ⓘ פוטסטעפס. פוטסטעפּס איז אן אמעריקאנער אידישער ארגענעזאציע אין ניו יארק וואס טוט צושטעלן בילדונג, פרנסה געלעגנהייטן און געזעלשאפטליכע חיזוק פאר די דאזיגע אידן וו ..

                                     

ⓘ פוטסטעפס

פוטסטעפּס איז אן אמעריקאנער אידישער ארגענעזאציע אין ניו יארק וואס טוט צושטעלן בילדונג, פרנסה געלעגנהייטן און געזעלשאפטליכע חיזוק פאר די דאזיגע אידן וואס ווילן אויספריווען און זיך ארויסזעהן פון די פארמאכטער איזולירטער טייל פון די חרדישע וועלט אוואו זיי ווערן געבוירן און אויפגעצויגן, עס העלפט מענטשן וואס ווענדן זיך צו זיין אויף זייער אייגען אינציאטיוו און וואס זיכן מאראלישע הילף און שטיצע פאר זייערע לעבןס באדערפענישען צוגעפאסט צו זייערע כוחות און גלויבונגן.

עס איז אויסגעשטעלט פאר חרדישע בחורים און מיידלעך וואס ראנגעלן זיך מיט זייערע פרומע פאמיליעס און פריינט, און פרובירן זיך לעבן וועלטלעך. - און דער איבערגאנג און טויש פון אזויפיל פריינט און פאמיליע צו אזא פיינפולער עלענטקייט פון די גרויסע וועלט קען זיי אינגאנצן חרוב מאכן.

פוסטריט פרובירט זיך ארויסצושטעלן אלס נישט אנטי-רעליגיעז אדער קעגן אידישקייט, בלויז אלס א תמיכה גרופע פאר חרדישע איגענט וואס וויל אויסוועלן אלייןס זייער לעבנסשטייגער און נויטיגן זיך אלס לעבנסוויכטיגקייט אין הילף צוליב דעם וואס זייערע אלטע פריינט און פאמיליע ווילן זיי נישט קענען צוליב דעם וואס די תורה זאגט אז מדארף האסן און שטראפן א חוטא און מחלל שבת.

זי איז געווארן געגרינדעט דורך א לובאוויטשער מיידל וואס אירע עלטערן זענען געווארן בעלי תשובה און זי איז צוריק געווארן א חוזר בשאלה. עס האט אויך פילע פסיכיאטערן פון געוועזענעם סאטמארן חסידות וואס זענען געווארן אפגעפארן און העלפן ארויס פרישע אפגעפארענע גייסטיש זיך אן עצה געבן מיט זייער לעבן.