוועט אין לערנען טאג און נאכט. ביסלעכווייז האט ער זאך גענומען צום איבער קלערן אויף די ריכטיקייט פון די תורה. יארן פון הארעוונייע האט גענומען ביז הער האט זיכער געמכאט אז די תורה איז נישט געגעבן געווארן ביי דעם רבונו של עולם צו משה און אין שלשלת הדורות האן געקומען צו אונז.דאס האט העם גדריקט צו האפלאזן ידישקייט און לעבנסשטייגער פון די חריידישע פאלקלור. דורך די יארן האט הער זאך געבעטן צענדליקער מאלן פאר די גרויסע מחזירים בתשובה צו פירן מיט העם ויכוחים אין אמונה.זיי האבן קיין מאל נישט אנגענומען זיין בקשה.